איי אין קאנאדע אדער אין א”י איז עס ביליגער? טאף לאק, גיי נוץ עס דארט.
ווען א איד עפענט א געשעפט פאר א סערוויס וואס איז דא גאר א גרויסע דימענד און איז בכלל נישט אין די קאטאגעריע פון ברויט און פוטער מעג ער אויך אהיים גיין מיט אסאך געלט (אויב דאס איז די מציאות) ער מעג אויך לעבן פונקט ווי דער עושר וואס האט געפליפט לעצטענס א בילדונג אין די נארט’ס און געריטן... אויפן קונה.
זייט ווען הייסט עס אז מ’רייט אויפן ציבור ווען קיינער הייסט דיר נישט אהין גיין און דו האסט דיסיידעד אז דו ברויכסט די סערוויס. איי דו האסט נישט קיין עקסעס? נא, דאס איז נישט זיין פראבלעם. ער האט קאפוויי פון פירן א ביזנעס, רענט, פעיראלל, איי טי און זיין פראפיט און ער איז ענטייטעלד צו מאכן געלט. יא אזוי ווי איר הערט! ביסט אים מקנא - כאילו ס’איז דא פארוואס - קענסט אים נאכמאכן און אויך שארן גאלד.
אויב משום איזה סיבה האט איר אפגעשניטן אייער עקסעס אינדערהיים מיינט נאכנישט אז יענער ברויך אייך געבן עקסעס פאר וויפיל איר האט באשטומט. איי אירמוזטעס האבן? נו נו ער איז נישט אייער שבת גוי און אויב יא לאזט ער זיך באצאלן דערפאר.
מ’האט פשוט פארגעסן די בעסיק כללים פון לעבנסוויכטיגע סערוויסעס ווס. עקסטרעס. איך ווילן איינעם שרייען אז די מילכיגע רעסטעראנטס רייטן אויפן ציבור פאר א פשוטע פרישטאג. ערב יוד, איר האט טענות נאר צו אייך אליין, גייט אהיים און עסט א היימישע וועטשערע.
@בן כלבא דאס אז ס’עפענט זיך יעדן טאג נייע קיאסקן מיינט זילטש אז מ’שארט גאלד. ס’איז פשוט א מיינד סעט ביי אונז אז ווען מ’חלום’ט אז יענער מאכט געלט לויפט מען טוען די זעלבע. עיין עמעזאן, ריעל עסטעיט, אירזדשענט קעיר’ס, קאוויד, ABA און נאך. ס’איז פשוט אין אונזער זשינס...
איך האב גארנישט קעגן ביזנעסער וואס מאכן געלט. פארקערט איך בין א הייסע קאנסערוועטיוו און אויב וועט די רעגירונג אנהייבן מאכן רעגולאציעס אויף קיאסקס וועל איך הייזעריג ווערן פון שרייען אויף די זינלאזע מהלך פון אינטערדריקן א דעמאקראטישע קאפיטאליסטישע עקאנאמיע.
מיין ווייטאג איז אויף די מציאות, וואס קיינער לייקנט נישט, איבער די היימישע מהלך פון אויסניצן די פאקט אז די היימישע ציבור מוז צוקומען צו די היימישע סערוויסעס און בעטן אבנארמאלע פרייזן וואס מאכן נישט קיין סענס בלויז מיט'ן אויסגעדראשענע טענה אז 'קיינער צווינגט דיך נישט' ס'איז נישט קיין ברויט און מילך' (ווי כאילו ביי ברויט און מילך שטימען יא די חשבונות).
צו ער מעג? אוודאי מעג ער. צו ער איז א חיה רעה? איך וועל איינגיין אז נישט. ער איז א ביזנעסמאן. צו ער רייט אויפ'ן ציבור'ס ערליכקייט? יא. און דאס איז וואס איך זאג.
