וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3085
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

דער @שטארק זיך מיט זיינע מליצות און wisdom איז א ברכה.
לאגיק
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 10:51 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאגיק »

כאלעט'ל האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 12:15 pm
אדער קענט איר נעמען די מהלך פון אים גרויס מאכן פאר אלע קינדער און אנצייגן " קוקט יענקל איז א תלמיד חכם זייט אויך ווי אים " און דאס קען סאלווען די חינוך פראבלעם.
ולי נראה אז דאס קען מען נאר טון מיט קלענערע קינדער, סאו פאר'ן פינף יעריגן קען מען זאגן "אז דו וועסט ווייטער לערנען פלייסיג וועסטו אויסוואקסן א תלמיד חכם אזוי ווי יענקל", אבער פאר די קינדער וואס זענען נאנט צו זיין עלטער אדער בפניהם איז דאס זייער נישט געראטן צו טון, פאר זיי קען עס ברענגען קנאה-שנאה און פאר יענקל קען עס פיטערן זיין בא'גדול'דיקייט.
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

@Porfavor זאגט זייער גוט!
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7242
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

חסדי אבות האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 1:31 am
קודם כל וועל איך אפגעבן ברבים א שבח והודאה פאר השם-יתברך פאר אזעלכע פראבלעמען וואס איך טייל מיטן עולם, אבער א דאגה איז א דאגה און חז"ל זאגן אונז די עצה פון ישיחנה לאחרים... וועל איך מקיים זיין דברי חז"ל.

מיין בחור פון פערצן יאר, איז א מצויין, א בחור וואס יעדער וואלט זיך געוואונטשן צו האבן. א חסידי'שער בחור במלוא המובן, א מתמיד עצום וואס לא פסק פומיה מגירסיה, ערליכקייט און יראת-שמים, ועל כולם א נעים הליכות. א בחור אויף וועמען א ברכה צו מאכן ב"ה.

מיין פראבלעם מיט אים: ער שטייגט מיר איבער!
פון דעם צדיק'ל רעדסטו?
חסדי אבות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 11, 2013 2:32 pm
מיין זוהן פרעגט מיר פאריגע וואך א קושיא:
פארוואס איז שבת דער איינציגסטער טאג וואס מען פראוועט אויפן טאג פון וואך, און נישט אויפן טאג פון יאר אזוי ווי עס איז איינגעפירט אין אנדערע ימים טובים?

איך האב אים געענטפערט ווי פאלגענד:
דער געדאנק איז נישט צו היטן שבת, ווייל אין דעם טאג האט דער אויבערשטער געריעט, נאר דער ווארט איז נאכצוטון די וועגן פון באשעפער: פונקט ווי ער האט זעקס טאג געארבעט און די זיבעטע געריעט, פונקט אזוי דארפן מיר ארבעטן זעקס טעג און ריען דעם זיבעטן טאג. אלס ראיה לדברי האב איך געברענגט פון די עשרת הדברות, וואו עס שטייט נישט בלויז אז מען דארף היטן שבת, נאר 'ששת ימים תעבוד ועשית כל מלאכתך, וביום השביעי שבת לה' אלקיך' - זעקס טעג זאל מען ארבעטן און די זיבעטע דארף מען ריען.
מיר געפינען אויך פארשידענע צדיקים וואס האבן פארויכערט דעם לולקע ערב שבת, צוליב דעם וואס זיי טוען נישט קיין מלאכה אינדערוואכן, האט מען געריעט דערמיט.

לפי זה קומט אויס, אז ווען א איד איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה אין די ששת ימי המעשה, איז ער מקיים דעם 'זכר למעשי בראשית' - ער היט דערמיט דעם שבת מיט די אמת'ע כוונה פונעם שבת. לויט דעם, פונקט ווי צדיקים האבן אריינגעקאכט אינעם שבת, קענען מיר אריינקאכן אין דעם ששת ימים תעבוד, דערמיט וואס מיר זענען מקיים דעם צווי הבורא און מיר מאכן א זכר למעשי בראשית.

איך האלט אז עס איז דבר נכון.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

חידוש נפלא האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 2:06 pm

עיין בסידורו של שבת חלק ב’ בהקדמה
@חסדי אבות איך אין דיין פלאץ וואלט יעצט געווען גאר צוטומלט פון אלע יועצים און גוט זאגערס
אבער בכל אופן לאז אונז וויסן וואס ס’איז געווארן למעשה..
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

.
לעצט פארראכטן דורך חסדי אבות אום מיטוואך יוני 07, 2023 12:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1171
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

קודם כל יישר כח פאר אלע וואס האבן גענומען די מיה און געענטפערט אויף די אשכול.

