פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
American Dream
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

עס איז דא ערנסטע טשאנס אז די ריכטערין וועט ארויסטראסקענען די גאנצע קעיס
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7820
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

ס׳איז דא צװײ טענות װאס מ׳בדהאנדלט אײנס איז וואס טראמפ טאנעט אז ער האט געמעגט האלטן די דקאמענטען אין אױך אז אפ׳ ער מעג עס נישט האלטען איז עס א צעװילע מעטער אין נישט א קרימענאלע אין די רעגיראנג װאלט געדארפט ריפען טראמפ אין געריכט אין זיך אױסטעהנען פאר װעם ס׳געהערט
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
Scanner
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 8:51 pm

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Scanner »

American Dream האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 11:10 am
עס איז דא ערנסטע טשאנס אז די ריכטערין וועט ארויסטראסקענען די גאנצע קעיס
די פסק קען נאך זיין היינט?
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42328
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

Scanner האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 1:25 pm
American Dream האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 11:10 am
עס איז דא ערנסטע טשאנס אז די ריכטערין וועט ארויסטראסקענען די גאנצע קעיס
די פסק קען נאך זיין היינט?
.
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42328
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטערין האט דערווייל נישט געגעבן סיי וועלכע אנדייטונג איבער א דאטום ווען זי פלאנט אנצוהויבן די פראצעס
שניי ליעבהאבער
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 9:26 pm

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שניי ליעבהאבער »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 2:04 pm
ריכטערין האט דערווייל נישט געגעבן סיי וועלכע אנדייטונג איבער א דאטום ווען זי פלאנט אנצוהויבן די פראצעס
גייט זיין א פראצעס אדער קען זיין אז מ׳גייט עס ארויסווארפן נאך היינט?
אוועטאר
American Dream
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

American Dream האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 11:08 am
הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:49 am
טראמפ איז איצט ערשינען צו א פארהער אין געריכט אונטער פארמאכטע טיהרן
די פארהער איז איבער די עצם קעיס צו טראמפ האט געמעגט האלטן די דוקאמענטען וואס טראמפ טאנעט אז ער האט געמעגט האלטן די דוקאמענטען אלטס די פרעזידענטליכע רעקארד בעת וואס סמיט זאגט אז טראמפ האט עס נישט געמעגט האבן.

Screenshot_20240314-104859_Chrome.jpg
די ריכטערין איז געווען זייער סקעפטיש איבער די טענה פון טראמפ זאגענדיג אז דעס קענסטו זאגן פאר א דזשארי אבער נישט גענוג צו דיסמיסן די קעיס
לעצט פארראכטן דורך American Dream אום דאנערשטאג מארטש 14, 2024 3:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
American Dream
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

American Dream האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 10:54 am
טראמפ'ס לויערס האבן געפיילט א מאשעין צו דיסמיסן די קעיס אלטס סעלעקטיוו פראסיקיוטען צילוב וואס ביידען איז געלאזט געווארן גיין פריי אויף דו זעלבע קלאגעס וואס טראמפ ווערט אנגעקלאגט

סמיט האט אויף דעם גענטפערט אז טראמפ'ס קלאגעס זענען פיל הארבער צילוב טראמפ'ס דוקאמענטען זענען געווען אין א ערנסטע געפאר פון ארויסרינען אמעריקאנער סודות בשעת וואס ביידענס דוקאמענטען וואס זענען געליגן אין א גאראטש זענען געווען פארזיכערט פון פרעמדע הענד
אויף די טענה פון טראמפ האט יא די ריכטערין אויסגעקוקט היבש גענויגט אויף טראמפ'ס זייט צו דיסמיסן די קעיס אלטס סעלעקטיוו פראסיקיוטען פרעגענדיג סמיט צו עני אנדערע פרעזידענט איז שוין אמאל געווארן אנגעקלאגט מיט אזא קריים
Screenshot_20240314-130441_X.jpg
Screenshot_20240314-130441_X.jpg (317.08 KiB) געזען 4709 מאל
אוועטאר
American Dream
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 2:04 pm
ריכטערין האט דערווייל נישט געגעבן סיי וועלכע אנדייטונג איבער א דאטום ווען זי פלאנט אנצוהויבן די פראצעס
די היינטיגע הירינג אין געריכט איז בכלל נישט געווען איבער א פערצעס דאטום נאר איבער טראמפ'ס מאשענס צו ארויס ווארפן די קעיס

