פאראידישטע לשון הקודש ווערטער

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

פאראידישטע לשון הקודש ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

די אנגענומענע כלל איז צו שרייבן מיט א שטרעכל, צום בייישפיל גנב'ענען, טענה'ן, חזר'ן וכו'.
(גראדע כאפ איך נאכנישט פינקטליך די חילוק פארוואס מ'שרייבט גנב'ענען מיט ענען און טענה'ן און חזר'ן בלויז מיט'ן 'ן).

יעצט צו מיין שאלה צו די חשוב'ע בקיאים דא, ווען מ'שרייבט לדוגמא תלמוד תורה'ס, רבי'ס, קען זיך עס ליינען אויף צוויי וועגן,
ד.ה. אין שטאט xxx זענען פארהאנען צוואנציג תלמוד תורה'ס (לשון רבים), אבער עס קען זיך אויך ליינען די צוואנציג תלמוד תורה'ס (s') טראנספארטאציע סיסטעם האט זייער שיין מצליח געווען,
אין אנדערע ווערטער, וואס טוט מען ווען די 'ס, ווען עס איז מוכרח צוליב לשה"ק/אידיש, קען זיך ליינען סיי ווי דעם ענגלישן s און סיי ווי דעם s' ?

איך האף איך בין גענוג קלאר...
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק

דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: פאראידישטע לשון הקודש ווערטער

תגובה דורך יחליצך »

ספרניא האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 4:49 pm

שרייב: דעם רבי'נס הוט.
צומאל דארך מען טאקע אויסדרייען דעם זאץ: די טראנספארטאציע סיסטעם פון צוואנציג תלמוד תורה'ס האט זייער שיין מצליח געווען.
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5239
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובה דורך גרשון »

אזוי ווי יחליצך זאגט, אסאך מאל קען איין ווארט האבן צוויי באדייטן. רוב מאל קען מען זיך פארלאזן אויפ'ן קאמען סענס פונעם ליינער אז ער וועט פארשטיין, אבער אין פאל ס'איז נישט קלאר דארף מען טאקע עפעס ארומדרייען.

גנב'ענען איז אן אויסנאם. אלע אנדערע ווערטער איז ריכטיגער אן דעם צוגעלייגטן -ענ.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

Re: פאראידישטע לשון הקודש ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

יחליצך האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 6:07 pm

דאס איז שוין אן עקסטערע שאלה, צו ביי די ווארט רבינס קומט די שטרעכל נאך די י אדער נאך די נ

טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: פאראידישטע לשון הקודש ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 6:47 pm
אזוי ווי יחליצך זאגט, אסאך מאל קען איין ווארט האבן צוויי באדייטן. רוב מאל קען מען זיך פארלאזן אויפ'ן קאמען סענס פונעם ליינער אז ער וועט פארשטיין, אבער אין פאל ס'איז נישט קלאר דארף מען טאקע עפעס ארומדרייען.

גנב'ענען איז אן אויסנאם. אלע אנדערע ווערטער איז ריכטיגער אן דעם צוגעלייגטן -ענ.
ס'טייטשט, ס'איז בגניבה...
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: פאראידישטע לשון הקודש ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 6:47 pm
גנב'ענען איז אן אויסנאם. אלע אנדערע ווערטער איז ריכטיגער אן דעם צוגעלייגטן -ענ.
און מוטשענ עןנישט?
די וואס שרייבן וואלקנס, און ליגן אנשטאט ליגנט, וועלן גאנץ זיכער שרייבן גנב'ען און מוטשען, ניין?
אז מ'רעדט שוין, פארוואס האבן חסידיש, חרדיש, ספרדיש, ישיביש, משכיליש, פריציש, וכדו' פארלוירן דעם אויבערשטרעכל?
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5239
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: פאראידישטע לשון הקודש ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מוטשען איז ריכטיגער. מ'קען אויך שרייבן גנב'ען, אבער איך מיין רוב וואלטן נישט אזוי געשריבן.

וואלקנס איז אויך דער ריכטיגער אויסלייג, גלייך ווי שטעקנס. ליגן איז דאס ריכטיגע ווארט, אבער איך מיין היינט שרייבט כמעט יעדער ליגנט. חוץ אפשר מעלות.