איך האב נעכטן ביינאכט געעפנט דעם אשכול, און איך האב נישט גע'חלומ'ט אז דאס גייט ציען אזויפיל אינטערעסע ביים עולם. ס'איז מיר באמת אינטערעסאנט צו פארשטיין וואס עס האט אזוי שטארק אנגעצויגן דעם עולם, אז די בלעטער זאלן זיך אזוי שנעל אנפילן. איך בין אויפגעשטאנען צופרי און נישט געגלויבט אז איך האב אזויפיל אישי'ס פון מענטשן וואס פראבירן צו העלפן, זה בכה וזה בכה. אשרי העם שככה לו, אשרי העם שה' אלוקיו.

באמת וואלט איך געדארפט איבערגיין אלע תגובות בעיון רב צו קענען שרייבן דא, אבער איך וועל בלויז אנכאפן אויפן שפיץ גאפל געוויסע נקודות, וואס קוקט אויס אז עס דארף קלארקייט.

1. דער בחור איז א נעים הליכות אלעמאל געווען און ער איז נאך היינט. ער איז שטארק באליבט ביי זיינע ארומיגע, מען קוקט אויף אים ארויף. ווען ער איז ארויס פון חדר האבן זיך קינדער און עלטערן זיך נאכגעפרעגט וואו ער גייט לערנען, מען האט געוואלט גיין דארט וואו ער גייט. כפי ידיעתי פארשעמט ער קיינמאל נישט קיין אנדערע, האלט זיך נישט פאר א קעניג און גרויסט זיך נישט איבער זיינע חברים. אויב טוט ער עס יא, איז דאס גענוג בזער אנפין אז איך ווייס נישט פון דעם, און איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט זיך באקלאגן אויף אזא זאך. אויך אינדערהיים גרויסט ער זיך נישט איבער אנדערע קינדער. ער קען יא האבן קריטיק, האלטן אז א קליינע צוויי יעריגע שוועסטער (וואס האלט אינמיטן געטרעינט ווערן) דרייט זיך נישט צניעות'דיג אינדערהיים, און פארהאלטן מיר אדער מיין ב"ב אויף דעם, אדער אז איר האר איז צו לאנג... ער קען למשל זאגן פאר א 12 יעריגע ברודער אז צו זיין בר-מצוה דארף ער זיך פארהערן א מסכתא, אבער זיכער נישט בתורת איינטיילן און באלבאטעווען.

2. אין פריוואטן לעבן איז ער א מעביר על מידותיו. ווען מענטשן האבן געטון צו אים זאכן, וואס לדעתי איז עס געווען אומבארעכטיגט וכו', האט ער קיינמאל נישט געשפירט אדער ארויסגעוויזן אז מען האט אים בא'עוול'ט, קיינמאל נישט ארויסגעוויזן באליידיגונג. ער איז אלעמאל געווען צופרידן און גרינג צו מחנך זיין.

3. ער איז שטארק חסידי'ש, דאווענט מיט א ברען (נישט ווי א משוגענער), עוסק אין חסידי'שע ספרים, ארגאניזירט באטעס מיט זיצן אין ישיבה. אין צוגאב האט ער א געשמאקן קול צו זינגען און פארשטייט צו נגינה (ער איז נישט עוסק דערין יומם ולילה),א גרויסער בעל-רגש און מלא געפיל.

4. דאס זעלבע איז אין לימוד התורה, אז ער איז א שטארקער מתמיד, בטל'ט נישט קיין מינוט, זיצט און לערנט. א מצוין אין לערנען (קרעדיט דערויף איז מער זיין התמדה ווי זיינע כשרונות. מיינע אנדערע קינדער זענען שטערקערע קעפ פון אים, ער איז א גוטע בינוני, אבער זיין התמדה בויט אים אויף אלס שטארקער תלמיד-חכם). ער קומט אהיים ערב שבת, טוט וואס ער דארף און לויפט אין ביהמ"ד לערנען עטליכע שעה ביזן דאווענען. דאס זעלבע איז מיטן לאנגן שבת נאכמיטאג. ער איז א בחור א בעל-השגה, וואס לעבט נישט אין די היינטיגע שטותים און נארישקייטן. טראכט העכער און לעבט העכער. שטייט אויף פארטאגס און לויפט לערנען. ער איז אויך א הלכה מענטש, יעדע זאך וועט ער נאכקוקן אין שו"ע. ער האט זיך אויך זיינע שיעורים קבועים אין שו"ע. אין פריוואטן לעבן פראבירט ער מדקדק צו זיין אז אלעס זאל שטימען הלכה'דיג.

