WOW פאר מיר איז עס א מורא'דיגע דעגרייכונג די ווינקעל ווייל ווען איך ליין פון אביסעל אומבאקאנטע און מקובל'דיגע נגונים, האב איך נישט קיין אנונג פון וואס מען רעדט, אזוי אז כקען הערן די ניגון קען איך פארשטיין פון וואס מען רעדט, און די אלע פאקטען ארום דעם ווייס איך אויף וואס סגייט ארויף, און ווען מען דערמאנט א ניגון וואס גייט אביסעל אנדערש פון די צווייטע הער איך די חילוק,
זייער שיין, אבער כדרך הבקיאים טוט וויי יעדער וואס טוט אנדערש, מ'קען נישט אפפרעגן א שיין שטיקל אויף ונוקם על עלילותם, ס'איז דא וואס צו זאגן אויף די ווערטער, יעדער האט זיין חיות אין אנדערע הייליגע דיבורים פון כבוד השם, יעדער באקומט דביקות ערגעץ אנדערש, ואין יום דומה לחבירו, והוא הדין, ביי כי ששת ימים קען זיך וויינען, כאטש די נקודה וויאזוי נוסח קומט איז גערעכט.
איך בין מיט דיר, אזויפיל האב איך יא הנאה געהאט אז איינער מאכט אן עסק פון א ניגון און מאכט זיך צוטון.. כאטש מיר איז עס א קנאפע נפק''מ צו סאיז אן הארציגע ניגון אדער מארטשעדיג, כאטש איז עס א ניגון..
דער רבי בנימין איז מלא תוכן אבער ער דרש'נט און דרש'נט [ ארום שמועס וועגן די לעבן און שאפן פון רבי יוסל'ע ראזענבלאט דארף מען נישט רבי בנימין]
וועלוול וואלט עם געקענט אסאך מער האלטן צום טאפיק, עס זעט מיר אויס אז ר' בנימין'ס שמועס איז פרי ריקארדעד און וועלוול לייגט נאר אריין דא דארט שטיקלעך עס זאל אויסזען עכט.
די אמת איז אז די לעצטע תקופה פלעגט וועוולעל און זיין נגינה אפטיילונג פארליינען גאנצע שטיקער עתיקין, יעצט האט מען נאר געטוישט די בעל קורא און רבי בנימין ליינט עס פאר. עס האט נישט קיין געשמאק פון א פארגע-ניגון שמועס
אויסער דעם וואס די עדיטינג דארף א גרויסע ישועה. טיילמאל קומט נישט ארויף די ריקארדינגס און טייל מאל פארט מען פון איין נושא צום צווייטן
פנחס שרחם על כ"י שיהיו בעלי עבירות כאלו בעם קדוש.. ראה המגיפה בב"י ורחם מאוד. ומחמת גודל הרחמנות שנתפשט בכל מדותיו לא היה יכול להתאפק.. בזה הרחמנות הגדול לבש קנאה ונקם בהחוטא.. רק מי שהוא ברחמנות גדול כזה, זה האיש יכול להיות קנא ונוקם