Re: תוארי כבוד: די היסטאריע און אנטוויקלונג פון 'טיטלען'
מיט וואס איז רבי מאטעלע טשארנאבלער געווען ווייניגער רבי פון אלע רביס? כידוע איז ער געווען דער ממליך מלכים אין רוסלאנד אין יענע תקופה.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
מיט וואס איז רבי מאטעלע טשארנאבלער געווען ווייניגער רבי פון אלע רביס? כידוע איז ער געווען דער ממליך מלכים אין רוסלאנד אין יענע תקופה.
איר פרעגט באמת?
ס'איז א שטיקל חילוק מיין איך
משא"כ רבי מאטעלע טשערנאבלער איז נאר געווען די רבי פון אלע רוסישע/אוקריינישע רבנים, און עס איז נישט געווען פארן קריג א רבי (חוץ קאצק) וואס איז נישט קיין תלמיד פון איינע פון זיינע תלמידים/ממשיכים/חסידים/קינדער.אונגארישע הייזער האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 22, 2023 10:58 am
עיין מילין קדישין תשס"ד, רבי אהרן מבעלזא האט געזאגט אז אזוי ווי ר"ר אלימלך איז געווען די רבי פון אלע רביס אין פוילן, איז דער טשרנאבלער געווען די רבי פון אלע רביס אין רוסלאנד.אונגארישע הייזער האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 22, 2023 10:58 am
איך האב זייער מורא אז איר רעדט מחמת חסרון ידועה.אמשטרדם האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 22, 2023 3:37 pmדער מימרא פון בעלזער רב [אויב ער האט עס געזאגט] איז צע''ג. ר''ר אלימלך איז געווען דער רבי פון ''אלע'' רבי'ס אין פוילן, גאליציע, אונגארן וועסט (כמעט) נישט טרעפן אן הויף וואס זאל נישט זיין מתלמידיו ותלמידי תלמידיו, ער האט מעמיד געווען אליינס פיר גרויסע תלמידים, וואס זיי אליינס האבן געהאט גרויסע תלמידים, ממילא האט ער זוכה געווען צו דעם טיטל.
ר' מאטעלע טשערנאבילער, לויט ווי דו האסט אויסגערעכנט האט נישט אויפגעשטעלט קיין הויפן פון חסידות, אפגערעדט אז ליבאוויטש ותולדותי' זענען נישט געווען פון זיינע תלמידים, און די איבריגע הויפן זענען אלע געווען מיוצ''ח, און דער רוזשינער איז נישט געווען זיינס א תלמיד מובהק, אויפן שטייגער ווי די תלמידים פון ר''ר אלימלך. ער איז געפארן צו אים, אזוי ווי צאנזער רב איז געפארן צום ר''ר הערש מרימנוב וכו'.
אויסערדעם, דער פייער פון רבי אלימלך איז געבליבן ביי זיינע תלמידים'ס חסידים וכידוע דבריו הקדושים פונעם תפארת שלמה 80 יאר נאכן ר''ר אלימלך'ס תלמידים, און אפילו היינט טליעט נאך און עס פלאקערט נאך זיין פייער [א ראי', ווי ווייט מ'האט געקאכט אין אים], משא''כ ביי ר' מאטעלע טשערנאבילער איז עס נישט געווען אויף די בחינה.
וכמובן שח''ו להעריך צדיקים, ורק להעמיד מציאות הדברים על דיוקן.
אויבנאויף איז עס די ר"ת פון כבוד מורינו רב
א. ג. ד. ה. האסטו געברענגט ראיות אויף די גרויסקייט פון רבי מאטעלע טשערנאבילער, כאילו איינער האט מסופק געווען דערויף. דאס צייגט בכלל נישט אז פון אים אז אלע רוסישע הויפן זענען געווען מתלמידיו ותלמידי תלמידיו.ממי_שאמרו האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 22, 2023 6:03 pmאיך האב זייער מורא אז איר רעדט מחמת חסרון ידועה.אמשטרדם האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 22, 2023 3:37 pmדער מימרא פון בעלזער רב [אויב ער האט עס געזאגט] איז צע''ג. ר''ר אלימלך איז געווען דער רבי פון ''אלע'' רבי'ס אין פוילן, גאליציע, אונגארן וועסט (כמעט) נישט טרעפן אן הויף וואס זאל נישט זיין מתלמידיו ותלמידי תלמידיו, ער האט מעמיד געווען אליינס פיר גרויסע תלמידים, וואס זיי אליינס האבן געהאט גרויסע תלמידים, ממילא האט ער זוכה געווען צו דעם טיטל.
ר' מאטעלע טשערנאבילער, לויט ווי דו האסט אויסגערעכנט האט נישט אויפגעשטעלט קיין הויפן פון חסידות, אפגערעדט אז ליבאוויטש ותולדותי' זענען נישט געווען פון זיינע תלמידים, און די איבריגע הויפן זענען אלע געווען מיוצ''ח, און דער רוזשינער איז נישט געווען זיינס א תלמיד מובהק, אויפן שטייגער ווי די תלמידים פון ר''ר אלימלך. ער איז געפארן צו אים, אזוי ווי צאנזער רב איז געפארן צום ר''ר הערש מרימנוב וכו'.