5. מיט דעם אלעמען, פירט ער זיך אויף נארמאל. שמועסט נארמאל מיט בחורים, קען לאכן, פארברענגען, זיין א מענטש צווישן מענטשן. בחורים האבן אים זייער שטארק ליב און ער איז שטארק מקובל צווישן אנדערע בחורים.

6. איך קען יא זען אין אים, אז ער קען אראפקוקן אנדערע מענטשן וואס זענען נישט אזוי חשוב ווי אים. ער איז אבער מקפיד אויף לשון-הרע, בארעדט חלילה קיינעם נישט. איך קען זען אין אים איינער וואס שיסט עדעטוט, הגם איך האב נאכנישט געהערט זיך באקלאגן דערויף.

7. דאס וואס ער טוט אינדערהיים און די דוגמאות וואס איך האב געברענגט. איך בין משוכנע אז ער כאפט נישט וואס ער טוט. ווען ער איז מעורר אויף הלכה, וועט ער דאס טון פונקט אזוי ווי עס שטייט אין שלחן-ערוך, "אבא כך כתוב בתורה", אבער ממש אזוי. ס'גייט ביי אים שווארץ אויף ווייס. אויב עס שטייט אין שו"ע אז אזוי מעג מען זאגן, וועט ער דאס אזוי זאגן. דאס קען אויסקומען וועכנטליך בשעת'ן ליינען, בין גברא לגברא, ווען דער שכן מיינער זאגט מיר א ווארט און איך ענטפער אים צוריק, וועט ער מיר זאגן מיטן גאנצן דרך-ארץ, מיטן אבא כך כתוב בתורה, אז מען טאר נישט רעדן אפילו בין גברא לגברא. אפילו אויב איך וועל פארהערן די אנדערע קינדער דעמאלס, וועט ער מיר מסביר זיין אז מען טאר נישט... איך גלויב אז ער כאפט פשוט נישט.

8. אלע וואס גיבן עצות, ווי אזוי צו רעדן מיט אים און קלארשטעלן אז איך בין באלעבאס. איך גלויב אז ער ווייסט דאס, אבער אין זיין שכל טוט ער פונקט ווי עס שטייט אין שו"ע.... אויסער דעם, מ'קען זאגן וואס מען וויל, אבער דער פראבלעם איז למעשה זיין קוק, זיין בליק און התיחסות צו מיר. דאס קענסטו נישט טוישן מיט קיין ווערטער. קענסט אים זאגן אז ער דארף האבן מער דרך-ארץ וכו' וכו'. אבער ס'וועט זיך למעשה נישט קיין סך טוישן, אויב קוקט ער אזוי און האלט אזוי, קען ער זיין שטארק דרך-ארצ'דיג לויט זיין בליק. ער וועט ווייטער קוקן ווי אזוי ער וועט קוקן.

9. ס'איז וויכטיג צו באמערקן, אז ער האט דרך-ארץ אין געוויסע הלכה'דיגע זאכן. ער שטעלט זיך אויף ווען איך קום אריין, גיסט אן מיין בעכער וויין פאר קידוש. ער גייט לויט די בוקס... לויט ווי עס שטייט אין שלחן-ערוך. אבער ווען ער פילט ער דארף זאגן, זאגט ער. אבער ווי געשמועסט די עיקר פראבלעם איז נישט אזוי ווייט מיטן זאגן, ווי מיטן קוקן.

דאס איז אויפן שפיץ גאפל, לויט וויפיל איך געדענק אז מען דארף קלאר מאכן.

נאכאמאל, יישר כח פאר אלע וואס ענטפערן.
אוועטאר
פליישיג
שר האלף
תגובות: 1595
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 10:00 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליישיג »

איך מיין אז אסאך אידן דא וואלטן געוואלט האבן די פראבלעמען... איך האלט אז ער איז נאך יונג. ער וועט עלטער ווערן וועט זיך זאכן סעטלען אין די וועסט זעהן אסאך נחת....
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

ר' @חסדי אבות , איר האט א געלונגענעם זון. פריי דיך אז ער האט דעי חסרון, אז נישט וואלטסטו אים געדארפט נעמען פאר אן אונטערזוכונג זיכער צו מאכן אז ער איז נישט קיין מלאך אדער ראובאט... אזוי ווייסטו כאטש אז ער איז א געהעריגער לעבעדיגער בשר ודם.
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אלץנארגוט
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 5:21 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץנארגוט »

אפשר הייב און צי רעדן אין שטוב וועגן ביטל און הכנעה ס'פארנעמט א ריזיגע פלאץ אין יודישקייט קענסט עהם אפשר מיטנעמען צי די נעקסטע שבת מיט הרב ר שומעון שפיטצער ווי 100ר יודן ארבעטען אוף דעם אגאנצע טאג.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

חסדי אבות האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 3:42 pm
קודם כל יישר כח פאר אלע וואס האבן גענומען די מיה און געענטפערט אויף די אשכול.

