Re: פעדעראלע טראמפ פראצעס - בלויז נייעס
טראמפ ווערט רעפרעזענטירט דורך זיינע אדוואקאטן
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
אין די לעצטע טאג האט די ריכטערין געבעטן פון די ריכטער צו קומען צוגעגרייט צו אדרעסירן אויך די פראגע איבער א פראצעס דאטוםהכל הבל האט געשריבן: ↑ דינסטאג יולי 18, 2023 11:28 amפארהער גייט זיך אנהויבן אום זייגער 2הכל הבל האט געשריבן: ↑ מאנטאג יולי 17, 2023 6:00 pmמארגן דינסטאג דינסטאג פארקומען די ערשטע פארהער אין די פארט פיערס געריכט פארנט פון ריכטערין קענאן וועלכע נעמט אן א מער ערנסטע ראלע אין די קעיס
די פארהער איז באשטימט צו באהאנדלען די פראצעדור פון באלאנסירן צו באשוצן סענסיטיווע אינפארמאציע אין די צייט פון דיסקאווערי ווען די רעגירונג דארף מיטטייילן זייערע באווייזן מיט די טראמפ טיעם
איינע פון די גרויסע פראגן וועלכע הענגן אין די לופט איז ווען און ווי אזוי קענאן גייט באהאנדלען די קאנקורירנדע פארלאנגען פון די צוויי זייטן איבער ווען אפצוהאלטן די פראצעס און עס איז נישט קלאר אויב קענאן וועט שוין מארגן אדרעסירן די פראגע
three new felony chargesישראל_הלוי האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יולי 27, 2023 6:28 pmסמיט פיילט א 60 בלעטער הוספה צום אינדייטמענט מיט אסאך פרישע קלאגעס אויף טראמפ.
קארלוס דע אליווערע ערשיינט איצט
געקומען אין באגלייטונג פון א די סי באזירטע אדוואקאט און פארלאנגט מער צייט צו קענען באקומען עימיצן פון פלארידא
די פארהער ווערט גערופן א גארסיא פארהער אין וועלכע די אנגעקלאגטע ווערט געווארנט איבער די ריזיקע פון האלטן אן אדוואקאט וועלכע פארטרעט אנדערע אנגעקלאגטע אדער געוויסע עדות און ווערט רעקאמענדירט צו נעמען אדוואקאטן וועלכע טוען פארטרעטן בלויז אים אויסשליסליך אין די קעיסהכל הבל האט געשריבן: ↑ מיטוואך אוגוסט 02, 2023 12:30 pmסמיט וויל א פארהער איבער א מעגליכע קאנפליקט אוו אינטרעס פון סטענלי וואודווארד וועלכע פארטרעט וואלט נאוטא
זיי זאגן אז עס זענען פארהאן 3 מענטשן וועם די רעגירונג פלאנט צו רופן אלס עדות אין די קעיס און וואודווארד פלעגט רעפרעזענטירן געוויסע פון זיי און טוט נאך אצינד פארטרעטן געוויסע