אויסערדעם, דער פייער פון רבי אלימלך איז געבליבן ביי זיינע תלמידים'ס חסידים וכידוע דבריו הקדושים פונעם תפארת שלמה 80 יאר נאכן ר''ר אלימלך'ס תלמידים, און אפילו היינט טליעט נאך און עס פלאקערט נאך זיין פייער [א ראי', ווי ווייט מ'האט געקאכט אין אים], משא''כ ביי ר' מאטעלע טשערנאבילער איז עס נישט געווען אויף די בחינה.
וכמובן שח''ו להעריך צדיקים, ורק להעמיד מציאות הדברים על דיוקן.
א. לובאוויטשע רביס זענען געווען קודם כל מחותנים, און דער ריי"ץ אן אייניקל. אבער פון אלע 'פרעמדע' רבנים, די איינציגסטער וואס האט פארנומען א פלאץ ביי זיי איז געווען די טשערנאבלער גזע. אין א שפיץ גאפל, דער ריי"ץ שרייבט אין א בריוו אויף רבי מאטעלע טשערנאבלער ובנו דער טשערקאסער "נשיא". אז דו קענסט אביסל די ליבאוויטשע נסחואות ווייזט דאס גאר אסאך. אבער איך קען דיר ברענגן פול מיט מקורות לבית חב"ד בנוגע טשערנאביל. (רמ"מ האט געהייסן דריקן זיינע ספרים, די לובאוויטשער האבן א מעשה אז אינעם טשערנאבלער מגיד איז געווען איין חלק נשמה פון משיח און אינעם צמח די צווייטע חלק, און דעריבער האט די ריי"ץ געהאט גאנץ נשמת משיח, ועוד ועוד)
ב. ער האט נישט אויפגעשטעלט קיין הויפן??? "אלע" רוסישע חסידות'ן איינס ביי איינס. (סקווירא, רחמסריווקא, טאלנע, ועוד ועוד ועוד) רבי חיים קנייבסקי אליינס האט זיך געהאלטן פאר א מעריץ פון די טשערנאבלע גזע, זיין טאטע האט דאך געהייסן נאכן טשערקאסער - א זין פון רבי מאטעלע.
ג. דער ריזישנער האט א נאמען געגעבן זיינס א קינד נאך אים (בחייו!!)
ד. בעלזא איז עד היום חסידים נלהבים פון רבי מאטעלע ויוצאי חלציו. רבי ישכר דוב איז געווען אן איידעם אין טשערנאביל און איז געליבן דארט אויף קעסט, געבליבן א חסיד מובהק. רבי יוסף שאול נאטאנזאהן שרייבט אז דער שר שלום האט געזאגט אז ווען וואלט ווען געוואוינט מער אין זיין געגענט וואלט ער געפארן עטליכע פרסאות צו רבי מאטעלע. דער שר שלום האט געשיקט א קוויטל צום טשערנאבלער מגיד. מהר"א און מהרי"ד פלעגן רעדן פון טשערנאביל קודש קדשים. דער בולגערייע רב האט געהייסן נאך רבי מאטעלע טשערנאבלער.
ה. בנוגע די פייער. דער הייליגער צאנזע רב שרייבט וזלה"ק: וידעתי כי לא באתי לאחד מני אלף לסודו הכמוס בתוכו אולם כי ראיתי כי גם לאיש המונים כמוני יצמח טובה בהדפסת ספר הזה כי מאיר עיני כל להשיב נדחי ולהדבק נפשו בקונו. דער שינאווע רב האט געזאגט פאר זיינע חסידים צו לערנען רבי מאטעלע'ס ספר יעדן טאג נאכן דאווענען מיט טלית ותפילין.
איך האב מיך טאקע אייביג געוואונדערט ווער עס האט אפגעמאכט צו רופען 'הקדוש', כ'שטעל מיך פאר אז עס זענען דא מקורות אויף דעם ווייל נאר געציילטע רופט מען אזוי, כ'מיין אז נאר:
עס איז בלשון חיבה, לשון חיבה מיינט לאו דווקא קינדער.איז עס איז נישט קיין פחיתת הכבוד צו רופן א רבין מיט א קינדערישע נאמען (מיכלע, מענדעלע, מאטעלע, סענדר'ל וכו')
די ווארט קומט פון רביה''ק אז אויף די מציבה פונעם הייליגען קאלוב'ער זי''ע שטייט " היה ערליכער אידוהיה לומד על הדף" האט די רבי געזאגט ווען
הייליג (און קליג) ווארט..
בעל שם איז נישט ע"ש ספרו, דער ספר איז נקרא ע"ש.
נאך אלס נישט אויף זיין נאמען, נאר אויף זיין פאך. (זיך באנוצען מיט שמות)farshlufen האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יולי 06, 2023 5:01 pmבעל שם איז נישט ע"ש ספרו, דער ספר איז נקרא ע"ש.
דער בולגערייער רב האט געהייסן נאך ר' מרדכי מזוועהיל, וואס איז געווען דער שווער פון זיין זיידע ר' אברהם שמואל מברעזנא.ממי_שאמרו האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 22, 2023 6:03 pm