אפשר קומסטו טאקע אריין מיט א באריכט פון היינט ווייל איך זעה יעצט אז סי ען ען שרייבט אז די ריכטערין איז אויך געווען סקעפטיש איבער טראמפ'ס טענה פון סעלעקטיוו פראסיקיוטען
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42328
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

די ערשטע האלב פון די פארהער האט זיך קאנצעטרירט אויף די מאושען פון טראמפ וואס האט גע'טענה'ט אז די געזעץ אונטער וועלכע ער ווערט אנגעקלאגט איז אומקאנסטיטוציאנאל אומקלאר און ברייט

קענאן האט אויסגעדרוקט זארג אז ארויסווארפן זאפארט די קלאגע באזירט אויף אזא מאושען איז פריצייטיג און צו דערקלערן אז די געזעץ איז אומקאנסטיטוציאנאל קען זיין אן אויסארדנטליך

זי ווייזט אן אז איידער מען באפאסט זיך מיט אזעלכע פונדאמענטאלע פראגן איז צייט זיך צו קאנצעטרירן אויף פאקטן איבער וועלכע די צוויי זייטן זענען אומאיינשטימיג ווי צום ביישפיל אויב די טראמפ דאקומענטן ווערן פאררעכנט אלס פערזענליך פאר טראמפ

די צווייטע טראמפ מאושען האט געזוכט צו זאגן אז אין די צייט וואס א גרויס טייל פון די דאקומענטן זענען געווארן סארטירט צו ווערן אפגעליפטערט קיין מאר-א-לאגא איז ער נאך געווען פרעזידענט און עס געקענט מאכן אומקלאסיפיצירט אויף די אייגענע האנט אונטער די פרעזידענטליכע רעקארד'ס אקט און דעריבער איז די אויספארשונג נישט געווען אויסגעהאלטן פון די ערשטע מינוט און דעריבער דארפן אויך די אבסטראקשען קלאגעס ווערן ארויסגעווארפן

די ריכטערין האט אויך אויסגעדרוקט אינטערעסע איבער די צייט ווען די רעכט פאר טראמפ צו האלטן די דאקומענטן איז אויסגעלאפן און געזאגט אז לויט די טעאריע אין די אנקלאגע האט עס טראמפ געמעגט האלטן אלס פרעזידענט אבער עס ער איז געווארן אומאויטאריזירט מיטן ענדע פון זיין קאדענץ און זי האט געוואלט פארשטיין אויב די אומאויטאריזאציע גייט אריין אין קראפט די טאג וואס ער פארלאזט די ווייסע הויזטראמפ'ס אדוואקאט האט געזאגט אז מיט דאס וואס טראמפ האט זיי מיטגענומען מיט זיך האט ער עס דערקלערט אלס פערזענליך און די רעגירונג קען נישט איבערצייגן אז ער איז געווען אומאויטאריזירט דערצו אונטער די עספיאנאזש אקט

די צוויי זייטן האבן זיך ארומגעקריגט איבער די אפטייטש פון די ווארט "אומאויטאריזירט" און ריכטערין קענאן האט אויסגעקוקט איינשטימיג מיט די פראקורארן צו נוצן די לעקסיקאן דעפיניציע און געפרעגט פון די טראמפ אדוואקאט אז אויב זי ווארפט אפ זייער מאושען ווי אזוי ער וואלט אנגעוויזן פאר די דזשורי אפצולערנען די טערמין "אומאויטאריזירט"

פראקוראר דזשעי בריט האט אנגעוויזן אויף די רעקארדירונג פון טראמפ וואס זאגט אז אלס פרעזידענט קען ער דעקלאסיפיצירן די דאקומענטן ואוס צייגט אז ער האט געוואוסט אז מיטן איבערלאזן די ווייסע הויז האט ער פארליורן די רעכט

אנדערע מאושענס פארוואס ארויסצואווארפן די קעיס זענען אויך געווארן געפיילט און קענאן האט פריער אין וואך געגעבן א פארלענגערונג פון 10 טאג פאר די טראמפ טיעם צו קענען פיילן מער דאקומענטן אונטערצושטיצן זייער מאושען איידער זי אדרעסירט עס און דאס איז אויסער די אימיוניטי מאושען וועלכע ווערט נאך באהאנדלט אין סופרים קאורט

די טראמפ אדוואקאטן האבן ארגינעל געהאט געבעטן אז מען זאל אפליגן די פראצעסאויף נאך די וואלן אבער אצינד זאגן זיי אז אויב די ריכטערין האלט אז מען דארף יא פאראויסגיין פריער וואלטן זיי פארגעשלאגן עס אנצוהויהויבן ערגעץ אין אוגוסט אדער סעפטעמבער למספרם
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4454
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

הערליך, אזוי ווי נאר הבל קען!

