נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

דער מענעדזשער האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 6:43 pm
איך מאך חלילה נישט אוועק דעם דיין
אבער אויב וועט זיין א שמועס אין משולחן מלכים און עס וועט אריינפאלן א ווארט איבער א געוויסע ענין איז פשט אז א שערוריא איז אין קראפט?
דער דיין האט עס געזאגט אין א עמטליכע סטעיטמענט אויפצורידערן די וועלט? אדער סתם אזוי אין א שמועס?
חוץ אויב דער דיין האט נישט קיין עמטליכע פלאטפארמע און באשלאסן אויסצונוצן די געלעגנהייט
ס׳איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט ווען כ׳האב עס געליינט, ער זאגט דארט אז אין באבוב אין לאנדאן האט מען געטראפן 4 פון 5 ספרי תורה פסול! כ׳מיין באבוב וואלט געדארפט רודערן מיט אזא מעשה, מ׳וואלט געדארפט אנפרעגן באבובע רב וואס ער זאגט, דערווייל קוקט נישט אויס אז ס׳זאל בכלל זיין עני רידעריי איבער די נושא..
ער זאגט דארט אז ס׳איז א ערדציטערניש אין לאנדאן, אדרבא זאלן ביטע די לאנדאנע ניקים אריינקומען דערציילן וואס ס׳קאכט זיך דארט און אויב ס׳איז דא מכשירים וואס האלטן אז ס׳איז נישט קיין פראבלעם..
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע:גנזו לצדיקים

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

דער מענעדזשער האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 7:04 pm
יעצט אראפגעלייגט מיט א סופר
ער טענה'ט אז עס איז נישט קיין נייעס
ממ"נ איז די ספר נישט דורך קיין געהעריגע בדיקה און בדיקת קאמפיוטער איז דאך עס סייווי א גרויסע חשש אז עס איז פסול , חסירות ויתירות וכדו'
איז עס יא דורך א בדיקה הגונה קען זיך כסדר מאכן א נגיעה, און אויב איז מען עס בודק און עס וועט ארויסקומען כשר, קען עס א וואך נאכדעם זיין פסול.
בקיצור: עס איז אין לדבר סוף, און דער בעל קורא דארף האבן אפענע אויגן.
אה, סא יעצט איז עס גאר דער בעל קורא'ס אויפגאבע?! יישר כח...
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

אזא שערורי', ממש פסול'ע ספרי תורה, און קיין איינער פון די דיינים און רבנים וואס ווייסן דערפון שלאפן רואיג ביינאכט און מ'הערט נישט קיין ברום פון קיינעם, בסך הכל ווערט עס דערמאנט אין א גליון בדרך אגב..
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

אור כי טוב האט געשריבן: מיטוואך יוני 07, 2023 1:42 pm
דער מענעדזשער האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 7:04 pm
יעצט אראפגעלייגט מיט א סופר
ער טענה'ט אז עס איז נישט קיין נייעס
ממ"נ איז די ספר נישט דורך קיין געהעריגע בדיקה און בדיקת קאמפיוטער איז דאך עס סייווי א גרויסע חשש אז עס איז פסול , חסירות ויתירות וכדו'
איז עס יא דורך א בדיקה הגונה קען זיך כסדר מאכן א נגיעה, און אויב איז מען עס בודק און עס וועט ארויסקומען כשר, קען עס א וואך נאכדעם זיין פסול.
בקיצור: עס איז אין לדבר סוף, און דער בעל קורא דארף האבן אפענע אויגן.
אה, סא יעצט איז עס גאר דער בעל קורא'ס אויפגאבע?! יישר כח...
יא! אז דער בעל קורא באמערקט עפעס זאל ער תיכף מעלדן דעם גבאי/משמש/רב/ סופר פון בית המדרש
און דאס זעלבע איז דער גבאי וואס מישט די ספרי תורה, בשעת ער מישט און ער באמערקט עפעס דארף ער זעהן אז עס זאל ווערן קעיר גענומען!
ווי געזאגט: יעדן טאג בודק זיין איז אין לדבר סוף, אבער לכה"פ אז מען ליינט און מען מישט און מען באמערקט דאן דארף עס ווערן קעיר גענומען

איך האב שוין עטליכע מאל געטראפן ציווישטע אותיות, און אנדערע שאלות, מען האט געלייגט דעם גארטל אויפן ספר תורה ביז דער סופר האט עס בודק געווען און געטון וואס ער האט צוטון.