ביי רוב פון די ווערטער וואס דו רעכנסט אויס לייגט מען יא א שטריכל. חוץ אפשר חסידיש, און אויך ציוניסטיש. פארוואס? א קשיא.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
העלאוקיטי
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 01, 2023 10:16 pm

תגובה דורך העלאוקיטי »

ספרניא האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 7:27 pm
יחליצך האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 6:07 pm

שרייב: דעם רבי'נס הוט.
צומאל דארך מען טאקע אויסדרייען דעם זאץ: די טראנספארטאציע סיסטעם פון צוואנציג תלמוד תורה'ס האט זייער שיין מצליח געווען.
דאס איז שוין אן עקסטערע שאלה, צו ביי די ווארט רבינס קומט די שטרעכל נאך די י אדער נאך די נ
איך פארשטיי נישט דיין שלה אוודאי נאך די י, רבי איז א ווארט, און די נ ס איז צוגעלייגט
אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

Re: פאראידישטע לשון הקודש ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

העלאוקיטי האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 7:59 pm

מ'לייגט נישט קיין שטרעכל אינמיטן א ווארט
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק

דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
אוועטאר
העלאוקיטי
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 01, 2023 10:16 pm

Re: פאראידישטע לשון הקודש ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלאוקיטי »

ספרניא האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 8:05 pm
העלאוקיטי האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 7:59 pm
ספרניא האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 7:27 pm
יחליצך האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 6:07 pm

שרייב: דעם רבי'נס הוט.
צומאל דארך מען טאקע אויסדרייען דעם זאץ: די טראנספארטאציע סיסטעם פון צוואנציג תלמוד תורה'ס האט זייער שיין מצליח געווען.
דאס איז שוין אן עקסטערע שאלה, צו ביי די ווארט רבינס קומט די שטרעכל נאך די י אדער נאך די נ
איך פארשטיי נישט דיין שלה אוודאי נאך די י, רבי איז א ווארט, און די נ ס איז צוגעלייגט
מ'לייגט נישט קיין שטרעכל אינמיטן א ווארט
נו, לייגט מען די שטרעכל נאך די י, מ'לייגט עס נאך די ווארט רבי
אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

Re: פאראידישטע לשון הקודש ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

רבי'נס?
איז עס אינמיטן די ווארט
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק

דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: פאראידישטע לשון הקודש ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

גרשון האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 7:26 pm
מוטשען איז ריכטיגער. מ'קען אויך שרייבן גנב'ען, אבער איך מיין רוב וואלטן נישט אזוי געשריבן.

וואלקנס איז אויך דער ריכטיגער אויסלייג, גלייך ווי שטעקנס. ליגן איז דאס ריכטיגע ווארט, אבער איך מיין היינט שרייבט כמעט יעדער ליגנט. חוץ אפשר מעלות.

ביי רוב פון די ווערטער וואס דו רעכנסט אויס לייגט מען יא א שטריכל. חוץ אפשר חסידיש, און אויך ציוניסטיש. פארוואס? א קשיא.
חרד'יש אדער חרדי'ש? און על צד האפשר נישט: חסיד'יש אדער חסידי'ש? פארוואס?
וואס איז מיט גלחישע קליידער?
פארוואס נישט מיישב זיין בדוחק אז אלע דערמאנטע קומען נישט מיט קייו שטריכל?
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: פאראידישטע לשון הקודש ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

ספרניא האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 8:05 pm
העלאוקיטי האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 7:59 pm
ספרניא האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 7:27 pm
יחליצך האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 6:07 pm

שרייב: דעם רבי'נס הוט.
צומאל דארך מען טאקע אויסדרייען דעם זאץ: די טראנספארטאציע סיסטעם פון צוואנציג תלמוד תורה'ס האט זייער שיין מצליח געווען.
דאס איז שוין אן עקסטערע שאלה, צו ביי די ווארט רבינס קומט די שטרעכל נאך די י אדער נאך די נ
איך פארשטיי נישט דיין שלה אוודאי נאך די י, רבי איז א ווארט, און די נ ס איז צוגעלייגט
מ'לייגט נישט קיין שטרעכל אינמיטן א ווארט
וואס?
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

Re: פאראידישטע לשון הקודש ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

יחליצך האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 10:38 pm

לויט ווי איך האב געלערנט (און איך לערן זיך נאכאלץ) די כללים אין אידיש, שטופט מען אפ אין אזא פאל דעם שטרעכל ביזן סוף פונעם ווארט
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק

דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5239
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: פאראידישטע לשון הקודש ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ס'איז אביסל א שוואכער כלל דער שטריכל דא, ממילא אויב דו גלייכסט מער די אלע ווערטער אן דעם שטריכל קען איך נישט זאגן ס'איז אומריכטיג. ציוניזם שרייבט קיינער נישט ציונ'יזם.

בנוגע צי פאר דעם י' אדער נאך דעם י', איז דא אין דעם א שטיקל מחלוקת צווישן די שרייבערס. איך האב אנגענומען אז ס'קומט פארדעם, ווייל דער -יש דא איז דא אידישער סופיקס. נעמליך, אין אידיש נעמט מען דאס ווארט ספרד פון לשון קודש, און מ'לייגט צו דעם סופיקס -יש, כאטש אין לשון קודש וואלט מען אויך געשריבן דעם י' (ספרדי אדער ספרדית).

