קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
דער מצב איז שוין אימדערטרעגליך!!
יעדן טאג מיט א פרישע אדווערטייזמיט אז א קיאסק האט זיך געעפענט.. שוין באלד דא מער קיאסקן ווי ראטן... זיי עפענען זיך ווי שוואמען נאך א רעגן!
דער גרעסטער חורבן פון א קיסאק איז, אז אמאל האט א פרוי געוויסט אז אויב זי וויל קויפן עפעס אנליין, אדער בעט זי א שבת גוי אדער קויפט מען נישט! יא דער עולם איז אמאל געווען סאך ווייניגער אין מיטן גיין שאפינג אנליין, טוט זיך א געקויפאכץ מרעדט שוין נישט פון דעם אז סשלעפט ארויס געלט פון די טאשן פון די מענער.. ווען א פרוי גייט שאפינג א ווייסע זונטאג קומט זי אהיים מיט גארנישט... דא וואקט מען אריין אין קיאסק ממאכט זיך באקוועם און מפאנגט אן גיין שאפינג.. מספענד אין די הויזן און שוין...
סאיז חוץ פון דעם וואס די פרייזן זענען איבערגעטריבן הויעך!! נישט קיין ווינדער אז יעדע דריטע מענטש עפענעט א קיאסק... משארט געלט פארוואס זאל יענער נישט מעגן...
וואטעווער די נושא איז ווייטאגלעך! דער עולם ווערט געבעטן אריין צוקומען אויסשרייען זייער וויי געשריי, שטייטצעך אז אויב איינער וויל פארטיידיגען די קיאסקן, איז מאור דען וועלקאם!