זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק
זכרונות פון די פארגאנגענע יארן
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- מרנן ורבנן
- שר האלף
- תגובות: 1169
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm
געווען גאר א פאפיולער ישיבה וואס אמעריקאנער בחורים פון אלע קרייזן פלעגן גיין אהין. איך האב געהאט גאר געשמאקע זכרונות פון דארט. עס איז דא אסאך צו שרייבן. רבי מתתי’, רבי דוד גולינסקי ע”ה, די חמש שעות, און נאך
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
- intellectual
- שר האלף
- תגובות: 1249
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm
Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק
רעדסט פון די "שטרענגערע" סלאנימע ישיבה?
- מרנן ורבנן
- שר האלף
- תגובות: 1169
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm
Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק
יא
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק
יאך האב דארט געוויילט א קיילעכיגע יאר, און אפגעפוצט פון דארט באצייטנס...
רבי דוד גולינסקי ע״ה, זכור עלי לטובה, צוזאמען מיט דער משגיח מיט׳ן לאנגן בלאנדע בארד, ווי אזוי הייסט ער נאר?
רבי דוד גולינסקי ע״ה, זכור עלי לטובה, צוזאמען מיט דער משגיח מיט׳ן לאנגן בלאנדע בארד, ווי אזוי הייסט ער נאר?
Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק
ער הייסט רבי יחזקאל וויינברג שליט"א. פארט נאך היינט צוטאגס קיין אלעד, די שטאט ווי די ישיבה האט אהין געמופט.
אוי, ס'געווען געשמאקע צייטן!
דער אופארגעסליכער משגיח הגה"ח רבי דוד יעקב גולינסקי ז"ל. א זאך וואס מ'זעהט נישט און ערגעץ: מ'האט איהם גערופן, רוב בחורים, ביים נאמען 'דוד' אבער מ'האט געציטערטפון איהם! ער איז געעווען 'דע' משגיח. אנוועזנד איז ער געווען בעיקר פארמיטאג און נאך 23:00 ביינאכט.
אבער, און דו קומט דער גרויסער 'אבער', אסאך בחורים האבן צוליב די זיך אנשטויסן מיט איהם, נישט געויסט וואס פאר א אוצר זיי פארמאגן אונטערן בריק!
דער מענטש איז געווען מלא וגדוש אויף א זעלטענעם אופן! האסט אנגעהויבן א טיף ווארט פון צדיקים, אזאנס וואס פאדערט 'עבודה', נישט סתם א דרוש'ל, האט אנגעהויבן צו פליסן וועטער מיט משלים מיט געדאנקען, אלעס על דרך העבודה הנוקב ויורד חדרי בטן, און מסביר געווען בטוב טעם ודעת אז יעדער האט געקענט פארשטיין, און איינציטיג קקן מיט איין אויג און צולויפן ווען מ'דארף צושטערן א קופקע אינמיטן לערענען!
אוי, מי יתן לנו תמורתו!!!
ליב געהאט פארברענגען מיט איהם אסאך, להבדבחל"ח, אויך נאך די חתונה.

דער ראש ישיבה עד היום: הגה"צ רבי יצחק מתתיהו וויינברג שליט"א דעם רבי'נס ברודער.
די ראש-חודש שמועסן ביי די מסיבת ר"ח! אה!
די אור החיים הק' שיעורים ביים רבי'ן, די מלווה מלכה'ס!
די סעודות שבת קודש וואס א מוקעץ האט מען נישט געמעגט ארויסגעבן! אזוי ווי די סלאנימער רבי'ס האבן שטארק מפליג געווען און די גדלות הענין פון סעודות שבת קודש (די רבי שליט"א, וואס יעדע וואך פלעג א צווייטע אויסגעוועלטע גרופע בחורים עסן ביי איהם, האט נישט געלאזט איבערלאזן א ברעקל ביים טעלער! נאכזאגן פונעם עלטער שווער 'דער רבי זכרונו לברכה' דער חומר הענין פון 'מבזה' זיין מאכלי שבת).
דער משגיח אויף דעם ענין פון נישט רעדן ביי די סעודות, וואס מיט א 'נעכסישע איידעלקייט'... געשישקעט ווי נאר ער האט געהערט עפעס א קרעכטץ... און די הערסט נאר דו גאפל קלאפן זיך ביי די טעלער'ס...

