Re: חידושים, הגהות והערות - על דא ועל הא
פרשת כי תשא די פרשה פון די מחצית השקל.
די פרשה איז דאך געזאגט געווארן נאך די חטא העגל און די שקלים דינען אלץ א כפרה פאר די חטא העגל ווי רש”י ברענגט. די טעם פון די שקלים איז כדי סזאל נישט שאדן קיין עין הרע ווען מציילט די אידן און קוקט וועט איר זעהן אז סאיז אלעס איינס און די זעלבע טעם.
גאנץ מכירת יוסף איז דאך געקומען פון עין הרע. בגמרא שבת (י:): ואמר רבא בר מחסיא אמר רב חמא בר גוריא אמר רב, לעולם אל ישנה אדם בנו בין הבנים, שבשביל משקל שני סלעים מילת שנתן יעקב ליוסף יותר משאר בניו, נתקנאו בו אחיו ונתגלגל הדבר וירדו אבותינו למצרים".
אין ימע”ל ברענגט ער אז די שקלים זענען טאקע געקומען מכפר זיין חטא מכירת יוסף וואס דאס האט צוגעברענגט די מעשה העגל וז”ל: ויש אומרים הטעם כדי לכפר על מכירת יוסף שמכרו אותו אחיו בעשרים דינרי כסף, ועשרי דנרי כסף הם חמשת שקלים, נמצא שהגיע לכל אח מחצית השקל וזה מחצית השקל (מרעכנט בלויז די צען ברודער, נישט יוסף ובנימין). וכיון שחטא העגל נתגלגל ע”י מכירת יוסף, שבגללה ירדו אבותינו מצרימה, ואח”כ כשמת יוסף זרקו המצרים ארונו לתוך הים, וכדי להוציאו משם נצטרך משה לכתוב ע”ג טבלא קטנה של זהב: עלי שור, ובזה הוציאו מן הנהר וכו’ ואותה טבלה מצאו אנשים מן הערב רב, ובשעה שעשה אהרן את העגל כדי לעכב בעדם עד בוא משה, זרקו אנשים לו מן הערב רב את הטבלא הזאך לתוך הזהב שהיה באש, ויצא העגל הרע הזה וכו’ לכן צוה הקב”ה שיתנו מחצית השקל, לפי שהכל נסתובב ע”י מכירת יוסף שהגיע לכל אח מחצית השקל ע”כ. הפלא ופלא!
עכ”פ זעהען מיר מכירת יוסף אלץ גורם החטא העגל און די שקלים האבן געדארפט מכפר זיין אויף די ארגינעלע חטא.
אין מדרש תנחומא (כי תשא לא) שטייט: לוחות הראשונות שנתנו בפומבי ושלטה בהם עין העולם, נשתברו. והלוחות השניות שנתנו בצנעא עמדו בשלמותם. ע”כ. שטעלט זיך ארויס אז סיי די חטא מכירת יוסף און סיי די חטא העגל איז אלעס נשתרבב געווארן דורך עין הרע.
וואס די מחצית השקל טוט אויף איז דא דערויף פילע טעמים. אנגעהויבן פון די מחצית השקל קעגן די מכירת יוסף וואס מיר האבן שוין פריער נאכגעברענגט. אבער איינמאל מיר פארשטייען אז די יסוד איז עין הרע ווייסמיר שוין בערך וואס צו קלערן, דאס אז די הצלחה פון א מענטש איז בולט איז דאס גורם א דין אין הימל צו ער איז באמת ראוי דערצו. ביז סאיז בולט א מענטשס הצלחה קען בעצם אלעס מיטגיין, אמער אלעס איז דאך סייווי ניסים, גארנישט שטימט דאך סייווי נישט... דעריבער זאגן אונז חז”ל אין הברכה מצוי אלא בדבר הסמוי מן העין.. אבער איינמאל סאיז געציילט מוזן זיך די ניסים אויפהערן, מקען דאך נישט אז אלעס זאל זיין אפען. אזוי האט אלישא געזאגט ביי די אסוך שמן, שפאר צו די טיר און קוק נישט וועט זיך די שמן נישט אויפהערן. איינמאל סווערט שוין בולט איז מען דן דעם מענטש צו ער איז טאקע ראוי דערצו, ומי יאמר זכיתי ליבי.. דעריבער איז בעסער נישט צו קוקן און נישט צו זעהן.
