Re: וויליאמסבורג ראטן זאא
https://sellerboard.com/?partner=00529
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
שמעתי אז קעץ עסן נישט קיין ראטן בלויז מייז.
Serious it is when we will take action
מ'דארף עס לייגן אויף אלע פאולס. און שרייבן א ייש''כ פאר די געטרייע סעניטעישן דעפט
גא"םAllAboutAccess האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 01, 2024 5:36 pmנאכן נישט זיין אין וומסב״ג אויף א שבת/יו״ט פאר א לענגערע תקופה, בין איך געווען יעצט אויף די ערשטע טעג יו״ט.
וואס זאל איך אייך זאגן מיינע ברידער אין ניו יארק? די ראטן אלל אווער איז אזוי מין טעריבל! כ׳האב מיך אזאנס פארעקלט אז נאר… געמיינט האב איך קודם אז דאס איז נאר 3-4 פארטאגס נאכ׳ן סדר, נו שוין, אין א געווענליכע נאכט איז דאך די גאס גענצליך זייערס אזא צייט, נו וואס זענען זיי שולדיג אז די מענטשליכע ספישיס האבן באשלאסן צו אינוואדירן זייער וואוינארט… אבער וואו וואס ווען? דעם צווייטן טאג האב איך זיי שוין געזעהן אלל אווער אויפ׳ן וועג גייענדיג צום סדר, און דאן יו״ט בייטאג נאך די סעודה אזוי אין העלן טאג איז מיר איינער פארבייגעלאפן! פעעך!!
יו״ט ווען די וויליאמסבורגע גאסן זענען קע״ה איבערגעפילט מיט פילע משפחות כ״י, אלע פון גרויס ביז קליין אנגעטוהן טיפ טאפ און הערליך אויסשטאפירט און אויסגעצירט פראם טאפ-טו-באטטעם ווי ריכטיגע בני מלכים, האב איך מיך אזוי פארוואונדערט אינעם טראגיקאמישן סצענע וואו פרינצן און פרינצעסין פונעם עם הנבחר נעמען אזא פריצייטיגן חוה״מ שפאנציר אינעם ראטן טירגארטן וועלכע האט אזא טייערע ענטרי פרייז… וואס זאל איך אייך זאגן? ס׳איז פון די פלאי הבריאה…
צירוק קומענדיג קיין קר״י מוצאי יו״ט בערך 1-2 ביינאכט האביך די ערשטע מאל אויפגעפאסט דעם שארפן קאנטראסט (עכ״פ אין מיין געגנט, א גאר שטארק באוואוינטע מיט פילע קינדער-געבענטשטע משפחות קע״ה), די סיידוואקס זויבער (נאך 2 טאג יו״ט), די גארבעדזש הייזער אויסגעליידיגט פון גארבעדזש און אלע מיסטקאסטענס צירוקגעשטעלט!
פארוואס שרייב איך עס? קודם אלס ש׳כח פאר די לאקאלע באהערדע, כה לחי! און נאכער פאר מיר און פאר מיינע געספוילטע ברידער און שוועסטער אין פאלם טרי זאלן עס בעסער וויסן צו עפרישיעיטן…
Williamburg always had some rats but the current situation started during covid when they started to come out of the underground train stations looking for food. Boro park doesn't have any underground infrastructure. And once they got out they just found a new source of .kosher garbage and they must be really liking our food
אונז זעמער שוין ליידער געוואוינט צו דעםAllAboutAccess האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 01, 2024 5:36 pmנאכן נישט זיין אין וומסב״ג אויף א שבת/יו״ט פאר א לענגערע תקופה, בין איך געווען יעצט אויף די ערשטע טעג יו״ט.
וואס זאל איך אייך זאגן מיינע ברידער אין ניו יארק? די ראטן אלל אווער איז אזוי מין טעריבל! כ׳האב מיך אזאנס פארעקלט אז נאר… געמיינט האב איך קודם אז דאס איז נאר 3-4 פארטאגס נאכ׳ן סדר, נו שוין, אין א געווענליכע נאכט איז דאך די גאס גענצליך זייערס אזא צייט, נו וואס זענען זיי שולדיג אז די מענטשליכע ספישיס האבן באשלאסן צו אינוואדירן זייער וואוינארט… אבער וואו וואס ווען? דעם צווייטן טאג האב איך זיי שוין געזעהן אלל אווער אויפ׳ן וועג גייענדיג צום סדר, און דאן יו״ט בייטאג נאך די סעודה אזוי אין העלן טאג איז מיר איינער פארבייגעלאפן! פעעך!!
יו״ט ווען די וויליאמסבורגע גאסן זענען קע״ה איבערגעפילט מיט פילע משפחות כ״י, אלע פון גרויס ביז קליין אנגעטוהן טיפ טאפ און הערליך אויסשטאפירט און אויסגעצירט פראם טאפ-טו-באטטעם ווי ריכטיגע בני מלכים, האב איך מיך אזוי פארוואונדערט אינעם טראגיקאמישן סצענע וואו פרינצן און פרינצעסין פונעם עם הנבחר נעמען אזא פריצייטיגן חוה״מ שפאנציר אינעם ראטן טירגארטן וועלכע האט אזא טייערע ענטרי פרייז… וואס זאל איך אייך זאגן? ס׳איז פון די פלאי הבריאה…
צירוק קומענדיג קיין קר״י מוצאי יו״ט בערך 1-2 ביינאכט האביך די ערשטע מאל אויפגעפאסט דעם שארפן קאנטראסט (עכ״פ אין מיין געגנט, א גאר שטארק באוואוינטע מיט פילע קינדער-געבענטשטע משפחות קע״ה), די סיידוואקס זויבער (נאך 2 טאג יו״ט), די גארבעדזש הייזער אויסגעליידיגט פון גארבעדזש און אלע מיסטקאסטענס צירוקגעשטעלט!
פארוואס שרייב איך עס? קודם אלס ש׳כח פאר די לאקאלע באהערדע, כה לחי! און נאכער פאר מיר און פאר מיינע געספוילטע ברידער און שוועסטער אין פאלם טרי זאלן עס בעסער וויסן צו עפרישיעיטן…
דאכצעך מיר אויף בראודוועי איז דא א פעט-שאפ. אז דו גייסט שוין יא, אויב טרעפסטו דארט א ווייסע קעצל מיט העל בלוי שטרייפן, קויף מיר צוויי ביטע.
איך מיין זיי קומען לייגן די שווארצע באקס פלאס ווען עס וועט אריינקומען טויזענטער קאמפלענס א טאג און די סעים זיפ קאוד וועט מען אפשר אריין קוקען דערינען
א קאמפיין דער עולם זאל אריינרופן?דניאל אויערבאך האט געשריבן: ↑ מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 1:15 amזעה איך יעצט אין די נייעס אז מען האט געטראפן א שטיקל עצה צו די מגיפה פון ראטן, א געוויסע עקסטערמענעטער איז אויפגעקומען מיט א איידיע און שפריצט אריין אין זייערע לעכער די שעדליכע קארבאן מאנאקסייד, און די חברה פגר'ן אין די מאסן. כן יאבדו.
זיי טוען עס דערווייל נאר אויף געגענטער ווי עס איז זייער פארשפרייט און די קאמפלעינטס זענען זייער שטארק. (אפשר לוינט זיך צו קאמפלעינען...)
לויט ווי זיי זאגן, העלפט דאס כמעט מיט א 100% סוקסעס ראטע! די גאסן וואו מען האט עס שוין גענוצט זענען ממש ליידיג פון די קליינע חי'לעך.