איך האב נעכטן ביינאכט געעפנט דעם אשכול, און איך האב נישט גע'חלומ'ט אז דאס גייט ציען אזויפיל אינטערעסע ביים עולם. ס'איז מיר באמת אינטערעסאנט צו פארשטיין וואס עס האט אזוי שטארק אנגעצויגן דעם עולם, אז די בלעטער זאלן זיך אזוי שנעל אנפילן. איך בין אויפגעשטאנען צופרי און נישט געגלויבט אז איך האב אזויפיל אישי'ס פון מענטשן וואס פראבירן צו העלפן, זה בכה וזה בכה. אשרי העם שככה לו, אשרי העם שה' אלוקיו.

באמת וואלט איך געדארפט איבערגיין אלע תגובות בעיון רב צו קענען שרייבן דא, אבער איך וועל בלויז אנכאפן אויפן שפיץ גאפל געוויסע נקודות, וואס קוקט אויס אז עס דארף קלארקייט.

1. דער בחור איז א נעים הליכות אלעמאל געווען און ער איז נאך היינט. ער איז שטארק באליבט ביי זיינע ארומיגע, מען קוקט אויף אים ארויף. ווען ער איז ארויס פון חדר האבן זיך קינדער און עלטערן זיך נאכגעפרעגט וואו ער גייט לערנען, מען האט געוואלט גיין דארט וואו ער גייט. כפי ידיעתי פארשעמט ער קיינמאל נישט קיין אנדערע, האלט זיך נישט פאר א קעניג און גרויסט זיך נישט איבער זיינע חברים. אויב טוט ער עס יא, איז דאס גענוג בזער אנפין אז איך ווייס נישט פון דעם, און איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט זיך באקלאגן אויף אזא זאך. אויך אינדערהיים גרויסט ער זיך נישט איבער אנדערע קינדער. ער קען יא האבן קריטיק, האלטן אז א קליינע צוויי יעריגע שוועסטער (וואס האלט אינמיטן געטרעינט ווערן) דרייט זיך נישט צניעות'דיג אינדערהיים, און פארהאלטן מיר אדער מיין ב"ב אויף דעם, אדער אז איר האר איז צו לאנג... ער קען למשל זאגן פאר א 12 יעריגע ברודער אז צו זיין בר-מצוה דארף ער זיך פארהערן א מסכתא, אבער זיכער נישט בתורת איינטיילן און באלבאטעווען.

2. אין פריוואטן לעבן איז ער א מעביר על מידותיו. ווען מענטשן האבן געטון צו אים זאכן, וואס לדעתי איז עס געווען אומבארעכטיגט וכו', האט ער קיינמאל נישט געשפירט אדער ארויסגעוויזן אז מען האט אים בא'עוול'ט, קיינמאל נישט ארויסגעוויזן באליידיגונג. ער איז אלעמאל געווען צופרידן און גרינג צו מחנך זיין.

3. ער איז שטארק חסידי'ש, דאווענט מיט א ברען (נישט ווי א משוגענער), עוסק אין חסידי'שע ספרים, ארגאניזירט באטעס מיט זיצן אין ישיבה. אין צוגאב האט ער א געשמאקן קול צו זינגען און פארשטייט צו נגינה (ער איז נישט עוסק דערין יומם ולילה),א גרויסער בעל-רגש און מלא געפיל.

4. דאס זעלבע איז אין לימוד התורה, אז ער איז א שטארקער מתמיד, בטל'ט נישט קיין מינוט, זיצט און לערנט. א מצוין אין לערנען (קרעדיט דערויף איז מער זיין התמדה ווי זיינע כשרונות. מיינע אנדערע קינדער זענען שטערקערע קעפ פון אים, ער איז א גוטע בינוני, אבער זיין התמדה בויט אים אויף אלס שטארקער תלמיד-חכם). ער קומט אהיים ערב שבת, טוט וואס ער דארף און לויפט אין ביהמ"ד לערנען עטליכע שעה ביזן דאווענען. דאס זעלבע איז מיטן לאנגן שבת נאכמיטאג. ער איז א בחור א בעל-השגה, וואס לעבט נישט אין די היינטיגע שטותים און נארישקייטן. טראכט העכער און לעבט העכער. שטייט אויף פארטאגס און לויפט לערנען. ער איז אויך א הלכה מענטש, יעדע זאך וועט ער נאכקוקן אין שו"ע. ער האט זיך אויך זיינע שיעורים קבועים אין שו"ע. אין פריוואטן לעבן פראבירט ער מדקדק צו זיין אז אלעס זאל שטימען הלכה'דיג.

