Re: חבורות זכרו-מסכת חולין
גא"מ.
איינס, עס געט א געלעגענהייט זיך צוריקצוכאפן אויב מען האלט צוריקגעשטאנען מיט אפאר דפים, מבשרי אחזה איך האב שוין די זכיה צו לערנען אין די חבורה פון מס' בבא קמא, אין עס איז אייביג אויסגעקומען משום כמה סיבות צו זיין אונטערשטעליג, אין די בין הזמנים טעג איז געווען די הצלה זיך אויסצוגלייכן צוריק מיט'ן ציבור.
והשנית עס קומט יום טוב אויף דער וועלט, מען קען נישט אריינקומען אינעם יו"ט, ווי א יון אין די סוכה, מען ברויך לערענן הלכות חג בחג,
בזמן הגמ' איז געווען ירחי כלה אין די חדשים פון אדר/אלול, וואס איז געווען אוועקגעשטעלט פאר אידן וואס ארבעטן א גאנץ יאר, האט מען געלערנט הלכות חג.