יוצא מן הכלל ביי דאטיוו שאלה

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

זשוליאנע
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2023 8:00 pm

יוצא מן הכלל ביי דאטיוו שאלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זשוליאנע »

איך ווייס נישט וואספארא נאמען צו געבן דעם אשכול. אויב איינער האט א געדאנק, ביטע פארשלאגן. אדער א צווייטער קען עס טוישן אויב האט ער די מעגליכקייט.

איך ווייס נישט וויאזוי מסביר צו זיין די שאלה, וועל איך קודם פארלייגן א זאץ און נאכדעם מסביר זיין מיין ספק.

"איך פרעג די שאלה פון איינעם/איינער וואס קען זייער גוט גראמאטיק".

דאס ווארט איינעם/איינער קומט נאך א פרעפאזיציע, אבער 'איינער/איינעם' ברענגט מיט זיך נאך א זאץ "וואס קען זייער גוט גראמאטיק". אן די פרעפאזיציע וואלט איך געשריבן "איינער וואס קען זייער גוט גראמאטיק" ווייל עס איז דאמיניטיוו (אגב, איינער קען אפשר מסביר זיין אין אידישע ווערטער וואס מיינט דאמיניטיוו? ווייל איך ווייס נישט).

עכ"פ איז מיין ספק אויב דאס 'איינער/איינעם' הייסט א דאטיוו וויבאלד עס האט א פרעפאזיציע בעפאר, אדער איז עס דאמיניטיוו וויבאלד מען רעדט נאכדעם ווייטער פון דעם איינעם.

איך ווייס נישט אויב מיין שאלה איז קלאר. איך האב פרובירט דאס בעסטע וואס איך קען עס מסביר צו זיין.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: יוצא מן הכלל ביי דאטיוו שאלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך וואלט געניצט "איינעם", אבער מיר וועלן ווארטן פאר ר' @גרשון .
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: יוצא מן הכלל ביי דאטיוו שאלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

לכאורה אויב ווערט עס א דאטיוו שרייבט מען 'איינעם'.



א דימינוטיוו איז א קלענערער פארעם פון א זאך.
צב"ש, באנק; בענקל, טיש; טישל, שאנק; שענקל. און איז אייביג נייטראל.

כ'פארשטיי נישט פינקטליך וואו עס קומט אריין דא.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: יוצא מן הכלל ביי דאטיוו שאלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

נאמינאטיוו.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”