Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?
די פראבלעם דא איז זיין בין אדם לחברו התנהגות וואס ווייזט (לכאורה) אויף א חולי נפש וואס קען זיין א סכנה אויף זיין עתיד.
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact
דאס איז די ריכטיגע וועג צו האנדלען מיט א טיענעידזשער. גיי נישט אריין אין קיין דיבעיט מיט אים און ווער נישט אויפגערעגט. בלייב זיין טאטע און דו וועסט זעהן אז ער וועט עס אויסוואקסן. וועסטו טרייען אים פיקסן וועסטו נאר מאכן ערגער. די מוח פונעם טיענעידזשער דעוועלאפט זיך צוביסלעך צו אן עדאלט. לאז אים דורך גיין דעם פראסעס. דו, טאטע, דארפסט האבן אייזערנע נערוון. דעטס אלל.שמארטיקל האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 06, 2023 8:18 amאיך האב געלייקט דיין ערשטע תגובה צוליב די וועג וויאזוי דו האסט עס אזוי שיין צולייגט.
לעצם הענין. איך האב נאך נישט קיין בחורים אבער איך האב עס לעצטענס מיטגעהאלטן ביי א חשובער איד, א מורה הוראה! זיין בחור'ל איז געקומען מיט הלכה און השקפה שאלות אויף זאכן וואס ער האט געטון אדער געזאגט.
האב איך מיטגעהאלטן, ווי זיין טאטע האט אים בסך הכל געשאנקן די עטענטשן וואס ער האט געדארפט. ער האט געשמייכלט צו אים, קאמפלאמענטירט פאר זיין ידיעות, וווי גלייך ער וואלט געזאגט א שיינע תורה אדער כאפ. ''גוט גוט'', ''זייער שיין, מ'קען אזוי זאגן''. אבער לעצם הענין, האט דער פאטער גארנישט געטוישט.
הצלחה
איך ווייס נישט פארוואס דו פאוקעסט אויף דעם, וואס די עולם וואס האלטן אז עס אן ערענסטע פראבלעם האבן קודם געפאוקעסט אויף די וועג ווי אזוי ער קוקט זיך אן און ער קוקט אן יענעם און ווי אזוי ער פירט זיך אויף צו יענעם וואס א פאר דוגמאות וואס די טאטע האט געברענגט האט ערענסטע רעד פלעגספרידן האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 06, 2023 8:04 amאון איך האלט אז נישט
אפשר דאס אז ער רייסט פין זיך שטיקער כלשון חסדי איז א אישו א נארמאלע גוטע בחור דארף נישט רייסן קיין שטיקער פין זיך
אדער דארף מען זיין גאר דערהויבן באמת א שטיקל בעל מדריגה אדער זאכן צושאקעלט
אבער איך מיין עס איז נאר געווען א שטארקע אויסדריק אז ער לערנט פלייסיג נישט ממש כפשוטו
זייער גוט געזאגטשמארטיקל האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 06, 2023 8:18 amאיך האב געלייקט דיין ערשטע תגובה צוליב די וועג וויאזוי דו האסט עס אזוי שיין צולייגט.
לעצם הענין. איך האב נאך נישט קיין בחורים אבער איך האב עס לעצטענס מיטגעהאלטן ביי א חשובער איד, א מורה הוראה! זיין בחור'ל איז געקומען מיט הלכה און השקפה שאלות אויף זאכן וואס ער האט געטון אדער געזאגט.
האב איך מיטגעהאלטן, ווי זיין טאטע האט אים בסך הכל געשאנקן די עטענטשן וואס ער האט געדארפט. ער האט געשמייכלט צו אים, קאמפלאמענטירט פאר זיין ידיעות, וווי גלייך ער וואלט געזאגט א שיינע תורה אדער כאפ. ''גוט גוט'', ''זייער שיין, מ'קען אזוי זאגן''. אבער לעצם הענין, האט דער פאטער גארנישט געטוישט.