5. מיט דעם אלעמען, פירט ער זיך אויף נארמאל. שמועסט נארמאל מיט בחורים, קען לאכן, פארברענגען, זיין א מענטש צווישן מענטשן. בחורים האבן אים זייער שטארק ליב און ער איז שטארק מקובל צווישן אנדערע בחורים.

6. איך קען יא זען אין אים, אז ער קען אראפקוקן אנדערע מענטשן וואס זענען נישט אזוי חשוב ווי אים. ער איז אבער מקפיד אויף לשון-הרע, בארעדט חלילה קיינעם נישט. איך קען זען אין אים איינער וואס שיסט עדעטוט, הגם איך האב נאכנישט געהערט זיך באקלאגן דערויף.

7. דאס וואס ער טוט אינדערהיים און די דוגמאות וואס איך האב געברענגט. איך בין משוכנע אז ער כאפט נישט וואס ער טוט. ווען ער איז מעורר אויף הלכה, וועט ער דאס טון פונקט אזוי ווי עס שטייט אין שלחן-ערוך, "אבא כך כתוב בתורה", אבער ממש אזוי. ס'גייט ביי אים שווארץ אויף ווייס. אויב עס שטייט אין שו"ע אז אזוי מעג מען זאגן, וועט ער דאס אזוי זאגן. דאס קען אויסקומען וועכנטליך בשעת'ן ליינען, בין גברא לגברא, ווען דער שכן מיינער זאגט מיר א ווארט און איך ענטפער אים צוריק, וועט ער מיר זאגן מיטן גאנצן דרך-ארץ, מיטן אבא כך כתוב בתורה, אז מען טאר נישט רעדן אפילו בין גברא לגברא. אפילו אויב איך וועל פארהערן די אנדערע קינדער דעמאלס, וועט ער מיר מסביר זיין אז מען טאר נישט... איך גלויב אז ער כאפט פשוט נישט.

8. אלע וואס גיבן עצות, ווי אזוי צו רעדן מיט אים און קלארשטעלן אז איך בין באלעבאס. איך גלויב אז ער ווייסט דאס, אבער אין זיין שכל טוט ער פונקט ווי עס שטייט אין שו"ע.... אויסער דעם, מ'קען זאגן וואס מען וויל, אבער דער פראבלעם איז למעשה זיין קוק, זיין בליק און התיחסות צו מיר. דאס קענסטו נישט טוישן מיט קיין ווערטער. קענסט אים זאגן אז ער דארף האבן מער דרך-ארץ וכו' וכו'. אבער ס'וועט זיך למעשה נישט קיין סך טוישן, אויב קוקט ער אזוי און האלט אזוי, קען ער זיין שטארק דרך-ארצ'דיג לויט זיין בליק. ער וועט ווייטער קוקן ווי אזוי ער וועט קוקן.

9. ס'איז וויכטיג צו באמערקן, אז ער האט דרך-ארץ אין געוויסע הלכה'דיגע זאכן. ער שטעלט זיך אויף ווען איך קום אריין, גיסט אן מיין בעכער וויין פאר קידוש. ער גייט לויט די בוקס... לויט ווי עס שטייט אין שלחן-ערוך. אבער ווען ער פילט ער דארף זאגן, זאגט ער. אבער ווי געשמועסט די עיקר פראבלעם איז נישט אזוי ווייט מיטן זאגן, ווי מיטן קוקן.

דאס איז אויפן שפיץ גאפל, לויט וויפיל איך געדענק אז מען דארף קלאר מאכן.

נאכאמאל, יישר כח פאר אלע וואס ענטפערן.

הנאה געהאט צו ליינען די תגובה ווי געשמאק די לייגסט אראפ די תכונת הנפש פון דיין קינד..
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע:שבתדיגע זמירות

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

איך האב אויך כמעט דעם פראבלעם אבער נישט מיט מיין בחור נאר גאר מיט מיינע עלטערע מיידלעך... זיי לערנען הלכות שבת, בשר בחלב וכו', און זייער פאטער ליידער קאן גארניקס, און מ'האלט און איין מעורר זיין (ב"ה בדרך כבוד נישט קיין חוצפה),
איז אזוי א זאך וואס איך ווייס בפירוש אנדערש וועל איך עס אויסשמועסן מיט זיי,
און אויב האב איך עס קיינמאל געלערענט וועל איך זאגן אז איך גיי עס נאכקוקון און איך וועל זיי געבן גערעכט אויב ס'איז טאקע אזוי, און געס וואט ס'פאסירט גארנישט,