די זעלבע זאך איז מיט היימישע גראסעריס, אמת איך מוז נישט קויפן קיין טשאקלאד, איך מוז נישט קויפן קיין קענדיס פאר מיינע קינדער, איך פארשטיי אז איך בין א איד און קען נאר עסן כשר'ס וואס איז געהאסטעדשד ביי עטליכע דיסטריבעטערס. אמת, איך קען מאכן א שבת ארדער בלויז פון ברויט און שמן זית, אבער די מציאות איז אז די היימישע ביזנעסלייט נעמען עדווענטעדזש פון די היימישע עולם.
די זעלבע זאך מיט קליידונג, וואס דארטן קען מען טאקע גיין קויפן ערגעץ אנדערש אויך, וואס הייבט אויף די וויי געשריי פון וחי אחיך עמך.
די זעלבע זאך איז מיט היטן, שטריימלעך, אתרוגים, מקוה, וכו' וכו', אלעס מעג מען, און דאס מיינט א געזונטע סיסטעם, ס'נעמט אבער נישט אוועק די פאקט אז מ'רייט אויפ'ן ציבור.
ווער איז מחליט וויפיל געלט איינער מעג מאכן אז עס זאהל הייסן רייטן אויפן ציבור ?
יונה פויגלהאט געשריבן:↑זונטאג יוני 11, 2023 8:56 pm
מ'רעדט נישט דא צו מ'מעג ע"פ הלכה צו נישט, און אפי' נישט אז 'אויב מאכט ער צופיל געלט, דארף איך עם אונטערהאקן' די שמועס איז, אז די בעלי הקיאסקן רייטן אויפן ערליכן ציבור, וויסנדיג אז זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה, און פילן זיך אן זייערע טאשן נישט פראפארצינעל, פשוט ס'איז נישט מענטשליך, וואס'א חילוק צו איך דארף עס יא צו נישט, וואס רייטסטו אויפן ציבור וואס האט נישט קיין אנדערע ברירה
ווען ס'וועט זיך עפענען א נעץ פון קיאסקן אין די היימישע געגנטער, וואס וועלן בעטן נידריגע פרייזן, אביסל מער ווי ס'קאסט עם עס אויסצוהאלטן, וועלן אלע בעלי קיאסקן אראפגיין מיט די פרייזן, וועלנדיג די עולם זאל קומען צו זיי? אוואדע נו, איז אויב יעצט וואס האט זיך נאכנישט געטראפן דער צדיק אין סדום וואס זאל דאס טון, איזעס מצדיק די אלע בעלי קיאסקן צו בעטן צודרייטע פרייזן?
אדער וועט זיך האלב פון די קיאסק זיך צומאכן ווייל די בעלי בתים וועלן זאגן אז עס לוינט זיך נישט צו האלטן אויפן, און די אנדערע וואס וועלן יא בלייבן אויפן וועלן צוריק ארויפגיין מיט די פרייז
משגיח תמידיהאט געשריבן:↑מאנטאג יוני 12, 2023 12:27 pm
יונה פויגלהאט געשריבן:↑זונטאג יוני 11, 2023 8:56 pm
מ'רעדט נישט דא צו מ'מעג ע"פ הלכה צו נישט, און אפי' נישט אז 'אויב מאכט ער צופיל געלט, דארף איך עם אונטערהאקן' די שמועס איז, אז די בעלי הקיאסקן רייטן אויפן ערליכן ציבור, וויסנדיג אז זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה, און פילן זיך אן זייערע טאשן נישט פראפארצינעל, פשוט ס'איז נישט מענטשליך, וואס'א חילוק צו איך דארף עס יא צו נישט, וואס רייטסטו אויפן ציבור וואס האט נישט קיין אנדערע ברירה
ווען ס'וועט זיך עפענען א נעץ פון קיאסקן אין די היימישע געגנטער, וואס וועלן בעטן נידריגע פרייזן, אביסל מער ווי ס'קאסט עם עס אויסצוהאלטן, וועלן אלע בעלי קיאסקן אראפגיין מיט די פרייזן, וועלנדיג די עולם זאל קומען צו זיי? אוואדע נו, איז אויב יעצט וואס האט זיך נאכנישט געטראפן דער צדיק אין סדום וואס זאל דאס טון, איזעס מצדיק די אלע בעלי קיאסקן צו בעטן צודרייטע פרייזן?
