גניבה פון באנק אקאונט - טאפט א וואנט - אל תבטחו בנדיבים
בערך זעקס וואכן צוריק - ווען כ'האב רעקנסיילד מיין באנק אקאונק - באמערק איך צי מיין וואונדער א דעביט פון 12 אלפים, א גניבה. און אט אזוי איז דאס ציגעגאנגען. דער פארשוין, Youssef ElJamali, מיט וועם איך האב קיינמאל קיין פארקער נישט געהאט מיט און נישט מיט זיין אימעיל געניצט, האט געשיקט א פעיפעל ריקוועסט פון 12,000 צי מיין אקאונט. בערך 45 מינוט שפעטער איז עס געווארן עפראווד.
וויאזוי די טראנזאקציע איז געווארן עפראווד איז מיר א מיסטעריע. ווארים מ'דארף די פעסווארד דאס צי טון. און די מיסטעריע איז דאפעלט: וויאזוי האט ער געהאט צוטריט צי די פעסווארד? זיך ארומשפילן מיט פעסווארדס קומט נישט אין באטראכט מיט פעיפעל. צווייטענס, איך באקריג אן אימעיל יעדעס מאל א נייע דיווייס לאגט אריין אין מיין פ"פ אקאונט, און דאס מאל האב איך נישט באקומען אזא אימעיל. ווייטער, זאגן אז ער האט אריינגעהעקט אין מיין קומפיוטער און אזוי אריינגעלאגט צי פ"פ, פארענטפערט נישט די ערשטע קשיא, ווייל מען דארף נאכאלץ די פעסווארד. איך האב נישט געהאט קיין שום אנדערע אקטיוויטעטן יענע טאג, ממילא איז נישט מסתבר אז איך בין געווען אריינגעלאגט און געווארן געהעקט...
טאמער וועט איר פרעגן, מען באקומט דאך אן אימעיל ביי יעדע פעיפעל טראנזאקציע, טא פארוואס האב איך נישט באמערקט פריער? די תירוץ איז אז אוטלוק לייגט די סארט אימעילס אין other פאלדאר אנשטאט אינבאקס, וואס איך קוק נישט אפט.
עכ"פ צוריק צי ווען כ'האב באמערקט די גניבה. במחשבה ראשונה האב איך מיך געפרייט אז אט גיי איך רייכער ווערן מיט 12 אלפים... כ'מיין, כ'האב דא צוויי ריזן אויף מיין זייט - טשעיס און פעיפעל - און אין א סעקונדע וועט דער ווערן צומאלן אונטער זייערע לאפעס... הגם א ספק האט נאך גענעסטעט אין מיין הארץ אז אפשר איז יענע אקאונט שוין אויסגעליידיגט און דער פארשוין מער נישט צום געפינען. אן אויסלענדישע אקאונט איז עס לכאורה אבער נישט ווייל דעמאלט וואלט געווען א פי פון פ"פ צי שיקן געלט. ווייניג האב איך געוויסט אז די פראבלעמען וועלן זיך ערשט אנהייבן טאקע מיט די צוויי ריזן...
די ערשטע זאך האב איך געפיילט א דיספיוט קלעים מיט פ"פ, א גרינגע אפציע מיט זיי אנליין. צי מיין וואונדער איז נאך א האלבע שעה צוריקגעקומען די פסק כדלהלן:
"We've completed our review of your unauthorized activity case, and we’ve determined there was no unauthorized use.
Based on our review, we found this transaction is consistent with your PayPal payment history.
Based on our review, we found this transaction is consistent with your PayPal history."
א פלא. געוועדליך צי באקומען אן ענטפער פון פ"פ אויף עני נערישע זאך דויערט א שיינע פאר שעה. און דא אזא קלארע תשובה אין בלויז א האלבע שעה... די גרעסערע פלא איז די עצם תשובה. עס איז בעצם נישטא קיין איין זאך וואס איז קאנסיסטענט מיט די טראנזאקציע. קיינמאל נישט געשיקט מער ווי 2 אלפים, קיינמאל נישט דורך א ריקוועסט, און קיינמאל געדיעלט מיט דעם פערזאן.
נאנא, האב איך מיך אונטערשמייכלט. מאנטאג העמיר אריינריפן קאסטעמער סופורט און מהעט זיי שוין מסביר זיין די טעות און אלעס מסדר זיין עצהי"ט. וכך הוה, מ'ריפט אריין פ"פ, אודאי די ערשטע רעאקציע איז געווען "מיר זענען זייער קאנסורד בלא בלא" און "רעסד עשורד מיר וועלן קעיר נעמען פון דעם שנעל" און גאר "כ'וועל זעהן א ריפאנד אין מיין אקאונט אין 3-5 ביזנעס טעג"...
To make a long story short, איך ווייס נישט וויפיל מאל איך בין שוין זייט דעמאלטס געווען אויפן טעלעפאן מיט פעיפעל סופירווייזערס (כ'בעט גלייך פאר א סופערווייזער, נישט אז עס העלפט, סתם...), און כ'טאפ א וואנט. ווען איך פרעג וואס האט פ"פ געטון צי איוועסטיגעיטן די קעיס און אויב מען האט באקומען אן אנטווארט פון די רעסיפיענט איז די אנטווארט "כ'ווייס נישט, בעק אפיס", אקעי קאננעקט מיך צי בעק אפיס, נא דאס איז אוממעגליך. ווען איך פרעג וועלכע איי פי עדרעס איז געווארן גענוצט (איך וויל טשעקן אויב עס איז געמאכט געווארן דורך מיין דיווייס), איז די אנטווארט "פרייוועסי פאליסי"... נישטא ווער זאל לאכן.