הצלחה
גוטע נייעס דא... מיר האב קיין איינער נישט געזעהן דעם בחור און מ׳האמיר קלארע מיינונגן...שטארקע אור האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 06, 2023 9:17 am@חסדי השם דיין בחור קוקט דיר נישט אראפ פונדערהייעך. ער דארף נאר אביסל הכרה. און פארקערט גאר, וויבאלד דיר קוקט ער אזוי שטארק ארויף, מילא בעט ער עס פון דיר.
גיב אים די הכרה ווי גוט ער זאגט און ווי גוט ער איז. און דו ברויכסט גארנישט טון חוץ פון דעם. (פארשטייט זיך ארבעטן אויף זיך, זיך צו האלטן שטארק. אבער דאס איז שוין א אנדערע שמועס)
אויב איז עס א טיפערע פראבלעם ברויך מען אפשר טאקע מער אריינקוקן. אבער. ווילאנג די פראבלעם איז נאר דאס וואס @חסדי אבות ברענגט דא ארויס, וואס פעלט אויס אריינצוטאנצן אין אזאנע קאנקלוזיעס?שטארק זיך האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 06, 2023 9:41 amגוטע נייעס דא... מיר האב קיין איינער נישט געזעהן דעם בחור און מ׳האמיר קלארע מיינונגן...שטארקע אור האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 06, 2023 9:17 am@חסדי השם דיין בחור קוקט דיר נישט אראפ פונדערהייעך. ער דארף נאר אביסל הכרה. און פארקערט גאר, וויבאלד דיר קוקט ער אזוי שטארק ארויף, מילא בעט ער עס פון דיר.
גיב אים די הכרה ווי גוט ער זאגט און ווי גוט ער איז. און דו ברויכסט גארנישט טון חוץ פון דעם. (פארשטייט זיך ארבעטן אויף זיך, זיך צו האלטן שטארק. אבער דאס איז שוין א אנדערע שמועס)
היוצא לנו מזה פונעם היינט נאכטיגן פלעי.
חסדי אבות, דו קענסט דיין בחור: אויב איז ער א געזונטער בחור א טיענעידזשער הארמאנען טוען דאס זייעריגע ווי דער כותב התגובה דאן פאלג אים.
אויב איז די סטארי ווי איך זעה דאס אז מען רעד פון א טיעפע פראבלעם וואס הייבט זיך אן צו איינווארצלען רעד זיך דורך מיט אן ערליכן קלוגן איד כדברי ובעז״ה תצליח.
איך בין נישט קיין מורה הוראה, שמועס עס דורך מיט איינעם, אבער בהשקפה ראשונה זעה איך דעם בילד, א פרומע נשמה, וואס האט אסאך ידיעות, און גיט אכטונג מ'זאל נישט נכשל ווערן אין קיין איסורים, אבער אביסל מדמה מילתא למילתא און ווייסט נישט מבחין צו זייןחסדי אבות האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 06, 2023 3:02 amעטליכע דוגמאות, אלע פון זיי בלויז פון די פארגאנגענע שבת.
1. געוואלט פועל'ן ביי מיינע יונגערע זוהן צו זיין שבת צופרי פון אנהויב דאווענען און אויך פארן דאווענען. האב איך זיי צוגעזאגט, אז ווער עס לערנט פון היינט און ווייטער א שעה פארן דאווענען שבת אין ביהמ"ד, וועט באקומען פון מיר פינף דאלער נאך שבת, פון יעדע וואך שבת קען מען מאכן פינף דאלער (און אויב לערנט מען בחברותא, באקומט אויך די חברותא). הויבט ער אן דן צו זיין, צי עס איז נישט שכר שבת און אז מען דארף פרעגן א שאלה... איך האב פראבירט זיך נישט וויסנדיג מאכן און ווייטער רעדן דערפון, אבער הוא בשלו... "טאטי, קודם פרעג א שאלה, ווייל ס'קען זיין אז מ'טאר נישט"...
2. לעצטנס פיר איך זיך צו מאכן אן אשר יצר נאך קידוש, איידערן זיך וואשן (אזוי קומט עס מיר אויס פראקטיש). טענה'עט ער מיר אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן להלכה, מ'טאר נישט מאכן קיין הפסק בין קידוש לסעודה, ענדערש זאל איך גיין אדער פאר קידוש, אדער נאכן ערשטן כזית.