אדער וועט זיך האלב פון די קיאסק זיך צומאכן ווייל די בעלי בתים וועלן זאגן אז עס לוינט זיך נישט צו האלטן אויפן, און די אנדערע וואס וועלן יא בלייבן אויפן וועלן צוריק ארויפגיין מיט די פרייז
נאכדעם וועלן די קאמפלעינערס צוריקקומען שרייען היתכן מ'רעכענט זיך נישט מיט די קאסטומערס און מ'שטעלט נישט צו גענוג קיאסקן
בעסטע חברהאט געשריבן:↑מאנטאג יוני 12, 2023 1:33 am
אויב מעג איך אביסל פארדרייען די שמועס, פארוואס ביי שטריימלעך, היטן, עסן, תפילין בייטלעך, ציצית, וכו' פארשטייסטו אז עס איז איבערגעטריבענע פרייזן? אבער דא האבן זיי די פילע רעכט צי ווערן מיליאנערן אויפן חשבון פונעם ציבור!
רעדסט צו מיר? איך האלט אז די אלע זענען נישט קיין איבערגעטריבענע פרייזן, אלע פון די זאכן האבן א געזונטע קאמפעטישאן און דאך פארקויפט קיינער נישט פאר ביליגער.
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
בעסטע חברהאט געשריבן:↑מאנטאג יוני 12, 2023 7:50 pm
ליידער איז אינטערנעט באנוץ היינט צוטאגס, כמעט א מוז. אין היות מען האט אנגענומען אז אינטערנעט אינדערהיים איז אסור, גייט עס אריין אינעם זעלבן גדר ווי שטריימל, היטן, וכו' וואס איז בעצם אויך נישט קיין מוז, אדרבה הייב די אן גיין מיט א דאשיק...
אט אזוי, גענוי ווי די לינקער ליבעראל. איך וועל אפמאכן מיינע שיטות און דערנאך ברויכסטו מיר צושטעלן אלעס לויט מיינע געברויכן, אויב נישט ביסטו א ראסיסט.
דו האסט דיסיידעד אז דו ווילסט נישט נישט האבן קיין אינטערנעט אינדערהיים פאר וואטעווער סיבה און יעצטברויךדער קיאסק דיר עס צושטעלן פארביליגאויב נישט איז ער א טאשן שניידער און ער רייט אויפן ציבור.
איך און דו קענען צענדליגע מענטשן וואס רירן נישט צו אינטערנעט באיזה אופן ווייל זיי ווילן טאקע נישט און זוכן נישט קיין התירים. דו האסט דיסיידעד צו טאנצן אויף ביידע חתונות, סיי צו פאלגן די פסק אז אינטערנעט איז אסור ווען סאיז נישט לצורך פרנסה (גראדע דיין קומען אויף אייוועלט איז אויך א וויילעישאן...) און אויך נישט צו האבן אינדערהיים אזוי ווי אסאך רבנים האבן געבעטן אבער נאכדעם ווילסטו אויך טועם זיין א ביסל פון די באקוועמליכקייטן וואס דער געוועב שטעלט צו אבער ווילסט דאך נישט עס האבן אינדערהיים, סאו איז דער קיאסק שולדיג...
בן כלבא שבועהאט געשריבן:↑זונטאג יוני 11, 2023 9:39 pm
ענטפער מיך וויפיל מאל דו האסט געדארפט שיקן א אימעיל דעי חודש. איך וועל נעמען א געסס אז די שרייבסט יעצט פון א פאון מיט אנליין עקסעס און דו און דיין ב''ב קענען ערלעידיגן וואס מ'דארף (עכ''פ די וויכטיגע זאכן) פון דיין פאון. לייג דיך אריין אין די שיך פון א פארפאלק מיט בלויזע פליפ פאונס.... נע, זיי זוכן סתם שוואויל טאג, דו דארפסט א קאמפיוטער מיט א פילטער? וועסטו צאלן, מארגן גיי איך ארויף די פרייז, מוזט מיך נישט ניצן.