שכוח עגעין!
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 952
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואל טאג »

ווען איך האב געפאלאוט די קעיס, איז מיר אויסגעקומען, אז אראפנעמען קלאסיפיקאציע העלפט נישט פאר טראמפ, וויבאלד דער געזעץ איז איבער האלטן נעשאנעל דעפענס, לאו דווקא איבער קלעסיפייד דאקומענטן

אבער אויב וויל איך מאכן סענס פון הכל הבל תגובה, טראכט איך אז די טענהריי אין געריכט איז געווען איבער די שפראך פון געזעץ - וואס שרייבט אז איינער וואס האט אומאוטאריזירטע פאזעשאן און ריטעינד עס ווילפולי איז עובר אויפן געזעץ - איז משמע פון די לשון אז עס דארף זיך אנהייבן מיט אומאוטאריזירטע פאזעשאן, און דאס האבן מעגליך די טראמפ אדוואקאטן געטענה'ט אז דא האט זיך עס נישט אנגעהויבן מיט אומאוטאריזירטע פאזעשאן
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42328
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטערין קענאן ווארפט ארויס די טראמפ מאושען צו דערקלערן די געזעץ אונטער וועלכע ער ווערט געקלאגט אלס אומקאנסטיטוציאנאל צוליב וואס עס איז אומקלאר און זייער ברייט

זי לאזט אפן די מעגליכקייט עס צו אדרעסירן שפעטער אבער איצט וויל זי עס נישט באטראכטן

איבער די אנדערע מאושען פון די פרעזידענטליכע רעקארדס אקט האט זי דערווייל נישט געאורטיילט
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג מארטש 14, 2024 5:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Scanner
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 8:51 pm

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Scanner »

.
לעצט פארראכטן דורך Scanner אום דאנערשטאג מארטש 14, 2024 6:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42328
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ווען טאד בלענטשע האט היינט געזאגט אין געריכט אז פרעזידענטן אנגעהויבן פון וואשינגטאן האבן אלע אהיימגענומען דאקומענטן אויף די אייגענע האנט האט קענאן רעאגירט זאגנדיג אז עס איז שווער צו זעהן ווי אזוי אזא ארגומענט פירט איר צו דיסמיסן די קעיס באזירט אויף די פרעזידענט רעקארד אקט און אז אזא טענה איז בעסער געאייגנט צו נוצן דורכאויס א פראצעס אדער ווען מען פארהאנדלט איבער דזשורי אינסטרוקציעס
ר' מטות
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 24, 2022 6:27 am

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' מטות »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 5:37 pm
ריכטערין קענאן ווארפט ארויס די טראמפ מאושען צו דערקלערן די געזעץ אונטער וועלכע ער ווערט געקלאגט אלס אומקאנסטיטוציאנאל צוליב וואס עס איז אומקלאר און זייער ברייט

זי לאזט אפן די מעגליכקייט עס צו אדרעסירן שפעטער אבער איצט וויל זי עס נישט באטראכטן

איבער די אנדערע מאושען פון די פרעזידענטליכע רעקארדס אקט האט זי דערווייל נישט געאורטיילט
לויט געזעץ עקספערטן קען דאס זיין א גרויסע טובה פאר טראמפ, ווייל אויב וועט ריכטערן קענאן צום סוף מסכים זיין צו דיסמיסען די קעיס, נאכדעם וואס מ'האט שוין אנגעהויבן די טרייעל און איינגעשוואוירן די דזשורי, וועט עס די גאווערמענט ניטאמאל קענען אפיעלן, משא"כ אויב וואלט זי ווען יעצט גלייך דיסמיסט די קעיס וואלט עס די גאווערמענט גלייך אפיעלט, און די אפיעלס קארט וואלט גאנץ זיכער צוריקגעשטעלט די קעיס.
די אמת'ע ווערדיקט וועט זיין עלעקשען נייט!!