3. ביים אהיימגיין פון ביהמ"ד האב איך געוואלט עפעס ארויסברענגען פאר מיינע קינדער (א שטוב מיט יונגלעך קע"ה), איך האב גערעדט צו זיי, בשעת אינצווישן האב איך געוואלט ארויסברענגען דעם נעגאטיוון חלק, האב איך געברענגט א דוגמא פון א איד אין ביהמ"ד, ווי ווייט ער איז פארפארן וכו' - איך האב דווקא אנגעכאפט יענעם דוגמא, ווייל איך וויל אז מיינע קינדער זאלן וויסן אז יענער איז א דוגמא לרע (נאך וואס מען קען זיך טועה זיין וכו'...) פלוצלינג הערט ער אויף צו גיין און בלייבט הונטערשטעליג (צוליב זיין קפידה אין לשון-הרע, און האלטנדיג אז מען טאר דאס נישט זאגן און הערן וכו').
יש עוד הרבה, אבער איך האב געברענגט עטליכע דוגמאות פון די וואך שבת, וואס זענען פונקט געווען.
(נ.ב. דער פראבלעם איז לאו-דווקא מיט וואס ער זאגט, ס'איז ווי אזוי ער קוקט אויף מיר, ווי אזוי ער גריסט א גוטן שבת, אזוי פון אויבן אראפ וכו'...)
ווער ס'קען דא מעתיק זיין די מעשה מיטן בעלזער רב מיט געבראקסט מיט כיבוד אםגבריאל האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 06, 2023 3:16 amאיך וועל לאזן פאר די בעסערע מומחים צו ענפערן, @גראז איז אריין געקומען פריער גאנץ קלאר.
בכל אופן דיין בחור'ל דארף באקומען א גוטע לעקציע אז כיבוד אב איז א דאורייתא און א שפיל מיט פייער, סאיז באמת, דיקדוק הלכה איז איין זאך אבער א דאורייתא איז גאר גאר הארבער. אלץ א מדקדק אין הלכה זאל ער זיין פרום אין כיבוד אב. די מינדעסטע תגובה פארן טאטן וואס קען אים שטערן איז הארבער. ער וועט עס פארשטיין.
שמאל דוחה? ווען איר זאלט זיין אויסגעשטעלט צו אפילו א צענטל דוחה וואס די בעסטע בחור איז אויסגעשטעלט צו, וואלט איר איבערגעדרייט די שטאט... שמאל דוחה האט ער גענוג און נאך, ער וויל פלעין אביסל ליבע.שטארק זיך האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 06, 2023 4:01 amימין מקרבת אן קיין שמאל דוחה איז ווערטלאז.באטל וואסער האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 06, 2023 3:58 amווי איז די ליבשאפט צו גרויסע קינדער אשכול ווען מ'דארף עס אזוי וויכטיג???
פשוט מצד הפראקטישקייט.
קיינער דארף נישט קיין ליבשאפט פון א שוואכלינג.
דאס איז נישט ריכטיג און אפילו סכנה׳דיג.מקובל אלוקי האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 06, 2023 4:00 amאיך בין שארף מחולק מיט אייך!שטארק זיך האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 06, 2023 3:50 amר׳ חסדי.
בברירות גמורה.
דיין פראבלעם איז נישטהלכה. עס איז אויאריטעט און געזומטע זיכערקייט, סיי מייט אים און סיי מיט די אנדערע קינדער. עס איז דא איבערפלוס פון ׳חסדי׳ אבות אין א ׳מיינוס׳ אין גבורות׳ אבות.
דיין זוהן איז נאך אינג און דו קענסט אים נאך ראטעווען. לעת עתה איז ער אראגאנט (בעל גאוה) און פאסיוו אגרעסיוו,. ער קען חלילה ווערען א פערסאנעליטי דיסארדער. און שולדיג וועט זיין די דערמאנטע חסדי אבות.