אן אויסנאם איז מעגליך מזרחי'סטיש. אפשר אויך חרדי'ש.

רבי'נס אדער רבינ'ס איז קאמפליצירט. אויף למעשה שרייב איך רבי'נס, אויב איינער וויל וויסן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: פאראידישטע לשון הקודש ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

גרשון האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 10:47 pm

פארוואס זאל עס זיין מער לעגיטים ווי געגנבעט?
גרשון האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 10:47 pm
בנוגע צי פאר דעם י' אדער נאך דעם י', איז דא אין דעם א שטיקל מחלוקת צווישן די שרייבערס. איך האב אנגענומען אז ס'קומט פארדעם, ווייל דער -יש דא איז דא אידישער סופיקס. נעמליך, אין אידיש נעמט מען דאס ווארט ספרד פון לשון קודש, און מ'לייגט צו דעם סופיקס -יש, כאטש אין לשון קודש וואלט מען אויך געשריבן דעם י' (ספרדי אדער ספרדית).
אן אויסנאם איז מעגליך מזרחי'סטיש. אפשר אויך חרדי'ש.
און טראץ די גג-על-גג קושיות, מחלוקת'ער, און אויסנאמען, איז דיך עס ליבערשט אזוי ווי איידער צו באזייטיגן די שטרעכלעך ביי אלע ענליכע?
גרשון האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 10:47 pm
רבי'נס אדער רבינ'ס איז קאמפליצירט. אויף למעשה שרייב איך רבי'נס, אויב איינער וויל וויסן.
וואסערע קאמפליקאציע? די נ' און ס' זענען ביידע צוליב אייגנטימערשאפט.
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5239
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: פאראידישטע לשון הקודש ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פארוואס מער לעגיטים? איך האב נישט קיין תירוץ. אבער אזוי טוען מענטשן.

וועלכע גג על גג קשיות?

דער נ' פון רבי'נס איז צוליב דאטיוו אדער אקוזאטיוו, נישט וועגן אייגנטימערשאפט. אזוי ווי דער טאטע, די מאמע, אבער צום טאטן און צו דער מאמען, אזוי אויך דער רבי און צום רבי'ן.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: פאראידישטע לשון הקודש ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

גרשון האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 11:50 pm
פארוואס מער לעגיטים? איך האב נישט קיין תירוץ. אבער אזוי טוען מענטשן.
פארלעסליכע מענטשן האבן דוכט זיך 1 מהלך (נישט איך; כ'שרייב דאך שעכט-הויז, אבער גע'שח'טן...)
גרשון האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 10:47 pm
וועלכע גג על גג קשיות?
*גג-על-גג קושיות, מחלוקת'ער, און אויסנאמען:
" ביי רוב פון די ווערטער וואס דו רעכנסט אויס לייגט מען יא א שטריכל. חוץ אפשר חסידיש, און אויך ציוניסטיש. פארוואס? א קשיא "
" אן אויסנאם איז מעגליך מזרחי'סטיש. אפשר אויך חרדי'ש "
" בנוגע צי פאר דעם י' אדער נאך דעם י', איז דא אין דעם א שטיקל מחלוקת צווישן די שרייבערס "
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5239
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: פאראידישטע לשון הקודש ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 15, 2023 12:13 am
איך פערזענליך לייג א שטריכל ביי די אלע. איך האב נאר געזאגט אז מ'קען עס נישט אינגאנצן אוועקמאכן אלס אומריכטיג, וויבאלד אסאך טוען אזוי. ווילסט דווקא איך זאל זאגן ס'איז גרייזיג? מסכים. ציוניזם שרייב איך אן א שטריכל, ווייל ציונ'יזם שטעכט אין די אויגן. מסתמא וואלט איך אזוי געטון אויך ביי אנדערע לשון קודש'דיגע ווערטער מיט'ן -יזם סופיקס. קען זיין ס'איז נישט אויסגעהאלטן, אבער נאך אלץ טו איך אזוי.

מזרחי'סטיש און חרדי'ש זענען אויסנאמען מיט עפעס אנדערש. דאס האט זיך באצויגן צו דער פראגע צי דער שטריכל קומט פאר דעם י' אדער נאך. אויף דעם האב איך געענטפערט אז נארמאל קומט עס פארדעם, וויבאלד דער י' איז נישט לשון קודש. חוץ אפשר די צוויי ווערטער, ווייל מזרח און חרד זענען נישט עכט קיין לשון קודש'דיגע ווערטער, נאר דאס ווארט איז מתחילה מזרחי און חרדי.