מיין בליק אויף די אויסגאנג פון די טרייעל
אוועטאר
American Dream
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

אנדראו ווייסמאן רופט פאר סמיט אוועג צונעמען די קעיס פון ריכטער קענאן.
Screenshot_20240318-202353_X.jpg
Screenshot_20240318-202353_X.jpg (311.42 KiB) געזען 3275 מאל
Screenshot_20240318-234458_X.jpg
Screenshot_20240318-234458_X.jpg (253.69 KiB) געזען 3275 מאל
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42328
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טראמפ'ס אדוואקאטן מעלדן פאר ריכטערין קענאן אז ער און די אדוואקאטן גרופע וועלן נישט זיין אוועילעבל ביז שפעט אין מאי למספרם צוליב די פראצעס אין ניו יארק
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42328
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ביידע זייטן דארפן אריינגעבן ביז מארגן וואס זיי ווילן זאלן זיין די דזשורי אינסטרוקציעס

ריכטערין קענאן האט פארלאנגט צוויי סארט אינסטרוקציע ביישפילן פון יעדע זייט

איינס איז אין פאל זי באשטימט אז די רעגירונג דארף איבערצייגן פאר די דזשורי אז די רעקארדס וואס טראמפ האט געהאלטן באלאנגט פאר די רעגירונג

די צוויי סעט מיט אינסטרוקציעס איז אין פאל זי אורטיילט אז מען קען נישט צווייפלען אין טראמפ'ס רעכט צו באצייכענען די דאקומענטן אלס פערזענליך
אוועטאר
American Dream
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

סמיט נעכטן אין א פיילינג אין געריכט אטעקירט ריכטער קענאן פאר געבן א צד פאר טראמפ'ס טענה אז ער האט געמעגט האבן די דוקאמענטען.

סמיט שרייב אז די ריכטער האט נישט קיין קיין אנונג איבער די געזעץ אין פאקטן.
Screenshot_20240403-125500_Chrome.jpg
Screenshot_20240403-125500_Chrome.jpg (69.09 KiB) געזען 1997 מאל
Screenshot_20240403-130531_Chrome.jpg
Screenshot_20240403-130531_Chrome.jpg (159.68 KiB) געזען 1997 מאל
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4454
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

American Dream האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 1:11 pm
סמיט נעכטן אין א פיילינג אין געריכט אטעקירט ריכטער קענאן פאר געבן א צד פאר טראמפ'ס טענה אז ער האט געמעגט האבן די דוקאמענטען.

סמיט שרייב אז די ריכטער האט נישט קיין קיין אנונג איבער די געזעץ אין פאקטן.

Screenshot_20240403-125500_Chrome.jpgScreenshot_20240403-130531_Chrome.jpg
ער מעג יא
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
American Dream
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2024 5:37 pm
ריכטערין קענאן ווארפט ארויס די טראמפ מאושען צו דערקלערן די געזעץ אונטער וועלכע ער ווערט געקלאגט אלס אומקאנסטיטוציאנאל צוליב וואס עס איז אומקלאר און זייער ברייט

זי לאזט אפן די מעגליכקייט עס צו אדרעסירן שפעטער אבער איצט וויל זי עס נישט באטראכטן

איבער די אנדערע מאושען פון די פרעזידענטליכע רעקארדס אקט האט זי דערווייל נישט געאורטיילט
די ריכטערין ווארפט ארויס די צווייטע מאושעין פון טראמפ צו דיסמיסן די קעיס מיט די טאנה אז טראמפ האט געמעגט האבן אין דיסקוואליפיצירן די דוקאמענטען געבויט אויף די פרעזידענטליכע רעקארדס אקט
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42328
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטערין קענאן באשטימט אפריל 9 למספרם אויסצוהערן טייל מאושענס געפיילט דורך טראמפ'ס מיטגעקלאגטע

טראמפ האט שוין געהאט געזאגט אז ער וועט נישט קענען זיין דארט צוליב די קעיס אין ניו יארק און ווי עס שיינט פלאנט קענאן אויסצוהערן דערווייל די טענות פון די אנדערע אין די צייט וואס טראמפ קען נישט קומען
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42328
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

ריכטערין קענאן אורטיילט אין שטיצע פון ספעשל קאונסעל דזשעק סמיט מאושען אז ער אל מעגן פארדעקן אידענטיטעטן פון רעיגונרג עדות אין די קעיס

קענאן שטעלט אבער קלאר אז סמיט וועט דארפן באזונדער בארעכטיגן און איבערצייגן די געריכט אויף יעדע איינציגע נאמען וואס ער וויל האלטן פארהוילן אז עס איז טאקע וויכטיג
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 42328
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: פעדעראלע טראמפ דאקומענטן פראצעס - בלויז נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טראמפ בעהט פון קענאן אפצולייגן דעדליינס אין די קעיס זאגנדיג אז איינע פון די אדוואקאטן איז פארנומען מיט די בעפארשטייענדע פראצעס אין ניו יארק און א צווייטע אי אריבער א מעדיצינישע פראצעדור
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”