תוארי כבוד: די היסטאריע און אנטוויקלונג פון 'טיטלען'
דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 36777
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20200
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע:למטה מעשרה
עס איז דא אינמיטן איינע פון די דרשות פון מרן רחמ"ד זצ"ל ווי ער באהאנדעלט דעם ענין פון טיטלן.
נאכדעם ווי הגה"צ מנייטרא זצ"ל - זיין שווער - האט זיך - כלשונו - "געשעמט אויף די גאס ארויסצוגיין, געשעמט אין בית המדרש אריינצוגיין", ווייל מרן רחמ"ד זצ"ל האט געשריבן אויף אים "הגאון הצדיק רשכבה"ג".
(כמעט זיכער די טיטלען)

"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- קאווע באנדל
- שר חמש מאות
- תגובות: 912
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm
- בנימין הלוי
- שר האלף
- תגובות: 1620
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm
והוא פלאי האט געשריבן: די וועלט טייטש שירו לה' שיר חדש, ווייל תהלתו, כביכול'ס טיטלען בקהל חסידים, יעדער פשוט קהל יוד צווישען חסידים רופט מען שוין אזוי.
אלף בית האט געשריבן: כהאב געהערט פון הרב ביק שליט"א מעזיבוש'ער רב, בדרך הלצה.
מ'זאגט הללוקה שירו לה' שיר חדש.
פארוואס דארף מען זינגען פארן אייבערשטן א נייעם שיר, וואס איז שלעכט מיט די אלטע?
ווייל תהלתו, דאס וואס איז דער לויב פונעם אייבערשטן, בקהל חסידים, זאגן שוין אלע חסידים אויף זייערע רבי'ס.
דעריבער דארף מען זיכען פארן אייבערשטן עפעס א נייע געזאנג
דער ווערטל שטייט אין ספה"ק ייטב פנים
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
התוארים" "מרן" "הרב" "רבינו" וכדומה
כמה מיני תוארים מצינו לרבותינו שכתבו על רבותיהם נ"ע.
"רבינו הגדול" מיינט בדרך כלל דער רי"ף.
התואר "רבינו" ווערט בעיקר געשריבען נאר אויף ראשונים.
אין די סוף תקופת הראשונים ותחילת תקופת האחרונים באשכנז האט מען אנגעהויבען ניצען די טיטעל "מורינו הרב רבי", ווי למשל מהרי"ל מהר"ש מהרש"ל וכדומה.
דער טיטעל "מרן" ניצט מען בעיקר אויפן בית יוסף, עפ"י רוב דורך גדולי ספרד אבער לאו דוקא.
דער טיעטל "הרב" מיינט מען בעיקר דער רמ"א, אינטערסאנט פארוואס מען שרייבט נישט "מרן".
התואר "הרב" ניצט מען אויך ווי א מליצה אויף רבינו עובדיה מברטנורא, ווייל אזוי ליינט זיך די ר"ת פון זיין נאמען.
אין די שפעטערע יארן האט מען אנגעהויבען ניצען די טיטעל אויפן בעל התניא, אינטערסאנט פארוואס.

- SPUSMN
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת
די השתלשלות פון טיטלען (וואס שתלשלט נאך יעצט און איז ווייט פון פערטיג) איז זייער א א אינטערעסאנטער נושא. סיי די טיטעלען פאר די נעמען און סיי די טיטלען נאך די נעמען. רש"י (רבינו שלמה יצחקי) באקומט פון די ראשונים נאר א פשוטע "זכרונו לברכה". אויף היינטיגע לייגט מען שוין צו זצוקללההזיעועכיא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7384
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע:חשש גילוי
אין די קומענדע יאהרען העט מען שוין שרייבען, הני תרי צנתרא דדהבא הרה"ג רשכבה"ג ר' משה רבינו זצוקללה"ה, ואחיו אשר כל רז לא אניס ליה, משים לילות כימים ה"ה הרה"ג ר' אהרן הנקרא אהרן הכהן זיעועכי"א
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12737
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
SPUSMN האט געשריבן: די השתלשלות פון טיטלען (וואס שתלשלט נאך יעצט און איז ווייט פון פערטיג) איז זייער א א אינטערעסאנטער נושא. סיי די טיטעלען פאר די נעמען און סיי די טיטלען נאך די נעמען. רש"י (רבינו שלמה יצחקי) באקומט פון די ראשונים נאר א פשוטע "זכרונו לברכה". אויף היינטיגע לייגט מען שוין צו זצוקללההזיעועכיא.
מיר ליגט אין קאפ אז שוין אמאל געווען א שמועס דערוועגן.
אינטרעסאנט אנצומערקן אז אויף די עלטערן שטייט אין רמ"א אז מען דארף צולייגן - ווען מען דערמאנט זיי - זכרונו לברכה, זאגט די טו"ז אז אין גמרא שטייט מען דארף זאגן זכרונו לברכה לחיי העולם הבא (זללה"ה).