די מגידי שיעורים: רבי אוריאל וויינברג שליט"א נו"נ לרבוה"ק מסלאנים, הגה"ח רבי ירוחם פוברסקי שליט"א זון פון הגאון האדיר רבי בערל פוברסקי שליט"א פאנאוויזשער ראש ישיבה, וואס איז שוין לאנג פארדעם 'הציץ ונפגע' און חסידות... אן ווער רעדט פון זיין טאטנ'ס, רבי בערל'ס, שיעור כללי יעדן דינסאג, בטוב טעם ודעת, מיטן אייביגן שמייכל און זעלטענעם כח ההסברה!
מי יתן לנו תמורת הגה"ח רבי יוסל (יוסף חיים דוד ב"ר יעקב לייב) וויינברג שליט"א וואס איז אוועק געריסן פון אונז ביי די קאוויד רח"ל.
זיינע שיעורים זענען נאך איינגעקריצט און די ביינער! ווי אזוי ער עפנט א גמרא, און כאילו ווי א קאלט בלוטיגער זאגט נאך שורה נאך שורה, און צוביסלעך, כאילו ער איז מעיין, ווארפט ארין א שאלה'לע, און נאך עפעס א קשיא'לע און אט אט צוביסלעך מאכט אונז צו נאר ווייזענדיג אז 'ווי אזוי האט איר פארשטאנען די גמרא' און אלעס בלייבט שטיל...
און אט קומט א מהלך, צושטייטלעך, ציגל נאך ציגל, ביז דערגאנצער בנין שטיי על מכונו והיו הדברים שמחים ומאירים כנתינתן מסיני!!!
און ווער רעדט פון די שיעור כללי'ס דאנערשטיג! ווען מ'האט געקענט אונטער שפרינגען פון די געדאנקען ווי אזוי א מענטש לערנט אפ א גמרא אזוי זיס!
און די שיעור כללי'ס פאר די ימים טובים! אויף הל' תשובה פאר דו הייליגע טעג, און אויף הל' פסח פאר פסח, צו אויף פורים אום חודש אדר א.ד.ג.
זאל ער רוהען און לעכטיגן גן עדן!!!

@זיגל
אוי דערמאנסטו זיסע זכרונות,
איך ווארט נאך פאר א תגובה פון די געשמאקע שובבי"ם טעג
איך ווארט נאך פאר א תגובה פון די געשמאקע שובבי"ם טעג
Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק
ווי קען מען פארגעסן פון די 'חמש שעות' (שמקורו טהור פון הייליגן 'יסוד העבודה' זי"ע פון סלאנים) אלס דער גרעסטער תיקון שובבי"ם!
[אגב, איך האב אמאהל געהערט פון הגה"צ המפורסם רבי משה הלבערשטאם זצ"ל פון ירושלים, חבר בד"ץ 'העדה החרדית' וואס האט געהערט פון - דאכטצעך - הגה"ק רבי זעליג ראובן בענגיס זצוק"ל גאב"ד העדה החרדית, וואס פלעג געבן אלס תיקונים פאר איינער וואס זיין תפילין איז אראפ געפאלן רח"ל, לערענען חמש-שעות רצופות! (איך מיין אז ס'איז אשר שוין גרינגער צו פאסטן...)]
דער שטורעם וואס די חמש שעות האבן געטוהן איז עפעס נישט פשוט!!!
לאמיר זיך נישט נארן אז אלע 6 וואכן אז עס געהאלטן ביי אלעמען, אביר דער ערשטע וואך-צויי, מורא'דיג!
צווי קלוגע זאכן האבן די ראשי הישיבה געטוהן: 1. אויסגעשטעלט די סדרים אז דער וואס וויל נישט מיט האלטן, קען. נישט געצווינגען מצידם. 2. שטרענג רעגירט קעגן ווער ס'שטערט פאר א צווייטן אויספירן דאס.
אומגלויבלעך, אבער איך קען פארזענליך א בחור, וואס האט זיך גענצלעך געטוישט נאך איין שובבי"ם, מן הקצה אל הקצה!!!

אנטשולדיגט!
נישט קיין 'חמש שעות'!
נאר צווי מאהל 'חמש שעות'!!!
אויב געדענק איך גוט, איז עס געווארן אויסגעשטעלט אזוי: פון 9:00 ביז 14:00, און פון 15:15 ביז 20:15.
אויב האב איך א טעות, ביטע פאררעכטס מיר.