נאר איין זאך הרב חסדי אבות:
ביי הלכות כיבוד אב גייט אן די זעלבע חיוב פון חינוך ווי הלכות שבת און הלכות גניבה און דאס טראכטן אז ס'קוקט אויס ווי איך נעם מיך אן פאר מיין כבוד איז א פאלשע הנחה, מילא אויב דיין זוהן איז דיך מעורר שלא על פי הלכה (איך מיין אז יעדער קען די הלכה פון אבא כך כתוב בתורה) ברויכסטו אים שטעלן אין פלאץ,
אבער אויב ער איז מעורר ווי די הלכה לויטעט דעמאלס פריי דיך מיט דיין חלק און זיי נישט דערשראקן און שפיר דיך נישט דאונגרעדעד

הצלחה
זוכט איר דוי?
אוועטאר
פעטער משה
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 12:21 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער משה »

קודם אווי דער עולם זאגט דא פריי דיך אז איר האט אזא געלונגענעם זון.

אין למעשה למשל ווען ער זאגט דיר וועגען שכר שבת קענסטו אים ענטפערען, יא יא, איך ווייס דערפון, אויב פרעגט ער וויטער סוי וויאזוי טוסטו עס נאך אלס קענסטו אים ענטפערען, איך ווייס ואס איך האב צו טאהן. פינטעל.

בד'וו דו שרייבסט אז דו האסט אים איגנארט די ערשטע מאהל, געדענק איך ווען איך האב אמאל איבערגעפרעגט עפעס רופט ער זיך אהן "איך האב געהערט וואס דו פרעגסט די ערשטע מאהל" מער האט מיר זיך נישט פארגליסט איבערצופרעגען.

די עיקר זאלסט זעהן פון אים אסאאך נחת
כשרע טעלעפאון
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2015 10:45 am

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כשרע טעלעפאון »

חסדי אבות האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 2:19 am
אבער ס'פאסט מיר נישט זיך צו גיין בעטן פאר מיין כבוד...
[/quo

מיר האלטען פונקט פארקערט דאנק דעם אייבערשטיין אויף דעם בחור וואס די האסט ב"ה אבער עס איז נישט קיין שום עולה עס דורכצושמועסן מיט זיין מגיד שיעור
אויב איך מעג זאגען איז עס אינגאנצען נישט קיין דרגא אויף אראפ ס"איז א דרגא אויף ארויף דורכשמועסן אזא זאך מיטן מגיד שיעור
זיין אפען און דורכרעדען אזא זאך איז א געוואלדיגע + צו מיטארבעטן מיטן מחנך
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

גראז האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 4:06 pm
ר' @חסדי אבות , איר האט א געלונגענעם זון. פריי דיך אז ער האט דעי חסרון, אז נישט וואלטסטו אים געדארפט נעמען פאר אן אונטערזוכונג זיכער צו מאכן אז ער איז נישט קיין מלאך אדער ראובאט... אזוי ווייסטו כאטש אז ער איז א געהעריגער לעבעדיגער בשר ודם.
פליישיג האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 3:55 pm
איך מיין אז אסאך אידן דא וואלטן געוואלט האבן די פראבלעמען... איך האלט אז ער איז נאך יונג. ער וועט עלטער ווערן וועט זיך זאכן סעטלען אין די וועסט זעהן אסאך נחת....
דאס איז נישט ריכטיג. אסאך מאכן דעם טעות. א גוט בחור -ב״ה פאר דעם- אבער מען דארף אים מחנך זיין פונקט ווי א צווייטע קינד. ער איז א קינד און ער ברויך חינוך. קיינער וואקסט נישט אויף געזונט און נארמאל אן קיין חינוך. יא, אפילו גאר גוטע בחורים.
אסאך וואס האבן ליידער געמאכט דעם טעות און געמיינט אז ער איז דאך גוט אדער האט מען גאר געהאלטען צו שטארק פון דעם קינד אדער נישט געוויסט ווי אזוי דאס צו הענדלען, זענען די קינדער אויפגעוואקסען מיט אסאך פראבלעמען און דורכגעגאנגען אסאך שוועריגקייטן אין לעבן פרעזענליך, בין אדם לחבירו ובין איש לאשתו אויף אזוי ווייט אז געוויסע האבן מצליח געווען אפילו מקיים צו זיין דעם מצוה י״ב. אויב איז מען נישט מחנך קיין קינדער וואקסען זיי אויף אומערצויגענע מטורפים, אפילו גאר חשובע בחורים.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8856
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

@חסדי אבות א ישר כח פארן עפענען דעם אשכול, שוין לאנג נישט געהאט אזא הנאה פון אן אשכול ווי פון דאס, יעדע תגובה כמעט איז ווערד א לייק פאר זיך!
אסאך נחת פון אלע דיינע קינדער'לעך געזונטערהייט!
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

