Re: הילף פאר שמשים/מקוה אידן
ניין, אויב דארף מען זיך יעדן טאג ארומשפילן, מוז מען בודק זיין וואס די פראבלעם קען זיין.
איך פלעג האבן א כלל, אז אויב נאך א שטיק צייט הייבט מען אן צו פארלירן די באלאנס, זאל מען פשוט טוישן די וואסער און אנהייבן פון ניי. כאטש וואס בעצם קען מען יעדע מצב פארעכטן, אפילו שווארצע וואסער קען ווערן ציכטיג און קלאר, אבער ס'לוינט נישט די ארבעט, בפרט א מקוה וואס מוז זיין גרייט פאר'ן ציבור יעדן טאג פון פריש, במילא איז נישט דא די צייט צו עקספערימענטירן.
אבער אויב איז די פראבלעם גלייך נאכ'ן טוישן וואסער, אדער אפילו שוין נאך א טאג צוויי, דעמאלט מוז מען דערגיין די שורש.
יעצט אפאר וויכטיגע פונקטן צו געדענקן און צו וויסן:
- די פילטער טוט 80 פראצענט פון די ארבעט, במילא דארף מען זיכער מאכן אז די פילטער ארבעט גוט און אז מען רייניגט עס "רעגעלמעסיג", ווענדט זיך וויפיל מענטשן טובל'ן זיך א טאג אין דעם בור, אבער על פי רוב, מוז מען דאס מאכן יעדן טאג. אבער עס מוז ווערן "גוט" גערייניגט!
- לגבי די קלארין (און אויך אנדערע זאכן) איז זייער וויכטיג צו האבן א קביעות'דיגע routine. דאס הייסט, יעדן טאג די זעלבע מאס קלארין, אויב לייגט מען ערב אדער מוצאי שבת מער (ווייל מער מענטשן גייען "און" מען נעמט נישט שאוער,) דעמאלט זאל עס זיין יעדע וואך אזוי. ס'איז כדאי זיך אדורך צו רעדן מיט דער וואס פארקויפט די פילטער און ער זאל קובע זיין די מאס, ער וועט וועלן וויסן וויפיל וואסער ס'איז דא אין בור און וויפיל מענטשן קומען א טאג.
- די טעמפעראטור פון די וואסער שפילט אויך א ראלע אין די מאס קלארין וואס מען לייגט אריין, א הייסערע בור, מוז האבן מער קלארין.
- ס'איז וויכטיג אז די מקוה זאל האבן א גוטע ventilation system, ווייל אויב נישט, קען מען מאכט אלעס ריכטיג און דאך זאל די וואסער האבן א געוויסע שמעק (און אפילו לייכט גרינליכע פארב.)
- ווען מען טוישט די וואסער איז וויכטיג צו וואשן די ווענט פונ'ם בור! און אפילו ווען מען טוישט נישט, וואלט געווען גוט איינמאל א וואך אדער צוויי וואכן צו נעמען א מיטל וואס רופט זיך Algae Killer און מיט א שוואם וואשן די אויבערשטע חלק פון די וואנט (ביי די אויבערפלאך פון די וואסער ארום און ארום. דארט קלעבט זיך אסאך Algae.) די מיטל קען מען סתם אזוי למשל איין מאל א וואך אריינגיסן אביסל דערפון אין בור.
יעצט איז דא נאך א גאר וויכטיגע זאך צו נעמען אין חשבון לגבי די PH, און דאס איז א זאך וואס רופט זיך Alkalinity.
Alkalinity איז איינער פון די 4 (וויכטיגסטע) זאכן וואס מען מעסט ביי א Pool, און יעדער מבין וועט גלייך וועלן וויסן די לעוועל דערפון בעפאר ער וועט געבן עצות אויף ווייטער. אלקאליניטי קאנטראלירט די סטאביליטעט פון די PH וואס פון איין זייט מוז ער זיין אביסל פלעקסיבל, עס מוז זיך קענען רוקן אראפ און ארויף און זיך צופאסן צו אלע מצבים, אבער פון די אנדערע זייט מוז ער זיין אין קאנטראל און נישט שפרינגן פון הויך צו נידריג און פארקערט אין געציילטע שעות.
יעצט, אויב איז די Alkalinity צו הויך, וועט עס האלטן די PH צו שטארק ביים קארג (געווענליך אויך צו הויך) און מען וועט עס נישט קענען אראפברענגן, אבער אויס וועט די Alkalinity זיין צו נידריג, וועט די PH מאכן וואס ער וויל, ער וועט שפרינגן פון מלאך צו גלח א שעה אזוי און א שעה אזוי.
במילא, אויב האסטו צוטוהן אזויפיל מיט די PH, איז כדאי צו זעהן די מצב פון די Alkalinity.
פאלגענד א לינק וואס געבט גאנץ א גוטע הסבר דערויף:
https://thecrystalclearpool.com/crystal ... o-control/
ווען איך וואלט געהאט צייט און געדולד, וואלט איך געשריבן מער (און געמאכט אביסל ריסערטש), אבער דאס האב איך ליידער נישט.
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ... דאט.קאם (com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ... וקם!