ווי אזוי האב איך פארגעסן די ראש-חודש דאווענען מיט'ן רבי'ן מיט די 'לחיים'ס' דערנאך.
נישט קיין 'חמש שעות'!
נאר צווי מאהל 'חמש שעות'!!!
אויב געדענק איך גוט, איז עס געווארן אויסגעשטעלט אזוי: פון 9:00 ביז 14:00, און פון 15:15 ביז 20:15.
אויב האב איך א טעות, ביטע פאררעכטס מיר.
ווי אזוי האב איך פארגעסן די ראש-חודש דאווענען מיט'ן רבי'ן מיט די 'לחיים'ס' דערנאך.
- מרנן ורבנן
- שר האלף
- תגובות: 1169
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm
Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק
מיינע צייטן איז געווען חמש שעות פון 8:30-1:30 און פון 2:30-7:30.זיגל האט געשריבן: ↑ מיטוואך יוני 21, 2023 3:57 amאנטשולדיגט!
נישט קיין 'חמש שעות'!
נאר צווי מאהל 'חמש שעות'!!!
אויב געדענק איך גוט, איז עס געווארן אויסגעשטעלט אזוי: פון 9:00 ביז 14:00, און פון 15:15 ביז 20:15.
אויב האב איך א טעות, ביטע פאררעכטס מיר.
ווי אזוי האב איך פארגעסן די ראש-חודש דאווענען מיט'ן רבי'ן מיט די 'לחיים'ס' דערנאך.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
- מרנן ורבנן
- שר האלף
- תגובות: 1169
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm
Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק
@זיגל
דו האסט א פיינע פעדער.
כ’האב גאר שטארק האנה ווי דו לייגסט ארפ ר’ דוד ע”ה. איך האב געהאט די זכי’ צו הערן זיינע וועטער ערב שבת ביים טור. אוי, איז ער געווען א חסידישע איד מיט אלע רמ”ח וסש”ה. כ’האב אויך געהאט די זכי’ צו עסן ביי אים כו”כ פעמים שבת. עס בענק זיך צו די צייטן.
די התבטלות פארן רבי’ן איז געווען עפעס פארצייטיש. ועוד חזון למועד און כ’וועל ארפ שרייבן מער באריכות מיינע זכרונות פון איבער פיר יאהר אינעם ישיבה.

ובזה החלי, איך בין אנגעקומען קיין סלאנים און דער ערשטער וואס איך האב באגעגנט איז געווען רבי דוד גולינסקי ע”ה שטיין ביים טיר בשעת ער האט געקארצט זיין האנט וואס האט געהאלטן א ציגארעטל. זיין שמייכעל האט מיר געכאפט אבער דער פחד וואס ער האט געווארפן איז געווען בבחינת וגילו ברעדה.
זיין התבטלות פארן סלאנים’ער רבי איז געווען עפעס אין לשער. איך האב איינמאהל מיט געהאלט שבת אינדערפרי ביים קידוש ווי דער רבי האט אים געוואלט געבען קיגול אבער ער האט נישט געוואלט נעמען ווייל כפי התקנות לאזט דער רבי נישט נעמען קיגול אויב מען האט פארפאסט זמן קריאת שמע. דאס פשטות פון זיך ברבים לאזן פארשעמען איז א געוואלדיגער מדרגה.
ער פלעגט קיינמאהל נישט זיצן ביים טיש פינעם רבי’ן, נאר ער איז געשטאנען ביראת הכבוד, אפילו בשעת מעשה זענען אידן סאך פשוט’ער פון אים געזיצן.
אבער דאס מערסט התרגשות האב איך געזען ווען ער האט איבערגעזאגט א ווארט פונעם רבי ז”ל פון סלאנים זי”ע דער ברכת אברהם. איך האב געהערט כו”כ ווערטער פונעם רבי בשמו.
רבי דוד האט מען קיינמאהל נישט געקענט פאר’נער’ן און ער איז אייביג געווען איין טרעפל פאראויס פון די בחורים. ווען מען האט נאר געזען זיין טעקסי ארפ פארן דמשק אליעזר און אלע בחורים זענען זיך צולאפן.
ער האט באמת זיך געזארגט פאר איעדער בחור. געדענק איך אז עס איז געווען א בחור וואס האט נישט געהאט א חברותא און ער האט באצאלט פון זיין אייגענע טאש פאר די בחור’ס חברותא. למעשה האט ער א סאך מאהל באצאלט פאר ביידע בחורים אז זיי זאלן לערנען מיטן צווייטן בשעת ער פלעגט נישט זאגן פאר די בחורים אז דער צווייטער ווערט אויכט באצאלט.

