א מענעדזשמענט קאמפעני אדער א הייערד קאנטראקטער?!?!
ער נעמט קעיר פון די רענט און עני אנדערע פראבלעם וואס זאל זיך נישט מאכן.
ווי אויך ווען עס מאכט זיך א פראבלעם און די הויז, וועט ער דיר ריפעירן און טוהן די נויטיגע מעינטענענטס...
די שאלה איז אזוי, איז די מענעדזשמענט קאמפעני איינער וואס מענעדזשט דיינע פראפערטיס אדער ס"ה א הייערד קאנטראקטער וואס ווארפט זיך ארויף אויף יעדע ריפעיר ווי די שור הבר אויפן לוייתן... וואס נישט נאר וואס ער איז פארזיכערט מיט דיין קאנטראקטער/ריפעיר/הענדי מאן ארבעט, נאר די דארפסט אים נאך באצאלן א חודשליכע פי פארן זיין זיין קלייענט...
איז יעדע מענעדזשמענט קאמפעני אזוי?
און וויאזוי קען מען וויסן ווער איז גוט און האנעסט, און מענעדזשט דיינע פראפערטיס און איז נישט נאר דא צו פיקסן דיין הויז פאר טייער געלט...?
וואס זענען די סימינים פון א דיסהאנעסט מענעדזשמענט?
וויאזוי קען איך וויסן אויב ער איז אוווער פרייסט?
וכו' וכו' וכו' ...
די מבינים זאלן אריין קומען מיט עדווייס...
יישר כח!