ער איז זייער ראפינירט, דו קענט עס נישט אנכאפן וויבאלד ער טוט דאס זייער איידל, איך בין זיכער אז ער איז נישט sel aware דערפון קיין איין טראפ. און ער האלט אז ער איז דער (פיל אין די בלענק) בדורינו. וואס מאכט עס נאר שווערער צו סאלוון. אבער כאמור ער איז נטך אינג ׳דו׳ קענסט אים נאך ראטעווען.
למעשה:
כאפ מיט אים א שפאציר און עפען אויף די סובדזשעקט, און אויב האסטו דוגמאות פון תלמידי חכמים שסרחו מפני שאין בהם דעת וכו׳ פרעג א צו דו מעגסט אים מסביר זיין פארוואס זיי האלטן ביי זווג שלישי און פאסטן שמיני וכו׳
והעיקר שטעל אראפ א פוס. ״טייער קינד, נאך די סעודה וועל איך הערן וואס דו זאגסט וכו׳. אויב הערט ער נישט אויף ווייז אים ווער עס איז בעל הבית.
איצט, לויט אלע ווארשיינליכקייטן איז די הדרכה דאמירן בעלמא, ווייל די גאנצע אישו הייבט זיך אן מיט מע״כ׳ס אומזיכערקייט. דעריבער איעצך זייט אייך מקשר מיט אן ערליכער איד (ראש ישיבה טיפ) א ריכטיגער בר דעת (ער האט מסתמא א סמירק אין די אויגן) ער אייך גיידן.
הרב חסדי אבות געט דוגמאות וואס מאכט זיך אין יעדע בעל בתישע שטוב ביי אונז אין סאטמאר,
ווי עס זענען דא זייער אסאך אמאל קינדער וואס זענען מער ווי די עלטערן מחמת די חינוך וואס מ’געט ביי אונז אין סאטמאר,
איך וואלט געזאגט אז הרב חסדי דארף זיך צוגעוואוינען צום פאקט אז זיין זון איז מער פון אים,
אין דארף פשוט אויסווארטן אז זיין תכשיט זאל אביסל עלטער ווערן אין אליין פארשטיין ווי אזוי צו האנדלן זאכן מיט זיין טאטן,
אסאך אידיש נחת, אמן!Porfavor האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 06, 2023 10:00 amאיך האב אויך אזא זונדל ב"ה גאט צו דאנקען. אוי לייגט ער מיך אין פלאץ!
מיר בעטן אויף דעם אז די קינדער זאלן זיין בעסער ווי אונז. אבער ווען עס פאסירט למעשה מאנט עס אסאך פון אונז.
חס ושלום אוועקשיקן! צו וואס? ווייל דער טאטע וואס איז דער עדאלט קען זיך נישט באפארענען מיט זיינע געפילן? נאו וועי!
בעטן א מגיד שיעור? מע... סגייט נישט העלפן ווייל די אונטערליגענדע פראבלעם איז נישט וויאזוי מיין קינד פירט זיך אויף.
די פראבלעם איז אז עס טריגערט מיין אייגענע אימאושענס און מיין אייגענע איגא און ווילאנג איך ווייס נישט וויאזוי מיך צו באפארענען מיט מיר אליינס וועט קיינער מיר נישט קענען העלפן.
צום אלעם ערשטן דארף מען וויסן אז ווי קלוג געלונגען און געראטן דאס קינד איז איז ער נאך אלץ א קינד פון מיר און ער דארף מיין ליבשאפט און צווייטנס- ער איז נאך אלץ א טינעיזשער.
א טינעיזשער מוז האבן איינעם אפצו-ווענדן.
איך בין העפי צו צושטעלן די סערוויס פון זיין דער וועם מיין זון ווענדט אפ.
רוב מאל געב איך אים א יישר כח פארן מיך אויפקלערן אויפווייזן אדער אויפמערקזאם מאכן.
עס איז אינטערעסאנט אז ער איז אויך זייער פארנומען מיט די סעודה שבת וואס מען מעג רעדן און וואס נישט און שמייכלט זיך אונטער פון מיינע תורהלעך.