אחד הרבנים האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 5:02 pm

אסאך וואס האבן ליידער געמאכט דעם טעות און געמיינט אז ער איז דאך גוט אדער האט מען גאר געהאלטען צו שטארקפון דעם קינד אדער נישט געוויסט ווי אזוי דאס צו הענדלען,
וואס מיינט צו שטארק? אזוי ווי "ישראל אשר בך אתפאר"?
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

באטל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 5:06 pm
אחד הרבנים האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 5:02 pm

אסאך וואס האבן ליידער געמאכט דעם טעות און געמיינט אז ער איז דאך גוט אדער האט מען גאר געהאלטען צו שטארקפון דעם קינד אדער נישט געוויסט ווי אזוי דאס צו הענדלען,
וואס מיינט צו שטארק? אזוי ווי "ישראל אשר בך אתפאר"?
פשוט געזאגט, רעלאטיוו צו וואס איך האב געשריבן. האלטען אז דאס קינד דארף נישט אזויפיל חינוך אדער פארקוקען אויף זאכן וואס מען וואלט נישט פארקוקט ביי א צווייטען קינד ווייל ״ער ווייסט דאך אליינס וואס איז גוט אדער נישט״ אדער ״נישט געפערליך, ער איז דאך מיין תכשיט׳ל ״ וכדו׳ די סארט מהלכים איז סם פארן עתיד פון א קינד, מעג זיין דאס בעסטע.
אוועטאר
סבר פנים יפות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 27, 2021 5:11 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סבר פנים יפות »

לא באתי רק להוסיף, אויף די פריערדיגע מגיבים

א שטיקל מהלך איז אז די מאמע זאל קלאר זאגן פארן קינד, אז מען טאר נישט זאגן אנדערש וואו די טאטע (זי האלט דאך במילא אלעס מיט)

זי ברויך אים געבען אהן ערענסטע פארציע אין כיבוד אב, אזוי אז ער זאל באקומען אהן הכנעה, און די איבריגע וועט ער שוין אליין ארבעטן אויף זיך(ער איז דאך באמת חשוב בחור)

(אויב טראכט דער בחור אז ס' איז שאלה קען ער פרעגן די מאמע, און זי וועט עס שוין דורך טוהן מיט די טאטע, אבער זאגן פארן טאטען פארקערט וואו ער טוט איז אסור)
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4104
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

איך האב לעצטענס באקומען די דרשה, ער רעדט אביסעל פין דעם ענין נאר צום בחור נישט צום טאטען. https://drive.google.com/file/d/1oNngUy ... sp=sharing

אגב, ווייסט איינער ווער די בעל דרשן איז (ער רעדט פיין) און ווי מען קען הערן אנדערע שיעורים פון אים?
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

חסדי אבות האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 2:43 am
אבער אז ס'קומט צו הלכה און ער איז מיר מעורר אז איך טוה נישט ריכטיג. וואס דארף איך אים זאגן? - אז איך בין די משפיע און השקפה געבער?
קודם כל השי"ת זאל אייך העלפן נאר אייביג אזעכע דאגות

ווען ער האלט דיר פאר איבער הלכה , זאלט איר אים פשוט זאגן זיי מיר מוחל כ'האב טאקע געמאכט א טעות ,און אויב זאגט ער עס אביסל חוצפה'דיג זאגטס אים נאכדעם כ'וויל זייער הערן ווען דו האסט עפעס צוצולייגן אין הלכה ווייל כ'בין טאקע ניש אויסגעקאכט אין אלע הלכות אבער זאג מיר עס שטיל אדער קענסט מיר איידעלערהייט מעורר זיין ( כ'געב נאר דגמאות יעדער זאל ארבעטן לפי המצב והזמן)

איינע פון די שטערקסטע וועגן פאר א טאטע מחנך צו זיין א בחור אין די צענערלינגן איז אים ווייזן אז איר קענט אויך אמאל מאכן א טעות , ער וועט דאס מיטנעמען פאר אגאנץ לעבן , בדוק ומנוסה

און יא ,מעודד זיין דעם בחור אז מ'וויל הערן פונעם ווען מ'טוט ניש פונקטליך עפעס ע"פ הלכה און צולייגן אפשר ווייזטו מיר עס אינעווייניג ( אזוי אויב איז ער ניש אקוראט קענט איר אים שיינערהייט ווייזן אז ס'ניש ממש קעגן הלכה וכו)

און בעיקר עס נעמען "איזי" ער מיינט ניש גארניש , ער וויל די אטענשען פון עלטערן דורכן ווייזן אז ער לערנט פלייסיג , איר דארפט אים נאר כסדר ווייזן אנערקענונג און שעצונג שטייצעך פאזעטיווערהייט און איר העט זעהן אסאך הצלחה מערצעשעם

