Re: אנשיקעניש האלט אן! קיאסקן וואקסן אויף הייווען אין די וויליאמסבורגע גאסן!
וואס גייט פאר מיט ענק ?? אפשר זאל מען עפענען א אשכול
"אנשיקעניש דירות וואקסן אויף הייווען אין ווילימסבורג!!"
"אנשיקעניש גראסעריס וואקסן אויף הייווען!!"
וואס גייט פאר מיט ענק אנשאט זיך פרייען אז טויזענטער אינגעלייט אין ווייבלעך האבן נישט קיין קאמפיוטער אין שטוב אין האבן נישט קיין אינטענעט אויפן טעלעפון מיט אינטענעט אין פאלגן די רבנים אין גייען מיט טירחה אריבער צו א פלאץ מיט א שטרענגע פילטער. אין אנשטאט ווי אנדרערע ליידער וואס זיצן מיט די אינטערנעט אינדערהיים אין זענען עדיקטעט אין מאכן חרוב זייער שטוב. אפשר איז דאס אן אנשיקעניש.
א מין גירעדאכצט דאס!
יא צענדליגער קאפלס האבן חתונה יעדע וואך אין פונקט ווי מען דארף דירות אין גראסעריס דארף מען אויך ערלעדיגן וויכטיגע זאכן אנליין ווי די היינטיגע וועלט גייט. אין אפילו ער קוקט אביסל כשרע נייעס איז מה כל הרעש נאך אלץ בעסער ווי האבן אינטערנעט אין טאש. אין יא מדארף ארויפקוקן אויף דעם אין סאיז א מוראדיגע לימוד זכות אויף כלל ישראל אז דער פארלאנג ווערט מער.. ממנו ילמדו!!