יעצט דער ילקוט מעם לועז ברענגט נאך פילע טעמים צו די מחצית השקל אבער אלעס גייט בערך אין די זעלבע ריכטונג.
א] אדער אז סאיז מרמז אויף די ד’ יסודות אז מים ועפר קען מען באפרידיגן משא”כ אש און רוח איז קיינמאל נישט באפרידיגט.. אין אנדערע ווערטער אז דער מענטש האט נאך גארנישט, אפגעזעהן וויפיל ער האט.
ב] אדער צו געבן דעם מענטש א לקח טוב אז א מענטש זאל וויסן אז אלעס איז הבל און וויפיל ער טוט נאר איז אלעס גארנישט ואין חביב לפני הקב”ה בעולם הבא אלא זה שהוא שפל רוח כמו שנאמר: ואת דכא ושפל רוח וכו’ לב נשבר ודכה אלוקים לא תבזה וכו’ ע”כ. מיך דוכט זיך צו זאגן דא אז די נקודה איז אז דער מענטש זאל זיך אליינס דן זיין ביים געבן די מחצית השקל וויפיל ער באקומט און וויפיל ער גיבט כלפי שמיא און אז ער איז בעצם שולדיג ים’ען מער דעריבער וועט עס זיין בגדר כשיש דין למטה אין דין למעלה
ג] אדער פשוט די מצוות צדקה וועט מגין זיין, ווי דער רמב’ן איז מסביר ביי דוד המלך אז די מגיפה האט פאסירט אפילו מהאט גענומען געלט, נאר מהאט נישט געטון מיט דעם קיין דבר מצוה, סאיז נישט געווען קיין צורך דערצו.. און סהאט געפעלט די פארשטאנד אז די יסוד איז מצוות צדקה וואס האט א סגולה אז דער מענטש גיבט א פרוטה און באקומט צוריק דערפאר אנלימיטעט... כך גזרה חכמתו יתברך, דעריבער ווען סקומט צו ציילן די אידן און צו מאכן בולט אירע הצלחות איז די בעסטע עצה א מחצית השקל און די אלע חשבונותן צו מאיז ראוי דערצו הערט זיך אויף. די לימוד פאר אונז איז וואס דאס באדייט געבן א פרוטה לצדקה.
ווי דער ימע”ל ברענגט (בשם ירושלמי, תנחומא ותרגום יונתן) אז נתקשה משה באדייט טאקע אט דאס; ווי קען א מחצית השקל מכפר זיין פאר א נפש אדם? סהאט דאך נישט קיין שאץ... האט אים דער אויבערשטער געענטפער כזה יתנו.. א פשוטע מחצית השקל! געבויט אויף דעם טעם אז דער אויבערשטער וויל נישט מחייב זיין א מענטש צופיל זאגט מען אין די יוצר אויף הויכע שמו”ע שחרית שקלים; קדוש כחפץ להצדיק עם זה , כמין מטבע אש הראהו במחזה וכו’ קה לא מצאנוך שגיא כח וכו’ רחום כרחמת נשואך בכסף כיפורים, כן שעה שפתינו בשלום פרים ע”כ. סשטימט דאך סייווי נישט.. דער אויבערשטער וויל אונז דאך העלפן, נו אויב אזוי זאל אונזער בלויז זאגן די פרשה פון שקלים אויפטון די זעלבע ווי געבן די מחצית השקל.
