וויאזוי זאג איך אפ מיין חברותא?????

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

פ''ס געניסער
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 11:27 am

וויאזוי זאג איך אפ מיין חברותא?????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ''ס געניסער »

געלערנט גאנצע 3 יאר איאיינעם, דורכגעקנאקט ערנסטע מקצועות אינאיינעם, און געבויעט גאר א טיפן קשר, פארמאגט האט ער א אמת'ע התמדה, געגליכן צו צונעמען א סוגיא לארכה ולרחבה,
לעצטנס איז ער נישט דאס וואס ער פלעגט זיין, קומט שוין אביסעלע שפעט, האט שוין נישט די געדולד און ענערגיע,
ווי פארשטענדליך, עס הרג'ט אוועק שעות וואס העט'ן ווען געקענט ווערן אויסגענוצט מיט א שטארקייט, אבער גיי שיק אוועק אזא נאנטן ידיד נפש,
ווידעראום, אוועק הרג'נען אזאנע טייערע צייטן איז דאך אויך נישט קיין עסק
קומט אריין ביטע מיט יעוץ והדרכה
מנשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 4:14 pm

Re: וויאזוי זאג איך אפ מיין חברותא?????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה »

די גרינגסטע וועג איז צו זיין אפן, זיך דורכשמועסן, הערן פון אים וואס ער זאגט, וואס ער האלט. און אז ער וועט אנערקענען די פראבלעם אדער וועט ער זיך פאררעכטן אדער וועט ער פארשטיין אז מען דארף זיך צעטיילן.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1583
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: וויאזוי זאג איך אפ מיין חברותא?????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

פונעם קעפל קוקט אויס אז איך זענט שוין מוחלט אים צו אפזאגן, די שאלה איז נאר וויאזוי.

איך וואלט געזאגט, מאכט אייך א ליסטע פון צוויי דריי נקודות וואס שטערט אייך שטארק און פרובירט מאכן א שמועס דערוועגן, שמועס אויס ווי שטארק דאס מאכט אייך אויס.

פרובירט ארויס ברענגן אז אמאל פלעגט ער טאקע זיין גוט דערין, און די חברותא'שאפט האט אסאך דעליווערט.

ברענג ארויס, אז דו קוקסט ארויס צו דורכהאקן נאך מקצועות, וואס דו זעהסט נישט וויאזוי דאס זאך פאסירן אן די דערמאנטע נקודות.

רעדט כסדר דערפון, נאך א שטיק צייט וועט ער אדער בעסער ווערן, אדער וועט צוביסלעך קלאר ווערן אז ער האט אנדערע שאיפות ווי אייך, און עס וועט ממילא צופאלן די חברותא אן קיין איבריגע אנשטרענגן.

יתכן אז ער וועט אייך אנפארטרויען א צייטווייליגע סבה, א שוועריקייט צו וואס, וועלכע איז בלויז א דורכגאנג, אפשר גאר קען ער נוצן דיין הילף.
גמרא ניגון
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 9:06 pm

Re: וויאזוי זאג איך אפ מיין חברותא?????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גמרא ניגון »

זעה אז די שיעור זאל ווערן אויף איינער פון די חבורות, דהיינו די נקודה אז מען מוז אנקומען יעדן טאג א סכום קצוב,
דערנאך זאג אז יעדן טאג אזויפיל און אזויפיל אזייגער הייבסטו אן לערנען די שיעור און דו האפסט אז ער זאל דארט זיין
ווען ער קומט אן הייבט מען אן דארט ווי דו האלטסט
וועט ער גרייט זיין אנצוהייבן קומען צייטליך הרי טוב אז נישט וועט ער ממילא אוועק פאלן
עס איז א געוואלדיגע זכי' אויב דו קענסט אים יא מאכן לערנען און אים שטעלן אויף די פיס בס"ד
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6585
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: וויאזוי זאג איך אפ מיין חברותא?????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אויב זאגסטו אים אפ, מאך זיכער צו פאר'צוקערן די פראצעדור. מאך אים קלאר אז ענק פארבלייבן נאנטע ידידים אין לעבן, טראץ וואס די לערנען חלק ארבעט זיך נישט אויס וכדו'.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4372
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: וויאזוי זאג איך אפ מיין חברותא?????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

געהאט א מגי''ש מיט וועמען איך בין שטארק בידידות און ער האט מיר אויסגעלערנט די פאלגענדע, איך האלט אז דאס איז א כלל אין לעבן מיט חברותות און ארבייטער אד''ג.

