מוכשר MP3 דעווייסעס (סאטמאר מהרי"י)
מיט גרויס פרייד און דערלייכטערונג האָבן טויזנטער אנ״ש ובמיוחד די פילע טויזנטער עלטערן וועלכע ציטערן פאַר׳ן עתיד דורותיהם אויפגענומען די בשורה טובה אין די לעצטערע טעג אַז
על פּי פקודת הקודש פון רועינו הנאמן עמוד האש ההולך לפני מחנה ישראל הוד כ״ק מרן רבינו שליט״א
איז אַהערגעשטעלט געוואָרן דער שפּאָגל-נייער
״מוכשר זיגל״
דורכ׳ן ״ועד משמרת״ ד׳סאטמאר שע״י קהלתינו ומוסדותינו הק׳
אויף אַ ריי MP3 דעווייסעס
צו מאַכן זיכער אַז די סאָרט כלים וואָס דרייען זיך ביי די קינדער און בחורים זענען הונדערט-פּראָצענט אויסגעהאַלטן און קענען נישט האָבן קיין שום צוטריט צו קיין שום שעדליכע אינהאַלט ח״ו.
די פּאָזיטיווע דורכברוך טוט נאָכפאָלגן לאַנגע חדשים אַרבעט וואו מ׳האָט אַריינגעלייגט כוחות עצומות, אויפ׳ן פאַרלאַנג און פּערזענליכער פּקודת הקודש פון רבינו שליט״א, מיט די פירמעס און געשעפטן, צו מאַכן זיכער אַז ס׳איז פאַרהאַן אַן אויסוואַל פון עטליכע סארט רעקארדערס און עם.פּי.טרי. פּלעיערס פון גוטע קאָמפּאַניס וואס האבן דעם טראָסטבאַרן ״מוכשר״ חותם כשרות פון ״ועד משמרת״.
אין די יעצטיגע טעג איז שוין ב״ה דאָ צו באַקומען די נייע דעווייסעס אין די געשעפטן, אז דער ציבור זאל קענען זיך באניצן מהיום והלאה בלויז מיט די כלים מיט די ריכטיגע אפּגעהיטנקייט אן קיין שום טעכנאלאגישע פּראבלעמען און נאכווייען בעזר ה׳.
עלטערן זייט פאָרזיכטיג
מאַכט זיכער אַז אייער קינד האָט נישט קיין שום סאָרט MP3 פּלעיער וואָס האָט נישט דעם ״מוכשר״ זיגל פון ״ועד משמרת ד׳סאטמאר״!
ברוך שהחיינו וקיימנו לזמן הזה — ועשית משמרת למשמרתי!
- אטעטשמענטס
-
- מוכשר 1.jpg (219.53 KiB) געזען 2487 מאל
-
- מוכשר 2.jpg (229.09 KiB) געזען 2487 מאל
אויף אימעיל און נישט אויף סאושעל מידיא
מערכת סאטמאר אימעיל
https://mailchi.mp/satmarinfo/signup
קרית יואל וואכנשריפט
https://landing.mailerlite.com/webforms/landing/d2u9j5