איך לאך מיט מיט אים און איך זאג עס ווייטער ווייל אסאך מאל מיין איך אים מיט וואס איך זאג נאר איך זאג עס כאילו איך רעד צו יעדעם.
איך ווייס אז צוביסעלעך וועלן מיינע זאכן אריינדרינגען אין אים איה.
איך פארשטיי אז נישט יעדער איז אויף די מדריגה פון זיך נישט צו טון מאכן און איך ווייס אז אויב עס וואלט געווען מיין עלטסטע קינד וואלט עס געווען סאך שווערער פשוט ווייל איך האב געהאט גאנץ אן אנדערע בליק ווי היינט.
היינט צו טאגס קוק איך מיך נישט אן אזוי הויעך ראנקיג און איך ווייס מיין פלאץ אין זיין וועלט. איך ווייס אז ער דארף מיך אן דעם וואס ער ווייזט עס אדער אן דעם וואס איך פארלאנג מיין כבוד אין די אנגענומענע וועג.
איך קוק מיך אן מער ווי א גוטער באגלייטער פאר דעם קינד און במילא ווערט די רילעישענשיפ נאר בעסער.
מיין כבוד באקום איך פון קענען זיין א טויגליכע באגלייטער פאר יעדעס קינד לפי דרכו.
אסאך נחת!
דאס איז עס.שמארטיקל האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 06, 2023 8:18 amאיך האב געלייקט דיין ערשטע תגובה צוליב די וועג וויאזוי דו האסט עס אזוי שיין צולייגט.
לעצם הענין. איך האב נאך נישט קיין בחורים אבער איך האב עס לעצטענס מיטגעהאלטן ביי א חשובער איד, א מורה הוראה! זיין בחור'ל איז געקומען מיט הלכה און השקפה שאלות אויף זאכן וואס ער האט געטון אדער געזאגט.
האב איך מיטגעהאלטן, ווי זיין טאטע האט אים בסך הכל געשאנקן די עטענטשן וואס ער האט געדארפט. ער האט געשמייכלט צו אים, קאמפלאמענטירט פאר זיין ידיעות, וווי גלייך ער וואלט געזאגט א שיינע תורה אדער כאפ. ''גוט גוט'', ''זייער שיין, מ'קען אזוי זאגן''. אבער לעצם הענין, האט דער פאטער גארנישט געטוישט.
הצלחה
יישר כח.קוואל וואסער האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 06, 2023 11:52 amאסאך אידיש נחת, אמן!Porfavor האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 06, 2023 10:00 amאיך האב אויך אזא זונדל ב"ה גאט צו דאנקען. אוי לייגט ער מיך אין פלאץ!
מיר בעטן אויף דעם אז די קינדער זאלן זיין בעסער ווי אונז. אבער ווען עס פאסירט למעשה מאנט עס אסאך פון אונז.
חס ושלום אוועקשיקן! צו וואס? ווייל דער טאטע וואס איז דער עדאלט קען זיך נישט באפארענען מיט זיינע געפילן? נאו וועי!
בעטן א מגיד שיעור? מע... סגייט נישט העלפן ווייל די אונטערליגענדע פראבלעם איז נישט וויאזוי מיין קינד פירט זיך אויף.
די פראבלעם איז אז עס טריגערט מיין אייגענע אימאושענס און מיין אייגענע איגא און ווילאנג איך ווייס נישט וויאזוי מיך צו באפארענען מיט מיר אליינס וועט קיינער מיר נישט קענען העלפן.
צום אלעם ערשטן דארף מען וויסן אז ווי קלוג געלונגען און געראטן דאס קינד איז איז ער נאך אלץ א קינד פון מיר און ער דארף מיין ליבשאפט און צווייטנס- ער איז נאך אלץ א טינעיזשער.
א טינעיזשער מוז האבן איינעם אפצו-ווענדן.
איך בין העפי צו צושטעלן די סערוויס פון זיין דער וועם מיין זון ווענדט אפ.
