טעסט צו פארמיידן א הארץ אטאקע ח"ו?
די אלע זאכן קומען געווענליך פון פארשטאפטע אדערן, צומאל פון הויכע קאלעסטראל און צומאל פון הויכע בלוט פרעשור, דער מענטש גייט ארום כאחד האדם און אן קיין שום ווארענונג פאסירט די אומגליק ה"י.
היינט איז א וועלט פון פרעווענשאן. מען וועט מאכן קאלאנאסקאפי טעסטס וכדו' כדי צו פארמיידן יענע מעשה. אינטערעסאנט אבער אז ווען עס קומט צו הארץ אטאקעס, וואס איז איינע פון די גרעסטע גורמים פון שטארבן, איז כמעט נישטא קיין טעסטס צו וויסן בעפאר און פארמיידן די אומגליקן.
וויפיל מאל לייענט מען א מעשה אז איינער איז אריין אין שפיטאל פאר א געוויסע סיבה, און נאכן מאכן געוויסע טעסטן האט מען געזען אז נאך א מזל ער איז געקומען יעצט אין שפיטאל, ווען ער קומט ווען אפאר שעה שפעטער וואלט שוין חלילה געווען פאטאל ה"י.
פארוואס קען מען נישט מאכן לכתחילה אזעלכע טעסטס, בפרט העכער א געוויסע עידזש? איז בכלל דא א מעגליכקייט דערצו? ווען איך גיי צום דאקטאר פאר מיין יערליכע טשעקאפ וועט ער מיר נעמען די טעמפעראטור און מעסטן מיין בלוט פרעשור וזהו. צומאל וועט מען מאכן א EKG (איך זאג עס גוט?) אויף די הארץ אבער דאס איז נישט די ריכטיגע טעסט צו טעסטן פארשטאפטע אדערן!
עכ"פ אויב ווייסט איינער וואו מען קען זיך טשעקן און מקדים זיין רפואה למכה צו מאכן א אונץ פון פרעווענשאן, ביטע מודיע זיין.
א ייש"כ גדול.