איין האפענונג וואס זיי האבן מיך יא געגעבן איז אז איך זאל פיילן א קלעים מיט מיין באנק. אויב באקומען זיי א קלעים פון די באנק איז דאס די העכסטע פארם פון דיספיוט און דעמאלטס וועלן זיי בעסער אריינקוקן אין דעם, אזוי צי זאגן. אקעי פיין, גיימיר צי טשעיס. נאנא, די ריזיגע באנק וועט נאר א געבן א שטרענגע בליק וועט פ"פ איינמאכן אין הויזן. (טשעיס האט בערך 50 מאל אזויפיל עסעטס און 10 מאל נעט אינקאם. סתם פאר אינטערעסאנקייט)
פיין, פייל מיר א דיספיוט קלעים מיט טשעיס. 2 טאג דערויף איז צוריקגעקומען די פסק:
"We found that the transaction(s) was processed according to the information you provided or was
authorized."
און דא הייבט זיך אהן די זעלבע חתונה ווי מיט פ"פ: פאון קאלס צי רעפס און סופערווייזערס. אונטערשטע שורה, היות איך בין מודה אז כ'האב א פעיפעל אקאונט איז פשט אז מצידם איז עס א וואלידע טראנזאקציע. פעיפעל איז דער וואס איז מחיוב צי קעיר נעמען. עס העלפט נישט קיין טענות ומענות אז פעיפעל איז ס"ה א טול מי ריקן געלט, סא פארוואס די פאקט אז איך נוץ פ"פ ווייזט אז די ספעציפישע טראנזאקציע איז וואליד? און עס העלפט נישט קיין פראטעקציע אז טשעיס מאכט אויף מיר טויזענטערס אין פראפיט, טא פארוואס זאלן זיי נישט פרובירן צי העלפן.
עכ"פ אזויפיל בין איך ארויסגעקומען מיט טשעיס אז זיי האבן געפיילט א ריפאנד קלעים מיט פ"פ און געווארן דינייד. באוואפענט מיט די פאקט בין איך צוריקגעלאפן צי פעיפעל מיט די טענה אז זיז האבן דאך אליין געזאגט אז די באנק'ס קלעים וועט יא אנגענומען ווערן ערנסט! די אנטווארט: להד"ם. זיי זעען נישט קיין שום ריקוועסט פון די באנק! האב איך מחליט געווען אז נעקסטע מאל כ'ריף פ"פ ברענג איך אריין טשעיס אויפן ליין; זאלן זיי זיך ארומשלאגן צווישן זיך. וכך הוה, עס איז נישט גרינג געווען צי ארויפברענגען טשעיס (די רעגולער נומבער האט געהאט א האלבע שעה ווארט צייט, האב איך געדארפט ניצן אלטערנעטיווע נומער און געווארן געטרענספערט עטליכע מאל...). און ווען די רעפ האט איבערגע'חזר'ט אז די קלעים איז געווארן דינייד ביי פ"פ האב איך איר סורפרייזט מיט א פ"פ רעפ אויפן ליין וואס האט קלארגעשטעלט אז זיי קיינמאל נישט באקומען אזא קלעים... האט זי געטוישט ווערסיע. אז היות איך ניץ פ"פ און די טראנזאקציע מצידם איז גוט, האט נישט "אויסגעפעלט" צי אריינגעבן אזא קלעים, און טאמער וויל איך זאל איך גיין דירעקט צי פ"פ. איך דארף אייך נישט מסביר זיין ווי איך האב געשוימט אויף איר דעמאלטס... אזוי ווי זי האט געזען כי כלתה אליה הרעה, האט זי זיך קודם געכאפט אז בעצם האט זי בכלל נישט קיין רעכט צי רעדן מיט די פ"פ רעפ וואס איז נישט אוטערייזט פאר מיין אקאונט (איי איך אויטערייז יעצט? בקיצור). דערנאך האט זי געטרעספערט צי א בעסערע דיפארטמענט וואס האט זיך ארויסגעשטעלט איז נישט פאר ביזנעס אקאונט און האט געטרענספערט צי ביזנעס אבער די מעין נומער וואס האט א האלבע שעה ווארט צייט וכו'.
און דא האלט מען יעצט.
כ'האב שוין געפיילט א ריפארט מיט די FBI, וואס לויט וויפיל כ'האב געליינט פעלט נישט אויס צי לייגן קיין האפענונג אויף דעם. אויך האב איך ריפארטעט ביי BBB אויף פ"פ.
עני עדווייז וויאזוי מען גייט ווייטער? און צי לוינט זיך בכלל צי פייטן פאר דעם ווען דער גנב האט זייער לייקלי שוין פארמאכט יענע אקאונט (וואס איז לייקלי געווען אונטער פאלשע איידענטיטי) און פארשווינדען געווארן?
אריינגעבן די מעשה ערגעץ אדער פאוסטן אויף סאשעל מידיע (למשל אויף זייער טוויטער אקאונט) קען אפשר העלפן אז איינער אין א העכערע ראנג זאל אריינקוקען דערין? אויב יא, וואו?
א דאנק פארן ליינען
זיכט איר איינער צי נעמען charge אויף אייער בינעס פינאנצען? ווארף אן אישי.
One hour consultation free