שפארט אייך הונדעטער $ דורך קויפן א גוטע וואסער פילטער
עס איז דא צו קויפן א pitcher וואס קומט מיט א גוטע פילטער וואס מאכט די וואסער זאל האבן א גוטע טעם און נעמט ארויס שמיץ וכדומה
עז קאסט ארום $20 אין מען דארף טוישן די פילטער עטליכע מאל א יאר
Breta /PUR מיט נאך עטליכע פירמעס מאכען עס
זיי מאכן אויך היינט א פשוטע attachment וואס מען לייגט צו צום faucet און עס ארבעט זייער גוט , עס קאסט ארום $20 און איז מער פראקטישער וואו די pitcher
דערנאך איז דא אזאך ערליי פילטערס וואס מען לייגט אינטער די סינק וואס די פרייז איז געווענליך אביסעל מער און מער קאמפלעצירט ארויפצולייגען
איינמאל מען געוואוינט זיך צו שפארט מען זיך געלט און כח פון שלעפען די קעיסעס וואסער