רבי'נס איז שלא מן הענין.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4191
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 15, 2023 2:21 pm

איך לייג א שטריכל ביי אלע נאכ'ן י', ווייל עס איז נאך אלץ א לשה"ק'דיגע ווארט מיט דעם י'. ביי ציוניזם טאקע נישט.

חרדי קומט מסתמא פון 'חרד לדבר ה׳' (וואס טוט מען טאקע ווען ווערטער צווישן אויבערשטריכלעך ענדיגן זיך מיט א שטריכל, לייגט מען צוויי?), און מזרחי שטאמט זיכער פון מזרח, פונקט ווי ספרדי פון ספרד.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4191
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: פאראידישטע לשון הקודש ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

ספרניא האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 4:49 pm
די אנגענומענע כלל איז צו שרייבן מיט א שטרעכל, צום בייישפיל גנב'ענען, טענה'ן, חזר'ן וכו'.
(גראדע כאפ איך נאכנישט פינקטליך די חילוק פארוואס מ'שרייבט גנב'ענען מיט ענען און טענה'ן און חזר'ן בלויז מיט'ן 'ן).

יעצט צו מיין שאלה צו די חשוב'ע בקיאים דא, ווען מ'שרייבט לדוגמא תלמוד תורה'ס, רבי'ס, קען זיך עס ליינען אויף צוויי וועגן,
ד.ה. אין שטאט xxx זענען פארהאנען צוואנציג תלמוד תורה'ס (לשון רבים), אבער עס קען זיך אויך ליינען די צוואנציג תלמוד תורה'ס (s') טראנספארטאציע סיסטעם האט זייער שיין מצליח געווען,
אין אנדערע ווערטער, וואס טוט מען ווען די 'ס, ווען עס איז מוכרח צוליב לשה"ק/אידיש, קען זיך ליינען סיי ווי דעם ענגלישן s און סיי ווי דעם s' ?

איך האף איך בין גענוג קלאר...
בכלל, ווען מ׳וויל יא שרייבן איבער צוואנציג תלמוד תורה׳ס וועט מען שרייבן, תלמוד תורה׳ס, תלמודי תורה׳ס, תלמוד תורות, אדער תלמודי תורות?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5239
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: פאראידישטע לשון הקודש ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מזרחי איז א קירצונג פון מרכ ז רו חנ י. ס'האט גארנישט צוטון מיט מזרח, כאטש ס'איז מעגליך א ווערטער-שפיל מיט דעם.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: פאראידישטע לשון הקודש ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

היסטאריש האט געשריבן: זונטאג יוני 25, 2023 2:08 pm
ספרניא האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 4:49 pm
די אנגענומענע כלל איז צו שרייבן מיט א שטרעכל, צום בייישפיל גנב'ענען, טענה'ן, חזר'ן וכו'.
(גראדע כאפ איך נאכנישט פינקטליך די חילוק פארוואס מ'שרייבט גנב'ענען מיט ענען און טענה'ן און חזר'ן בלויז מיט'ן 'ן).

יעצט צו מיין שאלה צו די חשוב'ע בקיאים דא, ווען מ'שרייבט לדוגמא תלמוד תורה'ס, רבי'ס, קען זיך עס ליינען אויף צוויי וועגן,
ד.ה. אין שטאט xxx זענען פארהאנען צוואנציג תלמוד תורה'ס (לשון רבים), אבער עס קען זיך אויך ליינען די צוואנציג תלמוד תורה'ס (s') טראנספארטאציע סיסטעם האט זייער שיין מצליח געווען,
אין אנדערע ווערטער, וואס טוט מען ווען די 'ס, ווען עס איז מוכרח צוליב לשה"ק/אידיש, קען זיך ליינען סיי ווי דעם ענגלישן s און סיי ווי דעם s' ?

איך האף איך בין גענוג קלאר...
בכלל, ווען מ׳וויל יא שרייבן איבער צוואנציג תלמוד תורה׳ס וועט מען שרייבן, תלמוד תורה׳ס, תלמודי תורה׳ס, תלמוד תורות, אדער תלמודי תורות?
תלמודי תורה מיינעך איז ריכטיג.

כ'וואלט אבער געבליבן ביי תלמוד תורה'ס.
אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

Re: פאראידישטע לשון הקודש ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

גוי'שע שכנים, אדער גוי'אישע?

דרש'ענען אדער דרשנ'ען?
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק

דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18031
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: פאראידישטע לשון הקודש ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ספרניא האט געשריבן: מאנטאג יוני 26, 2023 7:02 am
גוי'שע שכנים, אדער גוי'אישע?

דרש'ענען אדער דרשנ'ען?
גוי'אישע,
דרש'ען
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”