געווען א בחור וואס האט געוואלט לערנען מיט מיר און איך האב געהאלטן אז ס'איז נישט קיין תועלת, האט מיר דער מגי''ש געזאגט אזוי, דער בחור איז נישט משוגע ער ווייסט אדער גייט וויסן דעם אמת, אויב וועסטו אים ארומחושן אז אפשר האסטו א צווייטן, דו ווארטסט צו קאנפירמן מיט דעם און מיט יענעם וכו' וכו' דאן גייט ער זיין אנגעווייטאגט פארן לעבן, בעסער זיי אפן מיט אים, זיי אים מסביר אז דו האלטסט ס'איז נישט קיין תועלת, ער גייט טאקע זיין אנגעווייטאגט פאר אביסל אבער אז די ביזט האנעסט גייט ער דאס פארשטיין און אראפשלינגן, ארומחושן וועט נאר מאכן אז ער זאל בלייבן אנגעווייטאגט פארן לעבן.

יעצט לעינינו, אין דיין סיטואציע האלט איך אז עס קען גאר העלפן צו זיין אפן מיט אים, אפשר וועסטו געוואויר ווערן אז ס'איז פשוט א דורכגאנג און ס'וועט נעמען א וואך צוויי זיך צו צוריקכאפן? און אויב נישט איז נאכאלץ די בעסטע וועג זיך צו צוטיילן אויף אזא וועג וואס יעדער פארשטייט אז אנגיין ווייטער האט נישט קיין תכלית, אזוי וועסטו בלייבן גוטע פריינט בכלליות.

עניוועי, וואטעווער דו טוסט זאלסטו האבן גרויס הצלחה און קענען ווייטער שטייגן אין א גוטע סביבה.
ועל ידי זה יושפע שפע רב בכל העולמות, ולתקן את נפשותינו ורוחותינו ונשמותינו מכל סיג ופגם ולטהרנו ולקדשנו בקדושתך העליונה
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: וויאזוי זאג איך אפ מיין חברותא?????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

אקעי, כ'גיי מיך שוין פארבעסערן
זאג מיר נאר נישט אפ
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: וויאזוי זאג איך אפ מיין חברותא?????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

נעם צו א דריטער ער קומט דאך סייווי נישט אן
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: וויאזוי זאג איך אפ מיין חברותא?????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

עס איז זיכער נישט דא קיין כלל איבער דעס
יעדע פאל ווענט זיך ווער ווי אין וואס

גיי רעד דיר דורך מיט דיין מורה דרך דיין רב משפיע
אין וואס ער זאגט טו מיט א שטארקייט אן טראכטן
אזוי וועסטו נישט האבן קיין גילטי פילינגס נישט קיין חילוק וואס די טוסט צום סוף
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
מיטלייד
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2022 2:07 pm

Re: וויאזוי זאג איך אפ מיין חברותא?????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטלייד »

ווען מען זעט א פלוצלינגדיגע טויש אין א חברותא, ד.מ. ער פארלירט זיין מאד צו לערנען, און/אדער ער קומט שפעט גייט אוועק פרי וכדו', דארף מען אים זייער גוט און באטראכט נעמען, און אפילו אביסל שפיאנירן אויף אים, צו עפעס דרייט זיך נישט איבער אין זיין לעבן, און צו ער דארף נישט קיין הילף.

איך וועל פארציילן מנסיון, איך האב א חברותא וואס מיר האבן צוזאמען געלערנט פאר איבער א יאר יעדן צופרי חק ולא יעבור, ביז אין א שיינעם טאג האב איך אנגעהויבן פאנפענען און נישט קומען צייטליך, אדער יא קומען און אוועקגיין פרי, און אפילו צומאל אנטלויפן פלוצלונג אינמיטן לערנען אים זאגענדיג "איך מוז לויפן", און ער האט נישט געוואוסט וועלכע שלאק עס האט מיר באטראפן, אבער צו זיין קרעדיט האט ער גארנישט געטוהן, נאר פרובירט אנצוגיין ווייטער און מיך נישט אפגעזאגט.
נאך א חודש צוויי האב איך געהאט די קוראדזש זיך צו עפענען פאר אים, און אים אביסל פארציילן וואס איך גיי דורך מיט מיין ענקזייעטי, און אז עס איז מיר ביטער שווער צו זיין אין ביהמ''ד, אדער סיי ווי צווישן מענטשן, איך האב געדאווענט אינדערהיים וכו' וכו' וכו' שאכמ"ל. (פאר ווער עס האלט אז עס איז א תועלת פאר אים קען סירטשן מיינע תגובות, וואס איך האב אראפגעלייגט אפס קצהו פון וואס איך בין דורך, אדער מיך קאנטעקטן אין אישי.) האט ער מיר געאפערט אז מיר גייען אנהייבן לערנען ביי אים אין אפיס און ב''ה עס האט געארבייט, און פאר א שטיק צייט איז דאס געווען מיין איינציגסטע קשר צו די דרויסענדיגע וועלט חוץ פון מיין שטוב און די ארבייט, און איך קען זאגן אז דאס האט מיר געראטעוועט און געהאלפן אנקומען דארט ווי איך בין היינט, דאס איז שוין חוץ די חלק פון דאגה בלב איש.