איך ווייס נישט וויפיל פון די תלמידים - וואס זענען נישט געווען סלאנימערס - האבן געוויסט אז ער האט נאך זוכה געווען צו זיין א משמש נאמן פונעם 'רבי'ן זכרונו לברכה', ביז די לעצטע תקופה פון זיין לעבן.
איי, ר' דוד!מי יתן לי שוב אותם שעות ארוכות פון הנאה וקורת רוח, הערנדיג גיסנדיגע טייכן פון ווערטער וואס פליסן אן אויפהער! און על פי רוב, נישט בדווקא שיינע ווערטער ווי איידער ציפעדיגע עבודה'דיגעווערטער! ווערטער אדער סיפורים פון צדיקים, וואס זענען מחייב!!! יאהרן נאך די חתונה, ווען איך פלעג 'אריין פאלן' און 'שטיבל' און רחוב ברסלב און בני ברק, ווי ער האט זיך געפריידט צו מיר, אבדלחט"א! געדענקט יעדעם יאהרן שפעטער!
יבדלחט"א רבי יחזקאל וויינבערגמיט די געשמאקע שמועסן מפעם לפעם, זיצנדיג בקרן מזרחית צפונית.
ר' אברהם ברוך ברונשטיין, דעם ראש ישיבה'ס איידעם מיט די הלכה למעשה'דיגע קונרסים ביי די 'סדר הלכה'.
דער אומפארגיסליכער 'שואל ומשיב' שוין איבער פופציג יאהר(!) הרה"צ רבי יהושע מנחם שטרן שליט"אבן גאב"ד ביליץ זצ"ל וחתן כ"ק מרן אדמו"ר רבי ישראל מרדכי מראחמיסטריווקא-ארה"ק שליט"א. די הסברה זיינע, עפעס אויסצוקושן די פינגער! די קלאהרקייט און יעדן שטיקל תוספות, עפעס וואסצוגייט און אלע ביינער! אזוי זיצנדיג בקרן מערבית דרומית לעבן די טיר, ווען מפעם לפעם גייט די סטענדער און גלות אינדרויסן פונעם היכל בית המדרש צוליב די ענין פון רייכערן...
בכלל די לערענען מיט סטענדערס ווייל אזוי זענען די ראשי הישיבה געווארן צוגעוואוינט און ישיבת 'בית אברהם' סלונים און ירושלים, איז א 'תעלומה ואין קורא לה' וואס איך פארשטיי עס נישט עד עצם היום הזה... אדרבה, ווער ס'קען מיר פותר חלום זיין...
נו, ווער הייבט אן ברענגען זכרונות פון חברים!... תלמידים!...
- מרנן ורבנן
- שר האלף
- תגובות: 1169
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm
Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק
@זיגל שרייב נאך, דו שרייבסט געוואלדיגע זאכן.זיגל האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 02, 2023 5:09 pm

רבי יהושע מנחם זז”ג האט מיר ממש א פאר וואכן צוריק פארציילט אז ער האט אנגעפאנגען משמש זיין אלס שואל ומשיב אים תשמ”ו. ד”מ ער איז דארטן 37 יאהר, נישט פופציג.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק
ר' דוד גולינסקי פאלט אמאל אריין אין די צופריה שעות ביי "שמילא" אויף רחוב עזרא (א נושא פאר א באזונדער אשכול - זכרונות פון שמילא...), געווען איז דאס בשעת עס האט אויפגעשפילט א ריזיגע לאטארי אין ארץ-ישראל. והנה אך באה, ווי נאר ער קומט אריין ביים טיר, שפאצירן ארויס צוויי בחורים (אינמיטן סדר), ער שפאצירט אריין אזוי מיט זיין מיסטיריעזע שמייכל (פאר ווער עס ווייסט), און די בחורים פון זייער זייט האבן געמיינט אז דער דאך איז איינגעפאלן אויף זיי...