און עס איז שוין אויך געווען ווען מען האט געטראפן א פינטל אין די ספר תורה - דאכצעך שבת איז עס געווען, די תלמידי חכמים און דער רב הבית המדרש און און די סופרים האבן עס שטארק באטראכט, ביז איינער האט געאטעמט צו שטארק, און מיט דעם פארראכטן די ספר תורה!!! עס איז געווען א שטויב....
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
טשאבערגא
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 23, 2022 6:30 pm

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאבערגא »

ב"ה ענדליך הערט מען שוין אין די גאסן אז די רבנים האבן זיך צאמגענומען דן צו זיין איבער די ברענעדיגע נושא

היינט אין די JDN אידישע טעגליכע מידיע איז געווען באריכטעט איבער א אסיפת הרבנים נעכטן אין די ביורא פון התאחדות הרבנים וואו מ'האט אויסגעהערט און אויסגעפרעגט סופרים ובודקים ומגיהים און אין די קומענדיגע טעג וועט ארויסקומען החלטת הרבנים

אינטערעסאנט אז בו בזמן אין ערשינען אין קול הציבור אן עד מיט אומאנגענעמע החלטות איבער הונדערטער ספרי תורה אז זיי זענען מעיקרא געווען פסול, אן קיין נעמען פון רבנים וואס זענען פאראנטפארטליך אויף די אינהאלט וואס זיי שרייבן דארט (עד אטטעטשט)
אטעטשמענטס
3454.jpg
3454.jpg (244.82 KiB) געזען 1074 מאל
asifas bes din.JPG
asifas bes din.JPG (107 KiB) געזען 1081 מאל
3454.pdf
(172.08 KiB) געווארן דאונלאודעד 12 מאל
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2326
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

א מכון אן נעמען איז זייער א אינטערעסאנטע פענאמענאן.
קוקט למשל אן די מאנסי פייער דעפט. אישו ווי הרב יחזקאל ווייס איז ארויסגעקומען מיט זיין נאמען פון דעי וואן, האט עס א שטארקע אפעקט' די נאמען גיבט קרעדעביליטי.
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10546
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

נעכטן זונטאג איז פארגעקומען אן אסיפה אין לשכת התאחדות הרבנים דן צו זיין איבער די נושא פון קאמפיוטער בדיקות.

נאך וואס הרה''ג ר שמעון כ''ץ דומ''ץ סאטמאר מהר''יי מאנסי האט לעצטענס ארומגעשיקט א בריוו פאר פילע רבנים ודיינים איבער גרעיטער ניו יארק איבער א פראבלעם אז רוב ספרי תורות וואס מ'איז בודק טרעפט מען פילע טעותים פון חסירות ויתירות וכדומה.
און אפילו די בעל קורא ליינט דורך דעם גאנצן ספר אן טרעפן א פסול צייגט עס נאכנישט אז די ספר איז כשר נאך וואס די בעלי קורא'ס זענען ע''פ רוב נישט אומשטאנד צו טרעפן טעותים בשעת'ן ליינען.
לעצט פארראכטן דורך צוויי גילדען אום מאנטאג יאנואר 08, 2024 2:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10546
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

בילדער פונעם אסיפה נעכטן.
IMG_20240108_145225_225.jpg
IMG_20240108_145225_225.jpg (130.85 KiB) געזען 1098 מאל
IMG_20240108_145224_791.jpg
IMG_20240108_145224_791.jpg (61.46 KiB) געזען 1098 מאל
אטעטשמענטס
IMG_20240108_145225_052.jpg
IMG_20240108_145225_052.jpg (74.68 KiB) געזען 755 מאל
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10546
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

אויב איינער קען ברענגען דעם תשובה פונעם דיין.
אוועטאר
נייע שטאט
שר האלפיים
תגובות: 2326
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 5:44 pm

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייע שטאט »

צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 2:52 pm
נעכטן זונטאג איז פארגעקומען אן אסיפה אין לשכת התאחדות הרבנים דן צו זיין איבער די נושא פון קאמפיוטער בדיקות.