דארפן דארף מען גארנישט. דארפסט סך הכל האבן ליפט צו אטעמען און וואסער צו טרינקען און א סוכה צו שלאפן. די מציאות איז אז יעדער דארף היינט צוטאגס צוקומען צו אנליין עקסעס איינער מער און איינער ווייניגער. און זיי האבן נישט ווייל זיי ווילן זיין ערליך. אז א פרוי אדער אינגערמאן וויל אריינשיקן א רעפערל צו א דאקטאר און זיי האבן פינף דאלער אין טאש אנשטאט זעקס און ביים גויאישן קיאסק קענען זיי פארן זעלבן סכום האבן א שעה און פיפצן מינוט עקסעס (!) און צוליב זייער אידישקייט דארפן זיי יעצט לויפן אין באנק ארויסנעמען נאך א דאלער איז עס געריטן אויפ'ן ציבור. (אנטשולדיגט פארן זיין אזוי דראמאטיש, אבער יו געט די פוינט.)
צען יאר צוריק האט מען נישט אזוי וויכטיג געדארפט אינטערנעט, און צוואנציג יאר צוריק האט מען נישט געדארפט קיין סעלפאנס (און היינט דארף מען טעכניש אויך נישט) און פיפציג יאר צוריק האט מען דורכגעלעבט די זומער אן עיר קאנדישאן. (שטעל דיך פאר עיר קאנדישאנס דארף ווען א הכשר היינט צוטאגס...סארא לוקסוס, אז דו דארפסט, צאל.)
מיין פוינט אין איין ווארט, אויב שרויפסטו ארויף די פרייז ווייל איך בין א איד און איך קען/מעג נישט נעמען די וויכטיגע סערוויס פון א צווייטן איז עס אביזרייהו דרשעות.
איך קום נישט אריין אין בילד דא. דאס אז איך האב מיר צוגעוויינט צו נוצן טעקנאלעזשי 24/6 און כ’בין געווארן געספוילט אז איך נוץ אויס יעדע מין פראגראם פארן טאג טעגליכן לעבן ווי מ’קען נאר, מיינט נאכנישט אז מ’קען נישט לעבן אן דעם. ס’איז פשוט א געוואוינהייט פון לעבן גרינגער אנשטאט שווערער.
כ’קען נאך גענוג קאפעל’ס וואס האבן נישט קיין אימעיל אדרעס און האבן קיין אהנונג ווי אזוי מ’נוצט א קאמפיוטער... אינטערנעט איז נישט קיין מוז היינט פאר די וואס ווילן עס נישט. זיי לעבן און גייען אן כאילו לא הי’.
יעצט אז געוואוסע ווילן טאנצן אויף ביידע חתונות, איינס מיט א היטל אז כ’האב ב”ה נישט קיין עקסעס... און פון די צווייטע זייט וועלן ערלעדיגן זאכן אויפן געוועב, ווערט עס נישט קייןמוזלכבוד דעם. ס’איז סך הכל א זאך וואס דו ווילסט אבער דו ווילסט עס נישט האבן אין טאש אדער אינדערהיים. נו, יענער ברויך דיר עס נישט צושטעלן און אהיים גיין בלויז מיט גענוג געלט צו קויפן א טונא סענדוויטש פאר נאכטמאל. ער גיבט דיר א סערוויס - קלאר נישט קיין זאך וואס איז א הכרח - און ער וויל אויך זיין א פארברעכער און מאכן אפאר (לויט געוויסע) אומלעגאלע גרינע גרייצער...
וועגן די ארויפשרויפן די פרייזן וואס דו רעדסט, ס’קיינמאל נישט געווען קיין סאך ביליגער. ס’האט זיך אנגעפאנגען בערך ביי $9-10 פון אנפאנג.