רוב מאל געב איך אים א יישר כח פארן מיך אויפקלערן אויפווייזן אדער אויפמערקזאם מאכן.
עס איז אינטערעסאנט אז ער איז אויך זייער פארנומען מיט די סעודה שבת וואס מען מעג רעדן און וואס נישט און שמייכלט זיך אונטער פון מיינע תורהלעך.
איך לאך מיט מיט אים און איך זאג עס ווייטער ווייל אסאך מאל מיין איך אים מיט וואס איך זאג נאר איך זאג עס כאילו איך רעד צו יעדעם.
איך ווייס אז צוביסעלעך וועלן מיינע זאכן אריינדרינגען אין אים איה.
איך פארשטיי אז נישט יעדער איז אויף די מדריגה פון זיך נישט צו טון מאכן און איך ווייס אז אויב עס וואלט געווען מיין עלטסטע קינד וואלט עס געווען סאך שווערער פשוט ווייל איך האב געהאט גאנץ אן אנדערע בליק ווי היינט.
היינט צו טאגס קוק איך מיך נישט אן אזוי הויעך ראנקיג און איך ווייס מיין פלאץ אין זיין וועלט. איך ווייס אז ער דארף מיך אן דעם וואס ער ווייזט עס אדער אן דעם וואס איך פארלאנג מיין כבוד אין די אנגענומענע וועג.
איך קוק מיך אן מער ווי א גוטער באגלייטער פאר דעם קינד און במילא ווערט די רילעישענשיפ נאר בעסער.
מיין כבוד באקום איך פון קענען זיין א טויגליכע באגלייטער פאר יעדעס קינד לפי דרכו.
אסאך נחת!
דאס איז לענ"ד די בעסטע תגובה דא אין דעם שמועס. איך זעה עס אביסל פערזענליך אין שטוב, גראדע ביי מיין טאכטער תחי', וואס האט שטארק אריין גענומען אלע לימודים, ספעציעל הלכות שבת, און קען זיך אנרופן אויף זאכן אינדערהיים יא אויסגעהאלטן נישט אויסגעהאלטן וכו'. אויך השקפה, שטארקע דולה ומשקה. מיט א שטארקע ערליכקייט און האלט זיך נישט צוריק פון זאגן.
אבער "אראפקוקן" אויפן טאטן איז שוין אביסל ארויס פון גדר און טאר נישט זיין, און אויך די משלים פונעם טאטן ווייזן אז דאס קינד דארף אביסל מער דיסציפלין, ספעשל אז די אנדערע קינדער האלטן מיט און קענען פארלירן פונעם דרך ארץ צום טאטן. אגב, וואס זאגט די מאמע? אפשר זאל זי אים נעמען אין א ווינקל און אנזאגן אז טאטי איז דער מלך דא אונטער אלע אומשטענדן.
אבער איך וואלט געראטן דעם טאטן נישט צו נעמען קיין אייגענע שריט נאר פרעגן א רוחניות'דיגע אויטאריטעט וואס קען זיך אראפלאזן צו אזא "וואן אן וואן" שמועס אין ווינקל. אז מפאלגט דעת תורה אן קיין נגיעות האט מען קיינמאל נישט חרטה. זיי קענען טרעפן א מהלך וואס דו האסט ניטאמאל געוואוסט עס איז מעגליך אזא זאך.
אגב האב איך א קלענער יונגל וואס האט אזא מהלך נאך פון אלס פיצלס, אלעס ערליך כהוגן, קען נישט ליידן ווען יענער טוט עפעס קעגן הלכה, קען זיך אנרופן אויב עס דוכט זיך אים אזוי אין שטוב... א ווארימע פרומע טיפ...
דו זאגסט זייער גוט, אבער ווען דער פאטער איז א מורה הוראה, איז עס לכתחילה אויף אן אנדערן אופן.שמארטיקל האט געשריבן: ↑ דינסטאג יוני 06, 2023 8:18 amאיך האב געלייקט דיין ערשטע תגובה צוליב די וועג וויאזוי דו האסט עס אזוי שיין צולייגט.