און נאכאמאל , נאר אזעכע דאגות אייביג ונאמר אמן
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

באטל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 11:41 am

(איך האב שוין פון לאנג געוואלט עפענען אן אשכול איבער די יסורים וואס בחורים גייען א דורך, און קיינער נעמט זיך פאר זיי נישט אן, סתם אז אידן דא וואס האבן בחורים זאלן פארשטיין ווי וויכטיג זיי זענען פאר זייערע בחורים, און ווי שטארק די בחורים ווילן ליבשאפט פון זייערע עלטערן, אפשר א צווייט מאל...)
עפן עפן. א בחור איז א פלג גופא איינזאם און צופראסקעט. א שווערע דורכגאנג די יארן.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

פאראויס האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 5:00 pm
באטל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 11:41 am

(איך האב שוין פון לאנג געוואלט עפענען אן אשכול איבער די יסורים וואס בחורים גייען א דורך, און קיינער נעמט זיך פאר זיי נישט אן, סתם אז אידן דא וואס האבן בחורים זאלן פארשטיין ווי וויכטיג זיי זענען פאר זייערע בחורים, און ווי שטארק די בחורים ווילן ליבשאפט פון זייערע עלטערן, אפשר א צווייט מאל...)
עפן עפן. א בחור איז א פלג גופא איינזאם און צופראסקעט. א שווערע דורכגאנג די יארן.
עס איז שווער צו טוהן אן צו טיף באליידיגן עלטערן און מנהלים.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

און ס’איז שווער צו זיין א בחור אויך...
און צו מחנך זיין א בחור אויך...
מ’שטעלט זיך נישט אפ פאר א שוועריקייט..
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

Re: וואס טוה איך ב"ה מיט מיין בחור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו וואדע »

אז מ'זעמיר שוין ממילא אריינגעפאלן דא לאמיר נאר צולייגן גאר א וויכטיגע נקודה וואס מאנכע זענען זיך שטארק טועה

און דאס איז חוצפה ביי צענערלינגן כלפי עלטערן

מ'ברויך באמת קענען מבחין זיין ווען דער בחור איז זיך באמת מתחצף אדער ווען ער טענה'ט זיך מיט עלטערן און ער דרוקט זיך נאר אויס בחור'יש (....) ער האט באמת רעספעקט פאר זיינע עלטערן נאר וויבאלד ער טענה'ט זיך איצט מיט זיי, פרובירט ער זיי איבערצוצייגן מיט זיין בחור'ישע שפראך, און ער מיינט באמת ניש זיך צו מתחצף זיין. אבער פאר די עלטערן איז עס געהעריג חוצפה (ווייל א נארמאלער ערוואקסענער רעדט ניש אזוי) און גאר אסאך ווייסן ניש קיין הבחנה צווישן די צוויי זאכן ( ספעציעל אויב ס'איז די עלטסטע און מ'ווייסט אים נאך באמת ניש וויזוי צו הענדלן)

די קונץ איז ניש ווערן איבערגענומען און ווערן ווילד און שרייען אז ער איז א מחוצף און מ'טאר ניש אזוי רעדן ווען ער האט באמת ניש קיין אנונג וואס מ'וויל פון אים , אמער ער האט זיך "פלעין" גע'טענה'ט מיט זיין טאטע אדער מאמע אבער ער האט בכלל ניש געזוכט צו זיין א מחוצף (ווייל אין זיינע קטנות'דיגע אויגן איז די טענה'ריי אויף די זעלבע אופן אווי צווישן זיינע חבירים אין ישיבה)

און שטייטצעך אויך ניש מעיר זיין בשעת די טענה'ריי ווייל ער האט ניש קיין אנונג וואס איר ווילט פונעם

וואס יא, איר קענט זיך אראפזעצן מיט אים א טאג שפעטער(!) און מסביר זיין אז מיט עלטערן קען מען זיך ניש טענה'ן אויף די זעלבע וועג ווי צווישן חבירים און ער דארף פרובירן צו טוישן דעם טאן/שפראך (יו נעים איט) און רעדן צו עלטערן וויאזוי ס'פאסט צו עלטערן און אים מחזק זיין אז אויב פילט ער אמאל אז ער מוז זיך אויסטענה'ן אויף עפעס מיט די עלטערן , אדרבה ואדרבה אבער אויף א ערוואקסענעם וועג , די הויז איניש די ישיבה , פינטל

ע"פ רוב העט עס דער בחור פארשטיין און אננעמען זייער פאזעטיוו

הצלחה וברכה
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”