נאך וואס הרה''ג ר שמעון כ''ץ דומ''ץ סאטמאר מהר''יי מאנסי האט לעצטענס ארומגעשיקט א בריוו פאר פילע רבנים ודיינים איבער גרעיטער ניו יארק איבער א פראבלעם אז רוב ספרי תורות וואס מ'איז בודק טרעפט מען פילע טעותים פון חסירות ויתירות וכדומה.
און אפילו די בעל קורא ליינט דורך דעם גאנצן ספר אן טרעפן א פסול צייגט עס נאכנישט אז די ספר איז כשר נאך וואס די בעלי קורא'ס זענען ע''פ רוב נישט אומשטאנד צו טרעפן טעותים בשעת'ן ליינען.
אויב "רוב" ספרי תורה זענען פסול קען מען לכאורה נישט מאכן קיין ברכה אויף קיין ספר תורה. עפעס שטימט נישט דא.
קען זיין רוב וואס ער האט בודק געווען צוליב ווייל ער האט געהאט א חשש וכו'
ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10546
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

נייע שטאט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:01 pm
צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 2:52 pm
נעכטן זונטאג איז פארגעקומען אן אסיפה אין לשכת התאחדות הרבנים דן צו זיין איבער די נושא פון קאמפיוטער בדיקות.

נאך וואס הרה''ג ר שמעון כ''ץ דומ''ץ סאטמאר מהר''יי מאנסי האט לעצטענס ארומגעשיקט א בריוו פאר פילע רבנים ודיינים איבער גרעיטער ניו יארק איבער א פראבלעם אז רוב ספרי תורות וואס מ'איז בודק טרעפט מען פילע טעותים פון חסירות ויתירות וכדומה.
און אפילו די בעל קורא ליינט דורך דעם גאנצן ספר אן טרעפן א פסול צייגט עס נאכנישט אז די ספר איז כשר נאך וואס די בעלי קורא'ס זענען ע''פ רוב נישט אומשטאנד צו טרעפן טעותים בשעת'ן ליינען.
אויב "רוב" ספרי תורה זענען פסול קען מען לכאורה נישט מאכן קיין ברכה אויף קיין ספר תורה. עפעס שטימט נישט דא.
קען זיין רוב וואס ער האט בודק געווען צוליב ווייל ער האט געהאט א חשש וכו'
רוב ספרי תורות וואס מ'גיבט בודק צו זיין (מסתמא) צוליב'ן טרעפן א פסול. טרעפט נאך פילע פסולים וואס מ'האט קיינמאל באמערקט.

מעגליך ער רעדט יא פון ספרי תורות וואס מ'האט סתם אזוי געגעבן בודק צו זיין אנע שום פסול..
הימלישע וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 25, 2022 9:00 pm

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הימלישע וואסער »

שוין. האמיר די נייע חורבן פון עי. איי. כפי ידיעתי איז ד נייע פראגראם א עי.איי. באזירטע פראגרעם...
zurich
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zurich »

הרב וואזנער - סאטמאר מאנסי איז דארט געווען?
naftula shia
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2021 2:51 pm

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך naftula shia »

zurich האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:34 pm
הרב וואזנער - סאטמאר מאנסי איז דארט געווען?
yes
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

הימלישע וואסער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:28 pm
שוין. האמיר די נייע חורבן פון עי. איי. כפי ידיעתי איז ד נייע פראגראם א עי.איי. באזירטע פראגרעם...
ליינען אין כשרע ספרי תורה איז א חורבן?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אדמדם
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 11:56 am

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדמדם »

הימלישע וואסער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:28 pm
שוין. האמיר די נייע חורבן פון עי. איי. כפי ידיעתי איז ד נייע פראגראם א עי.איי. באזירטע פראגרעם...
כפי ידיעתי איז עס נישט קיין נייע פראגרעים
חוזר
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 03, 2021 2:57 pm

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוזר »

שוין עטליכע וואכן אדער חדשים וואס דאס קאכט זיך, עפעס א סופר פרוכטער פון אר"י האט געברענגט א נייע פראגראם וואס ארבעט פיל בעסער פון די ביז-היינטיגע פראגראמען, און מען טרעפט אסאך פסולים בעיקר ביי חסירות ויתירות און ביי נגיעות.

לויט ווי איך האב געהערט איז פשט, אז מען האט זיך צופיל פארלאזט אויף די קאמפיוטער בדיקות, און ווען די קאמפיוטער האט אויסגעשפיגן 10,000 זאכן, וואס א גרויס טייל דערפון זענען נישט קיין פראבלעמען, האט דער סופר שנעל איבערגעבליקט וואס איז א פראבלעם, און אזוי קען מען אסאך מאל פארזען די חסירות ויתירות.
שוין אפגערעדט אז די נגיעות אויף וואס די קאמפיוטער איז בכלל נישט אקוראט, און געוויסע פוסקים האבן טאקע אנגענומען אז מען קען זיך בכלל נישט פארלאזן דערויף אויף א מאשין.