ווען ער זאגט מיר ווען אפ אין יענע צייט ווייס איך נישט צו איך וואלט אזוי שנעל ארויסגעקראכן פון ווי איך בין געווען, און איך וויל אים טאקע דא ברבים דאנקען פאר דעם, און אזוי אויך פאר די אויער וואס ער האט געהאט פאר מיר במשך מיין שווערע צייט.

און אין א זייטיגע נאטיץ: די לערנען חלק פון אונזער חברותא איז נאך אלס נישט צוריקגעקומען צום פולן שטאפל וואס עס איז געווען אמאל, אבער מיטן באשעפער'ס הילף האפן מיר בקרוב זיך צו קענען צוריק נעמען און די האנט אריין בשלימות

ממילא ווען איינער האט א פראבלעם מיט א חברותא און ער קען טראכטן אז עס האט צוטוהן מיט א נפשיות'דיגע פראבלעם, זאל מען אים נאר טרייען צו מחזק זיין, און אים ווייזן אז מען איז דא פאר אים, און אז מען איז אים גרייט צו העלפן מיט אלעם וואס מען קען, ובפרט מיטן אים אויסהערן און האבן מיט אים "מיטלייד", אפילו עס גייט אויפן חשבון פון לערנען און אריינכאפן מקצועות. (פארשטיי זיך אז עס דארף ווערן געטוהן אויף א נארמאלען און קליגען אופן, און נישט יענעם פרעגן עפעס באדערט דיך? די גייסט עפעס דורך לעצטנס? ודי למבין)

איך בין נישט יעצט געווען אין די מאד פון שרייבן און עס קען זיין אז די אויסלייג איז נישט אינגאנצן כהוגן, אבער נאכן זעהן דא די אשכול האב איך געהאלטן אז איך דארף ארויסברענגן די אנדערע חברותא'ס זייט. והבן כי קצרתי.
הודו לה' כי טוב: בזכות רבותיה''ק נבג''מ ובראשם רבש"י הרה''ק ר' אלימילך מליזשענסק זי"ע, ובהסכמת הרופא (סקייעטריסט בלע''ז),
האב איך אויפגעהערט נעמען מעדעצין פאר ענקזייעטי.

פאר מער קענט איר מיר אנפרעגן ברבים אדער אין אישי.
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: וויאזוי זאג איך אפ מיין חברותא?????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

מיטלייד האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 3:44 pm
ווען מען זעט א פלוצלינגדיגע טויש אין א חברותא, ד.מ. ער פארלירט זיין מאד צו לערנען, און/אדער ער קומט שפעט גייט אוועק פרי וכדו', דארף מען אים זייער גוט און באטראכט נעמען, און אפילו אביסל שפיאנירן אויף אים, צו עפעס דרייט זיך נישט איבער אין זיין לעבן, און צו ער דארף נישט קיין הילף.

איך וועל פארציילן מנסיון, איך האב א חברותא וואס מיר האבן צוזאמען געלערנט פאר איבער א יאר יעדן צופרי חק ולא יעבור, ביז אין א שיינעם טאג האב איך אנגעהויבן פאנפענען און נישט קומען צייטליך, אדער יא קומען און אוועקגיין פרי, און אפילו צומאל אנטלויפן פלוצלונג אינמיטן לערנען אים זאגענדיג "איך מוז לויפן", און ער האט נישט געוואוסט וועלכע שלאק עס האט מיר באטראפן, אבער צו זיין קרעדיט האט ער גארנישט געטוהן, נאר פרובירט אנצוגיין ווייטער און מיך נישט אפגעזאגט.
נאך א חודש צוויי האב איך געהאט די קוראדזש זיך צו עפענען פאר אים, און אים אביסל פארציילן וואס איך גיי דורך מיט מיין ענקזייעטי, און אז עס איז מיר ביטער שווער צו זיין אין ביהמ''ד, אדער סיי ווי צווישן מענטשן, איך האב געדאווענט אינדערהיים וכו' וכו' וכו' שאכמ"ל. (פאר ווער עס האלט אז עס איז א תועלת פאר אים קען סירטשן מיינע תגובות, וואס איך האב אראפגעלייגט אפס קצהו פון וואס איך בין דורך, אדער מיך קאנטעקטן אין אישי.) האט ער מיר געאפערט אז מיר גייען אנהייבן לערנען ביי אים אין אפיס און ב''ה עס האט געארבייט, און פאר א שטיק צייט איז דאס געווען מיין איינציגסטע קשר צו די דרויסענדיגע וועלט חוץ פון מיין שטוב און די ארבייט, און איך קען זאגן אז דאס האט מיר געראטעוועט און געהאלפן אנקומען דארט ווי איך בין היינט, דאס איז שוין חוץ די חלק פון דאגה בלב איש.