שנעל זענען זיי צוריקגעלאפן אין ישיבה, פלאנענדיג אלע סארט תירוצים, וואס גייט מען ענטפערן וכו' וכו'... זיי קומען שנעל צוריק, זעצן זיך אריין אויף זייער פלאץ, עפענען אויף א גמרא און לערנען פלייסיג. עס נעמט נישט מער פון עטליכע מינוט און "דוד" איז אין ישיבה, קוקט זיך ארום, רעדט מיט דעם שמועסט מיט יענעם. די צוויי בחורים מיינען אז אט אט קומט זייער גזר-דין, אבער ניין... מאיזה סיבה זאגט זיי דוד נישט קיין ווארט. ער שפאצירט ארום אין ישיבה, שפאצירט אריבער זייער פלאץ, אבער קיין ווארט הערט מען נישט פון אים...
נו גוט, אוודאי ווען מען גיין צום שיעור... זיי האבן קוים געקענט אויסווארטן זייער פסק.
עס גייט דורך שיעור, עס גייט דורך לאנטש, מען האט שוין געמיינט אז ביים גיין שלאפן (א מסכתא פאר זיך), דעמאלס וועט עס זיין, אבער ניין. ר' דוד קומט לייגן די בחורים שלאפן, טרייבט די בחורים, זיי בתוכם, א ווארט דא א ווערטל דארט. דערמאנט נישט מיט קיין רמז קל איבער די געשיכטע... די בחורים האבן שוין ממש געפלאצט. אפשר האט דוד איבערגעגעבן די מעשה גאר פאר ר' מתתי' און מארגן וועט שוין קומען ממש די ריכטיגע, אדער אפי' ארויספליען פון ישיבה... ווער ווייסט...
די בחורים זענען געשפרינגען פון פחד... אויפצומארגנס זענען זיי געווען צייטליך ביים דאוענען, צייטליך ביים סדר, געווארט צו הערן פון ר' מתתי', אדער כאטש פון ר' דוד... גארנישט! - "ר' דוד האט מסתמא נישט געזען" האבן די בחורים געקלערט. ס'קען נישט זיין אז ס'גייט שוין אריבער אזויפיל צייט, גייט אריבער עטליכע מאל און זאגט נישט קיין ווארט... ער האט מסתמא נישט געזען.
עס גייט אריבער עטליכע טעג, אט שפילט אויף דער לאטארי, יעדער איינער שמועסט דערוועגן... דוד שפאצירט זיך אזוי אין היכל הישיבה, ער גיבט זיך א זעץ אריין אין די באנק פון איינע פון די בחורים, מיט א געלן צוגארעטל שמייכל און מיט זיינע שפיזיגע בליקן... "נו, האסט "נישט" געוואונען די לאטא... הא?"...
זיי האבן שוין נישט געדארפט מער.
ויהי דוד לכל דרכיו משכיל!

מיט איין טשיקאווע מעשה ארויס געברענגט על רגל אחת גאנץ מסכת 'רבי דוד'!
ווען איז זין יא"צ? דארף זיין ערגעץ און די ניין טעג, דאכט-זיך.
ווען איז זין יא"צ? דארף זיין ערגעץ און די ניין טעג, דאכט-זיך.
- מרנן ורבנן
- שר האלף
- תגובות: 1169
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm
Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק
היינט נאכט, ו' אב, פאלט אויס די יאהרצייט פון הרה"ח רבי דוד יעקב בן ר' פנחס גולינסקי ע"ה.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
- נחמן נתן
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4126
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע:צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק
אז מ'דערמאנט איהם וועל איך שרייבן א זאך וואס א תלמיד האט מיר נעכטן פארציילט. זאל דאס זיין א טובה פאר די נשמה.מרנן ורבנן האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 23, 2023 8:33 pmהיינט נאכט, ו' אב, פאלט אויס די יאהרצייט פון הרה"ח רבי דוד יעקב בן ר' פנחס גולינסקי ע"ה.
מיט ארום א חודש-צוויי בעפאר ר' דוד איז נפטר געווארן, איז דער תלמיד (היינט א אינגערמאן וואס מאכט חתונה קינדער) געווען אין ארץ ישראל, און זייענדיג אין בני ברק האט ער זיך געטראפן מיט ר' דוד. ר"ד זאגט איהם: "מ'דארף תשובה טאהן". זאגט דער תלמיד: איך האב דאך פון דיר געהערט אז 'תשובה איז נישט קיין בער, ס'איז נאר א קער'... האט איהם ר"ד געענטפערט, יא יא, כלפי שמיא איז עס טאקע אזוי, אבער בין אדם לחבירו - - - (ווי איינער זאגט, אז בין אדם לחבירו דארף מען אסאך מער ארבעטן צו קענען ריכטיג תשובה טוהן ווי דברים שבין אדם למקום).