לאיר האפן אז ס'וועט ברענגען אן אויפוואכונג אויף די עצם נושא, און מען זאל טרעפן א געהעריגע פתרון... נישט אז יעדע מאל די קאמפיוטערס ווערן פארגעשריטן זאל מען טרעפן נאך פסולים.
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

חוזר האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:55 pm

מ׳קען אנשטעלן דעם נייעם קאמפיוטער סיסטעם, ווי שטארק סענסיטיוו עס זאל זיין.

אויב שטעלט מען אן אויף א נידריגע סעטינג, גיט עס נאר ארויס ערנסטע פראבלעמען.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2538
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

[געהערט פון איינעם וועלכער קען די נושא]

היינו טעמא דמלמדים היינו טעמא דבודקים...
די פראבלעם איז אז מען צאלט פעניס פאר א בודק [א גאנצר ספר תורה בודק צו זיין צאלט מען א נישטיגע דריי אלפים...], בעת ווען די גאנצע כשרות הספר תורה איז תלוי בו!
לעומת זה, ווען פאר אנדערע שאר ירקות, ווי הכנסת ספר תורה, זילבערנע עצי חיים, טייערע מעננטעלע, וואס איז בכלל נישט מעכב.. לאזט מען זיך קאסטן...

א וואונדער אז דער בודק איז זיך מתרשל, און מאכט א חשבון אז דער קאמפיוטער וועט דאך עניוועי טרעפן די גרייזן...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
naftula shia
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2021 2:51 pm

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך naftula shia »

אביונה האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 7:28 pm
[געהערט פון איינעם וועלכער קען די נושא]

היינו טעמא דמלמדים היינו טעמא דבודקים...
די פראבלעם איז אז מען צאלט פעניס פאר א בודק [א גאנצר ספר תורה בודק צו זיין צאלט מען א נישטיגע דריי אלפים...], בעת ווען די גאנצע כשרות הספר תורה איז תלוי בו!
לעומת זה, ווען פאר אנדערע שאר ירקות, ווי הכנסת ספר תורה, זילבערנע עצי חיים, טייערע מעננטעלע, וואס איז בכלל נישט מעכב.. לאזט מען זיך קאסטן...

א וואונדער אז דער בודק איז זיך מתרשל, און מאכט א חשבון אז דער קאמפיוטער וועט דאך עניוועי טרעפן די גרייזן...
אוי ביסטו גרעכט
רבותי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 16, 2019 3:49 pm

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבותי »

ס'איז נאך א פראבלעם ס'איז דא אויף די מארקעט קאמפיוטערס וואס איז נישט אזוי גיט,
און אפילו די גיטע קאמפיוטער דארף האבן א מענטש וואס זאל אלעס נאכגיין אין ביי דעם איז אויך דא א התרשלות
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

רבותי האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 8:47 pm
ס'איז נאך א פראבלעם ס'איז דא אויף די מארקעט קאמפיוטערס וואס איז נישט אזוי גיט,
און אפילו די גיטע קאמפיוטער דארף האבן א מענטש וואס זאל אלעס נאכגיין אין ביי דעם איז אויך דא א התרשלות
זענען נישט די קאמפיוטערס פון מכון בדיקת סת״ם?
אמרי חי
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 12, 2022 9:50 am

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמרי חי »

תפילין ומזוזות גייען דערווייל אינגאנצן נישט דורך קיין קאמפיוטער.

געהערט פון א סופר מומחה אז ער פירט דורך דעם קאמפיוטער אלע סת״ם וואס גייט דורך אים דורך - אסאך תפילין ומזוזות האט ער שוין געטראפן וואס צו פאררעכטן נאכן בדיקה אויפן קאמפיוטער.
Toyota
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 05, 2018 12:05 pm

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Toyota »

תפילין ומזוזות דען שייך צו פאררעכטן נאכן ענדיגן??
אגב, יעדע נארמאלע סופר וועט אריינגעבן זיינע תפילין ומזוזות פאר בדיקת קאמפיוטער...
אור ישר
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 09, 2015 2:37 pm

Re: נגיעות אין ס"ת באמערקט דורכן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור ישר »

איך פארשטיי פין איינער וואס קען זיך אויס, אז רוב פין די טעותים וואס די סיסטעם טרעפט זענען נישט טעותים וואס פסל'נען די ספרי תורה
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”