היסטאריע, משפחות, אנשי שם, פון פוטנאק אונגארן
הגם אידן האבן שוין געוואוינט דארט פארדעם, אבער א געהעריגע קהילה איז נישט געווען,
במשך די יארן האט די קהילה זיך ציוואקסן און פארמאגט א גרויסע ישיבה, א חברה ת"ת, גמילת חסדים, משכיל אל דל, ביקור חולים, חברה ש"ס, חברה סנדקאות, תפארת בחורים, חברת נשים, ועוד.
רבנים:
1) הגה"ק רבי שלמה זלמן ברויןזצ"ל - כ"ג חשון תרל"ג בן נ"ב שנה, מנו"כ אין פוטנאק,
( זיין איידעם איז געווען הגאון רבי יצחק אייזיק שטערן (בן רבי מרדכי מסאנטוב) דומ"ץ אין מישקאלץ, נפטר כ"ח תמוז תרע"ג לפ"ק, )
אין א תשובה אין גורן דוד (סימן ח'), שנת תרכ"ה לפ"ק צו רבי שלמה זלמן זצ"ל איז ער דן צו מען מעג פארקויפן די אלטע בית הכנסת אין פוטנאק, בכדי צו האבן געלט צו בויען די נייע ביהכנ"ס, און א יאר שפעטער תרכ"ו לפ"ק האט מען געבויעט די בית הכנסת וואס שטייט נאך עד היום, (ליידער אין א חרוב'ע מצב).
- (אין א בריוו פון רבי יצחק אייזיק פון בערך שנת תר"ל לפ"ק, אין פוטנאק, נעמט ער זיך אן אויפן כבוד פון זיין שווער הגה"ק רבי שלמה זלמן זצ"ל) .
2) הגה"ק רבי יעקב טעננענבויםזצ"ל, דער נהרי אפרסמון, ער איז געווארן רב דארט בשנת תרל"ד לפ"ק,
ער האט אויפגעשטעלט א גרויסע ישיבה וואס האט געהאט אן ערך פון 150 בחורים, מנו"כ בהאוהל בפוטנאק.
3) הגה"ק רבי מאיר טעננענבויםזצ"ל בעל אמרי מאיר, בן הנהרי אפרסמון, און ער האט ממשיך געווען מיט די ישיבה,
מנו"כ ע"י האוהל בפוטנאק.
4) הגאון חיים יהודה טייטלבויםזצ"ל, חתן האמרי מאיר, נעקה"ש.
____
בתי חיים איז דא איינס, וואס כעת בויעט מען עס שיין איבער מיט די הילף פון אבותינו.
משפחות און אפשטאמיגע פון "פוטנאק" איז דא א כהיום א היפשע פאר, און איך וועל פראבירען צו אהערשטעלן וואס איך ווייס, און מען בעהט די עולם זאל ארויסהעלפן מיט וואס שייך.
- אטעטשמענטס
-
- פוטנאק בית הכנסת.jpg (97.42 KiB) געזען 1224 מאל