ווי דער תלמיד האט דאס אפגעלערנט - ס'איז דאך געווען אין די תקופה וואס ר' דוד איז געווען שטארק נישט געזונט - איז פשט פון דעם געווען אז וויבאלד ער האט איבערגעלאזט אזויפיל תלמידים, און הגם וואס רובם ככולם האבן איהם ליב געהאט אהבת נפש, פונדעסטוועגן האט זיך זיכער געמאכט אז עמיצער זאל זיך פילן געטראפן פון זיינע רייד, דעריבער האפט ער צו קענען תשובה טוהן אויף דעם, בין אדם לחבירו.
אלזא, וועלן איהם די תלמידים אודאי מזכיר זיין לטובה, ר' דוד יעקב ב"ר פנחס ע"ה, און אויב האט זיך איינער געפילט אמאל געטראפן דורך איהם, זאל ער איהם אודאי מוחל זיין.
לחיים ולברכה!
- מרנן ורבנן
- שר האלף
- תגובות: 1169
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm
Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק
די בילדער ברעגן ארויס די חן פון רבי דוד ע"ה. די שמייכל, די ציגארעטל, די אפענע רעקל.
- אטעטשמענטס
-
- WhatsApp Image 2023-07-25 at 11.59.36 AM.jpeg (116.27 KiB) געזען 1481 מאל
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
- נחמן נתן
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4126
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע:צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק
מורא'דיגע בילדער! יישר כח פארן ברענגן.
דאס איז אבער שוין אין די שפעטערע יאהרן. אפשר האט איינער בילדער פון איהם אדער פון די ישיבה אין די פריערדיגע יאהרן?
דאס איז אבער שוין אין די שפעטערע יאהרן. אפשר האט איינער בילדער פון איהם אדער פון די ישיבה אין די פריערדיגע יאהרן?
לחיים ולברכה!
- מרנן ורבנן
- שר האלף
- תגובות: 1169
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm
Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק
דא איז נאך א פאר בילדער פון ר' דוד. ער איז דא עטוואס יונגער ווי די פריערדיגע בילדער.
- אטעטשמענטס
-
- WhatsApp Image 2023-07-25 at 5.25.56 PM(1).jpeg (125.48 KiB) געזען 1435 מאל
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק
אוי, די בילדער, זיסער פון צוקער!
זיין אמת'ע שמייכל וואס דו האסט געפילט אז ס'איז פון טיפ'ן הארצ'ן!
די געלעכטער פון די וועלט נאך זאגן א טשיקאווע מעיישה וואס פארפיסטעוועט די גאנצע וועלט!!!
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים און זאל מליץ טוב פאר אונז אלע תלמידים יבדלחט"א.
זיין אמת'ע שמייכל וואס דו האסט געפילט אז ס'איז פון טיפ'ן הארצ'ן!
די געלעכטער פון די וועלט נאך זאגן א טשיקאווע מעיישה וואס פארפיסטעוועט די גאנצע וועלט!!!
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים און זאל מליץ טוב פאר אונז אלע תלמידים יבדלחט"א.
Re: זכרונות פון ישיבת באר אברהם סלאנים -בני ברק
אוי ווי די אשכול ברענגט ארויף זכרונות, כ׳הא׳מיר דערמאנט אין דאס שמעק פון הרב שטערנ׳ס ציגאעטליך.
כ׳דערמאן מיר די טעגליכע ציטונגען וואס זענען געשריבן געווען צווישן די חמש שעות וואס מען האט נישט געמעגט אויסרעדן.
און דאס... פלאפל געשעפט אויף ר׳ מטות׳נס גאס, וואס מען איז אהינגעלאפן מיט מסירות נפש - אז מען זאל ח״ו נישט געדאפט ווערן דורך ר׳ מטות.
די פארלאסענע שלאפצימערן בשעת׳ן דאוענען און לערנען. זכור עלי יוסי גאלינסקי, ר׳ דוד׳ס נעפיו, וואס ער איז געשלאפן אין מיין צימער, און ער האט מסדר געווען אונזערע שלאס, אז מען קען אריין און ארויס ״פארמאכטערהייט״

איין מינוט, מען האט פארגעסן הרב אהרונסון!