לכאורה פון דעם איז געווארן צוצולייגן ביי צדיקים מער ווי ביי עלטערן - צדיק וקדוש (זצוקללה"ה). און זיעועכי"א איז א וואונטש...
- ווייסעכנישט גארנישט
- שר חמישים
- תגובות: 54
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 16, 2019 6:51 pm
מיסתפינא האט געשריבן: דער טיטעל "מרן" ניצט מען בעיקר אויפן בית יוסף, עפ"י רוב דורך גדולי ספרד אבער לאו דוקא.
דער טיעטל "הרב" מיינט מען בעיקר דער רמ"א, אינטערסאנט פארוואס מען שרייבט נישט "מרן".
דאכצעך אז די טיטל מרן שטאמט פון דעם אז דער ב"י איז געווען מוסמך כידוע, אויב ווייסט איינער קלארער איבער דעם זאל אריינקומען.
התואר "הרב" ניצט מען אויך ווי א מליצה אויף רבינו עובדיה מברטנורא, ווייל אזוי ליינט זיך די ר"ת פון זיין נאמען.
ביים ברטנורא איז הרע"ב נישט הרב.
אין די שפעטערע יארן האט מען אנגעהויבען ניצען די טיטעל אויפן בעל התניא, אינטערסאנט פארוואס.
לכאורה האט מען דעם גדול הדור און פוסק גערופן אזוי, למשל ביי די מקובלים איז די אריז"ל דער "רב", וכן הרמ"א אצל האשכנזים, די בעל התניא איז געווען דער גדול הדור ופוסק אין רוסלאנד ועוד, האט מען אים דארט גערפון דער "רב".
ווייסעכנישט גארנישט האט געשריבן:מיסתפינא האט געשריבן: התואר "הרב" ניצט מען אויך ווי א מליצה אויף רבינו עובדיה מברטנורא, ווייל אזוי ליינט זיך די ר"ת פון זיין נאמען.
ביים ברטנורא איז הרע"ב נישט הרב.
הר"ב (=הרב ברטנורא) ווערט גענוצט אין די מאסן אויפן ברטנורא. הרע"ב איז ווייט פון א געשמאקע ר"ת צו נוצן, וכן ביי מספר הדפים.
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12737
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
ווייסעכנישט גארנישט האט געשריבן:מיסתפינא האט געשריבן: דער טיטעל "מרן" ניצט מען בעיקר אויפן בית יוסף, עפ"י רוב דורך גדולי ספרד אבער לאו דוקא.
דער טיעטל "הרב" מיינט מען בעיקר דער רמ"א, אינטערסאנט פארוואס מען שרייבט נישט "מרן".
דאכצעך אז די טיטל מרן שטאמט פון דעם אז דער ב"י איז געווען מוסמך כידוע, אויב ווייסט איינער קלארער איבער דעם זאל אריינקומען.
כ'ווייס נישט, אבער כמדומה ס'איז נאר א מליצה מ'מאתים ר'בנים נ'סמך, צוגעשטעלט אויף וואס אחרונים זאגן אז דער וואס טוט ווי די פסק הב"י טוט ווי 2 הונדערט רבנים, אבער מרן מיינט נישט אויף אן אמת דאס, ווייל די טיטל איז שוין געניצט געווארן אסאאך פריער, דוכט זיך אז במקורו קומט די טיטל אויף א מלך, ווי עס קוקט אויס איז בזמן הראשונים פון מרנא געווארן מרן.
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12737
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
גלאזער האט געשריבן: וואו איז עס גענוצט פריער?
כ'מיין ס'שטאמט פון חיד"א
ווי נישט? מען טרעפט עס שוין אין די ראשונים, די ב"י אליין ניצט עס אויך.
בנוגע מש"כ שהיו משתמשין בתואר זה למלך, ראיתי או שמעתי פעם זה, שזה נראה מגמרא (ר"ה יח.) בראש השנה כל באי העולם עוברין לפניו כבני מרון, ומפרש שם כחיילותיו של דוד, ופרש"י וכבני מרון, כבני חיילות של מלך, מרון, לשון מרות ואדנות.
בכל אופן כ'האב יעצט געמאכט א שנעלע זיכעניש אין בר אילן, זע איך אין ירושלמי (סנהדרין פ"ב ה"ג, פ"ו ה"ג, פ"ו ה"י) ווערט עס טאקע דערמאנט איינמאל אויף שאול המלך, און איינמאל אויף דוד המלך, אבער אויך איינמאל אויף ר' אבהו. און אינטרעסאנט אין מדרש (ב"ר פרשת וישלח פרשה ע"ה סימן ה') שטייט עס אויך איינמאל אויף א מלך אז רבינו הק' האט אזוי געשריבן צו אנטונינוס מרן מלכא.
- גרויסע-גדולה
- שר חמש מאות
- תגובות: 564
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm