רב - רבי אבא פון זוה"ק

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

רב - רבי אבא פון זוה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

דער רשב"ם אין ערבי פסחים שרייבט, ורב, אבא שמו. נאר מ'האט אים אין בבל גערופן 'רב', אזוי ווי מ'רופט אין אר"י 'רבי'.

דער של"ה ברענגט עס אראפ און ער לייגט צו" וקבלתי שרבי אבא המוזכר בזוהר הוא רב.

ר' אייזיקל מקאמארנא זי"ע שרייבט אין די הקדמה אין זוהר חי, אז רב איז געווען רבי אבא דער כותב ביי רבי שמעון און ער האט געשריבן די גאנצע זוהר און רבי שמעון האט אויף אים גוזר געווען אז ער זאל גיין דערמיט אין גלות קיין בבל. און אזוי איז דער זוהר אנגעקומען בלויז צו די גדולי ישראל, ווי מ'זעט צווישן די שורות אז זיי האבן געהאט דעם זוהר נאך איידער עס איז נתגלה געווארן.

דער חיד"א אין שם הגדולים ברענגט אויך בשם ספר כנפי יונה אז רב איז רבי אבא, און זאגט טאקע אז ס'קומט אויס אז רב האט געלעבט 400 יאר.

דער חות יאיר ברענגט עס אויך בשם הרמ"ע מפאנו. אבער דער חוות יאיר זאגט אז עס איז כולו מקשה אחת.
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: רב - רבי אבא פון זוה"ק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

אין סדר הדורות שטייט אויך אז רב - רבי אבא האט געלעבט 400 יאר. אבער ער רעדט נישט פון דעם אז ער האט געשריבן דעם זהר.

דער מנחת אלעזר ברענגט אויף א פלאץ אז ווען מען זעט אפאר מאל אין ש"ס די ווערטער "שתק רב" מיינט דאס אז ער האט געהאט א תירוץ על פי קבלה אויף די קושיא וואס מהאט אים געפרעגט, נאר ער האט נישט געוואלט אז מען זאל דאס אריינלייגן אין גמרא וואס איז מיוחד פאר תורת הנגלה.
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”