אגב, לויט די צווייטע טעם וואס מהאמיר נאכגעברענגט אין די יסוד פון מחצית השקל איז זייער פארשטענדליך פון וואו די תקנה מאה ברכות קומט, דען א מענטש זאל הונדערט מאל אין טאג זיך מתבונן זיין אין וואס ער באקומט און וויפיל ער איז חייב צוריקצוגעבן.. אט דאס האט די זעלבע סגולה קעגן מגיפה און עין הרע. ווען דער מענטש אליינס איז זיך דן, דעמאלטס אין הימל איז מען אים נישט דן.
עקסטער איז הפלא ופלא די מצווה פון מעשר, לכאורה איז דאך די ברכה נאר מצוי בדבר הסמוי מן העין, נו ווי קען א מענטש גיין ציילן זיין געלט? זאגט דער אויבערשטער, נישט גע’דאגה’ט, דו גיי צייל און מעסט.. אויב דו וועסט אראפגעבן א צענטל וועל איך זיכערמאכן אז די ברכה בלייבט דא אפילו סאיז מער נישט סמוי.
מיט די יסוד פון עין הרע פארשטייען מיר אויכעט די לעצטע שטיקל אין די פיוט אור פניך פון מוסף שקלים, בעהט מען דארטן אין די זכות פון יעקב; גדי, קישור ידים ברכות לישא, אין די זכות פון יעקב וואס האט זיך ארומגעבינדן מיט די הויט פון א גדי בכדי צו באקומען די ברכות זאל אונז דער אויבערשטער געדענקען. לכאורה פארוואס דערמאנט מען פונקט יענץ? נארוואסדען, מרעד מיר דאך דא ווייטער פון די זעלבע יסוד, יעקב האט באקומען די ברכות באהאלטענערהייט, נאר א דבר הסמוי מן העין איז נישט שולט ביי דעם קיין עין הרע.
אין די יוצר שקלים ביי מוסף דערמאנט מען: דודי זכור שקלי עפרון אשר שקל אב במכפל חברון ע”כ. איז דאך דארטן געווען 400 שקלים, האט דאס שייכות מיט די ועינוי אותם ארבעה מאות שנה ווייל אברהם האט געפרעגט במה אדע?
עכ”פ, דאס אז מיר באצאלן היינט די מחצית השקל בלויז דורכן זאגן די פרשת השקלים האט מיט די גלות’ן וואס איז שוין נגזר געווארן אויף אברהם אבינו, וואס האט געפירט צו מכירת יוסף און צו די חטא העגל כנ”ל און מיר אלץ אייניקלעך טראגן ווייטער די חשבון, מיר זענען מחיוב אין די מחצית השקל יעדעס יאר. דעריבער ווען מיר ליינען די פרשת השקלים מיט רעכט פאסירט בכל שנה ושנה כשקוראין אותה לפני [הקב”ה, ווערט עס גערעכנט] כאלו אתה (משה רבינו) עומד שם וזוקף את ראשן, און האט די אלע סגולות פון די מחצית השקל.
----
מענין לענין, שטייט די פרשה פון כיור תיכף נאך די פרשת שקלים, ברענגט דער רבינו בחיי אז די סמיכות איז צוליב דעם וואס די כיור האט די זעלבע סגולות פון די פרשת שקלים וואס איז מרמז אויף מצוות צדקה, אז דאס ברענגט א שפע אויף די וועלט ע”כ. איז דאך נטילת ידים בשחרית אלץ זכר צו די עבודת ביהמ”ק אזויווי שחרית און מנחה זענען קעגן די תמידין של שחר ושל בין הערביים, דעריבער פארשטייען מיר שוין די גמרא שבת (סב) אמר רב חסדא: אנא משאי [אני רחצתי] מלא חפני מיא [מים] ויהבו [ונתנו] לי מלא חפני טיבותא [טובה]. נטילת ידים האט די זעלבע סגולה פון מצוות צדקה.

איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: ↑ פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 amאיך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)