ווען ער זאגט מיר ווען אפ אין יענע צייט ווייס איך נישט צו איך וואלט אזוי שנעל ארויסגעקראכן פון ווי איך בין געווען, און איך וויל אים טאקע דא ברבים דאנקען פאר דעם, און אזוי אויך פאר די אויער וואס ער האט געהאט פאר מיר במשך מיין שווערע צייט.

און אין א זייטיגע נאטיץ: די לערנען חלק פון אונזער חברותא איז נאך אלס נישט צוריקגעקומען צום פולן שטאפל וואס עס איז געווען אמאל, אבער מיטן באשעפער'ס הילף האפן מיר בקרוב זיך צו קענען צוריק נעמען און די האנט אריין בשלימות

ממילא ווען איינער האט א פראבלעם מיט א חברותא און ער קען טראכטן אז עס האט צוטוהן מיט א נפשיות'דיגע פראבלעם, זאל מען אים נאר טרייען צו מחזק זיין, און אים ווייזן אז מען איז דא פאר אים, און אז מען איז אים גרייט צו העלפן מיט אלעם וואס מען קען, ובפרט מיטן אים אויסהערן און האבן מיט אים "מיטלייד", אפילו עס גייט אויפן חשבון פון לערנען און אריינכאפן מקצועות. (פארשטיי זיך אז עס דארף ווערן געטוהן אויף א נארמאלען און קליגען אופן, און נישט יענעם פרעגן עפעס באדערט דיך? די גייסט עפעס דורך לעצטנס? ודי למבין)

איך בין נישט יעצט געווען אין די מאד פון שרייבן און עס קען זיין אז די אויסלייג איז נישט אינגאנצן כהוגן, אבער נאכן זעהן דא די אשכול האב איך געהאלטן אז איך דארף ארויסברענגן די אנדערע חברותא'ס זייט. והבן כי קצרתי.
זייער וויכטיגע שורות

אין רבותי ווארפטס אריין גיטע ווערטער ווי מען קען נאר ספעשעלי פאר נאנטע עס קען זיי מחיה מתים זיין אפילו זיי זעען אויס פרייליך.
אין זיכער ווען מען זעהט זיי דארפן הילף
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1158
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: וויאזוי זאג איך אפ מיין חברותא?????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

נישט אזוי פשוט, ער איז א חברותא פאר יארן אין א גאר נאנטער ידיד,
איך וואלט דיר ג׳עצה׳ט זאלסט בלייבען מיט עם נאר שניידען די שעות, אנשטאטס 3-4 שעה אד׳ג, קענסטו עם זאגן איך זעה די האסט נישט יעצט די כוחות פאר אזוי לאנג סוי לאמיר לערנען א שעה אבער סאליד.
אברך יקר
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 24, 2020 6:30 pm

Re: וויאזוי זאג איך אפ מיין חברותא?????

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך יקר »

איך האב יעצט אראפגעלייגט דעם טעלעפאן פון א חברותא, איך האב אים ב"ה נישט געברויכט אפזאגן...
איך בין זייער מסופק געווען וואס צו טאן, ער לערנט פיין אבער זייער נישט לויט מיין געשמאק, איך האב אנגעהויבן שפירן אז דאס זיצן מיט אים איז אן אפקומענישט, דאס ברענגט מ'זאל זיך פארשמועסן, און נישט געדענקען דאס לערנען, וכו' ,
היינט פארן לערנען בין איך זייער מסופק געווען לכאן ולכאן, ביז איך האב מחליט געווען אז איך זאג אים דערווייל נישט אפ.
קאל איך אים אהן צו ער קומט היינט? זאגט ער מיר אז ער האט שוין אן אנדערע חברותא ! (ער איז נישט סתם א חי' די לעצטע טעג איז געווען שטארקע עיכובים)
וואס נעמט מען ארויס דערפון? 1) אז ווען דו ביזט נישט צופרידן איז ער געווענליך אויך נישט 2) בעט דעם אויבערשטן ס'זאל זיך אליינס סעטלען ... 3) לכתחילה איז ווי מאנכע האבן די געשריבן, אלעמאל גוט צו זיין אפען, אבער ווענדט זיך מיט וועם און אין וואסערע מצב, אמאל איז דא א מענטש אדער מצב, וואס עס וועט אים זייער וויי טון, דעריבער אמאל בדיעבד איז די עצה ארומצושלעפן און נישט אנקומען, ביז... (טאנצט נישט ארויף אויף מיר, איך זאג בפירוש אז דאס איז בדיעבד אין געוויסע פעלער...)
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”