בלאט 1פון 1

גורל

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 3:16 pm
דורך מארמאראש
מיר אלע ווייסן אז די מהלך צו מאכן די קינדער לערנען פלייסיגער, דאווענען ערליכער, בענטשן הויך וכדו', איז פון די שטערקסטע מהלכים צו מאכן גורלות, געוואונען שיינע זאכן און געגאנגען.
אדער איז דא א טייל וואס די אנפירערס אליין טיילן אן קיין גורלות, נאר קוקן ווער עס ווערט די מערסטע רויט בשעך ער גייט זיי אדורך דער באקומט די מתנה'לע וכו'.

די היינטיגע אחרונים זענען דן צו ס'איז אויסגעהאלטן לגבי הלכות שבת צו מאכן א גורל אום שבת עיי"ש.

אבער איינער האט מיר מעורר געווען אז ביי אים איז עס א שאלה אויך אינדערוואכן צו דאס איז א תורה'דיגע מהלך די גאנצע ענין פון אויספוקען איין אדער עטליכע קינדער וואס נאר זיי גייען געווינען/באקומען די מתנה, אפשר גייט דאס אריין אין די שאלה פון לא ישנה בנו בין הבנים, נישט געבן פאר איינעם יא פאר איינעם נישט, ס'פארהאן קינדער וואס געווינען קיינמאל נישט, ס'פארהאן קינדער וואס קענען נישט גוט זיך מאכן רויט... ס'פארהאן וואס בענטשען מער בכוונה אבער זיי האבן נישט די פייערליכע ענערגיע זיך ארויסצווייזן, און זיי באקומען קיינמאל.

הייסט דאס נישט בא'עוולה'ן קינדער? טשעפענען קינדער?

איי וועסטו מיר זאגן אז מ'טרעפט שוין אין די תורה גורלות? יא אוודאי ווען די הייליגע באשעפער וויל מ'זאל טון די עבודה אויפן מזבח, און נאר איין איינציגע כהן קען דאס טוהן, איז די עצה צו מאכן גורל, אדער ווען יעדער באקומט א חלק בארץ, אדער א פארציע עסן כדאיתא בה' שבת, נאר מ'וויל וויסן וועלכע ס'פאר וועמען טיילט מען איין לויט א גורל.

אבער איך מענטשעלע וואס וויל זיך גרינגער מאכן דאס אריינברענגען אן התעוררות אין די קינער מאן יימר אז איך האב רעכט צו געבן נאר פאר איינעם בו בזמן וואס אנדערע גייען אויס פאר קנאה, און זאגן אז א גורל איז באשערט?.

אויב ווייסט איינער א מקור אז מ'מעג אדער פארקערט זאל ביטע מעלדן - אזוי אויך אויב ווייסט איינער צו אין דער אלטער היים האט מען שוין געניצט דעם מהלך זאל מען אויך מעלדן.

Re: איז גורלות פאר קינדער אויסגעהאלטן?

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 3:59 pm
דורך הרים סביב
לכאורה איז עס נישט קיין טענה פון משנה בנו בין הבנים, ווייל דער קינד ווייסט אז עס איז נישט דא קיין שום סיבה אדער מעלה פארוואס דער צווייטע איז געווארן אויסגעוועלט.
נאך מער קען מען לערנען אמונה ובטחון, און מסביר זיין אז עס איז באשערט, און מען לאזט זיך פירן פון די רבונו של עולם.

למעשה האב איך שוין געזען ביי אבות ובנים'ס וכדומה ווי מען געבט זיך אן עצה, מען מאכט ספעציעל גורלות פאר דער וואס האט נאך קיינמאל נישט געוואונען, אדער אז מען לייגט אוועק אלע טיקעטס וואס האבן נישט געוואונען און מען באקומט עפעס פאר דעם סוף זמן כו'

Re: איז גורלות פאר קינדער אויסגעהאלטן?

געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 4:09 pm
דורך וועלטס מבין
א גאר חשובע מלמד תינוקת כיתה ב' האט מיר אמאל געזוגט אז ער מאכט נישט קיין גורלות ווייל די קינדער פארשטיין נאכנישט פארוואס יענער באקימט אין ער נישט ווען ער האט זיך אויך אנגעשטרענגט צי זיין וואול.

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: