א פראסק אין פנים.
ההוא מקרי דדרדקי, ס'איז געווען אמאל א מלמד, אדריה רב אחא דקא פשע בינוקי, וואס רב אחא האט אים משלח געווען פון פאסטן וויבאלד ער פלעגט שלאגן די קינדער יותר מדאי, אבער נאך מער שרייבט רש''י און מסכת בכורות: מלקה אותם ומתים, ער האט זיי געשלאגן ביזן טויט! הערסט, א רבי וואס פלעגט אזאנס ארייהאקן, אבער רבינא האט אים צוריקגעשטעלט, ווייל ס'איז נישט געווען נאך אזא גוטע מלמד. אזוי האבן די הייליגע אמוראים אנגעקוקט די נושא,
יעצט לאמיר נאר כאפן א בליק אויף מלמדים בזמננו. זאל זיך א מלמד נאר דערוואגן צו אויפהייבן א האנט אויף א קינד, אך און וויי... נישט פאר'ן קינד, פאר'ן מלמד. און איך רעד נישט דא פון א נערוועזע מלמנד וואס שלאגט יותר מדאי, אדער איינער וואס שלאגט כסדר, איך באצוה מיך דא צו א ערליכע מלמד, א ירא שמים, וואס דארף אמאל ניצן די הענט אויף צו מחנך זיין. די גאנצע נאכט קען ער זיין פארנימען אויפן טעלעפאון צו מסביר זיין און ערקלערן פאר די מאמע טאטע משגיח און מנהל, פארוואס ס'האט טאקע אויסגעפעלט צו געבן די פעטש'ל.
די קינדער היינט צוטאגס זענען אסאך מער עזות'דיג ווי קינדער צען יאר צוריק, און אויב די מלמד האט נישט קיין מיטלען צו אנשרעקן די ווילדע תלמידים וויאזוי ברויך ער צו האלטן קאנטראל אויף א גאנצע כיתה? איך זאג נישט דא אז מען ברויך אריינהאקן אויף די קינדער מיט אכזריות. אבער צו האבן די סטראשע איז וויכטיג.
ס'איז זיכער אז אין די פארגאנגענהייט איז געווען פראבלעמען מיט ברוטאלע און נערוון קראנקע מלמדים וועלעכע פלעגן ברוטאליזירן איבער אימשילדיגע קינדער על לא עול בכפם, איך אליין האב געהערט פון איינעם כלי ראשון וואס זיין מלמד האט אים אנגעקלאפט די ביינער מיט מערדעליכע קלעפ פאר'ן בלויזן חטא פון נישט וויסן ווי מען האלט, זיין פנים איז אים געווען געשוואלן פאר וואכן לאנג נאך דעם אינצידענט, דער מעשה האט נישט פארסירט דרייסיג יאר צוריק ס'איז א מעשה פון קוים עטליכע יאר צוריק ווען די חינוך איז שוין געווען אזויגעריפן 'פארגעשריטן'. און צוליב דעם און ענדליכס האט מען אפגעשטעלט די גאנצע באגריף פון שלאגן. אבער איז דאס די ריכטיגע ענפער???
אונז ווייסן אז ווען ס'קומט צו חינוך גייט מען מיט מסורה, קיינער קען נישט קומען מיט א אייגענע געדאנק און ארומדרייען די יוצרות, (פארשטייט זיך מיט די אויסנאם פון גדולי הדור) אונז פארמאגן א אויסגעטרויטענע וועג וואס קומט שוין פון אונזער טאטע'ס און זיידע'ס אויף וויאזוי זיך צו פירן. און אויב מען קוקט צוריק אויף די פריעדיגע דורות זעהט מען אז די דרך איז געווען צו ניצן די פויסט, (און רעד נישט יעצט פון די דור נאך די קריג, ביי זיי איז געווען א אנדערע סיטואציע. ) פארשטייטס זיך אז סתם שלאגן און די וועלט אריין איז נאר מרחק און ברענגט נישט קיין שום ניצן. אבער ארויפשטעלן א גענצליכע פארבאט ?
די גמרא שרייבט דאך אז מכה טובה זהו מכת הרב להתלמיד, פארשטייט זיך ס'דארף זיין אויסגערעכנט און מיט א חשבון, אבער ס'איז קלאר אז ס'פעלט זיך אויס...
און ווען א מלמד ירא שמים שלאגט א תלמוד ברענגט עס געווענדליך די געוואינטשענע רעזולטאטן, ווייל די קינד קען שפירן פון וועלעכ פלאץ די פעטש קומט, און ווען ער שפירט אז עס קומט פון א אויסגעהאלטענע מקור גייט ער עס אנעמען, און ס'גייט אים נאר מאכן בעסער און שטערקער. אפי' פון א גוי'שע קוק ווינקל ווייסט מען אז כדאי צו וואקסן דארף מען כאפן קליינע פעטש. איינער וואס האט קיינמאל נישט געכאפט איז נישט קיין געבויטע מענטש, די קליינע ציפ לערנט די מענטש זיך צו ספראווענען מיט פראבלעמען און שוועריקייטן.
א זייטיגע נקודה, די אלע עלטערן וואס ווערן אינגאנצן היסטעריש ווען מען שטראפט זייער קינד זאלן קודם טראכטן צו זיך אויב זיי שלאגן קיינמאל נישט זייער קינד, און אויב יעדער מאל זיי שטראפן די קינד קומט עס נאר פון חינוך און ס'איז נישט אריינגעמישט כעס\ טראומע\ ענקזייעטי, וכדו' ווייל עפשר ווען זיי וועלן וויסן אז שטראפן א קינד איז נישט קיין שלעכטע זאך פאר'ן קינד, און ס'איז נישט עפעס וואס קומט פון כעס (אזווי ס'איז די פאל ביי זיי) וועלן זיי עס קענען גרינגער ארופשלינגען...
מוסדות מיטשענען זיך מיטן טרעפן גוטע מלמדים, אפשר אויב מען וועט דאס טוישן, דהיינו אז מען וועט געבן די נויטיגע שיצונג פאר'ן מלמד וועט עס זיין גרינגער. ווייל ווען א מלמד וועט וויסן אז מען האט טראסט אין אים, און ער האט די מאכט צו האלטן ארדענונג ואין כיתה ועט עס אים זיין אסאך גרינגער צו נעמען אזא דשאב. און ער וועט האבן מער צייט זיך צו אפגעבן מיט די לימודים, און נישט זיין פארנימען א גאנצע טאג מיט'ן האלטן קאנטראל איבער די פרייע פויגל. אנדערש איז אבער טאמער די מלמד שפירט אז זיין האנט איז אים געבינדען און ער פארמאגט נישט די נויטיגע כלים צו האלטן קאנטראל, וויאזוי דארף ער צו קענען פירן א כיתה?
איז שוין נישט קיין ווינדער אז זייער אסאך אומפעיגע אינגערלייט באקומען די פאסטן, ווייל ס'איז נישט דא עפעס בעסער'ס, די טויגליכע חברה זיכן זיך נישט צו פארשמירן די האנט מיט אזא סענסעטיווע דשאב. פארשטייט זיך, ווער וויל דען ארבעטן און די שווערסטע און קאמפליצירסטע אינדוסטריה און באקומען באצאלט נאר שלעכטס און קריטיק?. און נאכדעם שרייט מען אז 'זעהסט מען טאר טאקע נישט צולאזן די מלמדים זאלן שלאגן'... אוודאי טאר מען נישט, ווייל א שוואכע מלמד וואס שלאגט פון פארלוירנקייט איז טאקע א בראך, אבער לאז נאר צו די געלערנטע און ערליכע מלמדים טוהן זייער ארבעט, והכל על מקומו יבא בשלום...