איינער דארט איז פארנומען פרעגן צי וואס מען גייט ביז קיין פלארידע בזמן וואס ניו דזשערסי איז פונקט אזוי גוט.
דער ענטפער אין קורצן איז אז עס זענען פארהאן הונדערטער אידן וואס ווילן דווקא פלארידע. פאר וואטעווער ריזאן! שלאג זיי. נישט אז זיי האבן פשוט נישט געטראפן קיין דירה אין ניו יארק ניו דזשערסי און בלית ברירה גייען זיי צו די ווייטע פלארידע. אז דו האלטסט אנדערש ביסטו בארעכטיגט, אבער טאלעריר אויך יענעם.
דער צווייטער ענטפער איז, ווער לאזט דיר נישט מאכן א שטעטל אין ניו דזשערסי? וואס איז די סתירה מיט לעיקפראנט וואס שטערט דיר אזוי?
דער דריטער ענטפער איז אז די שטעטל אין פלארידע איז שוין אין מעקינג, און גייט זיך נישט פארמאכן צוליב עצות אויף אייוועלט.
דער פערטער ענטפער איז אז די אינוועסטירער האבן יא געמאכט זייער ריסורטש פארוואס פלארידע איז א בעסערע אפציע... נישט ווי געוויסע וואס האבן א מיינונג בעפארן קוקן די פאקטן.
די וועטער דעבאטע און בויען געזעצן דעבאטע קען מען אויך דא איבערקייען פאר ווער עס האט מעלה גרה ציין אדער וויל סתם אזוי אנפילן די צייט.
ס'איז מערקווירדיג אז Lennar Builders וועלכע זענען פון די גרעסטע בויער אין די פאראייניגטע שטאטן,האבן נישט קיין פראיעקטן אין ניו יארק. ווארשיינליך צוליב די שווערע רעגולאציעס און ווייאלעשאנס וואס מען לייגט דא ארויף אויף די בויער. פלארידע איז ממש די היפך, די גאווערמענט איז פרא מענטשהייט... און בעטן זיך ביי די בויער צו בויען וואס מער.
פאלגנד איז א מאפע פון די שטאטן ווי לעננאר בויעט יא. ניו דזשערסי איז יא אויף זייער ליסטע. לאמיר גיין כאפן א בליק וואס זיי האבן דארט צו פארקויפן.
דאס איז איינער פון די סיבות צו מאפן קיין פלארידא דא זענען די שטאטן וועכלע האבן נישט קיין אינקאם טעקס איינע פון דעי איז פלארידא דאס מיינט אן ערך פון 10,000 פאר א מיטל קלאס פארדינער אין טאש Alaska. Florida. Nevada. South Dakota. Texas. Washington. Wyoming.