Re: ר’ יונתן שווארץ קומט אריין קלאר! (וועגן שידוכים, און נאך...)
איך מיין אז עס הערשט דא א צומישעניש ווען @געדענקסט נאך האט געשריבן מיטל קלאס פארדינער, מיינט ער נישט וואס די רעגירונג רופט אן, נאר אידן וואס ב"ה זיי פארדינען שיין, צו אין די ס"ה חשבון קומט אריין פראגראמען צו עס גייט ארויס טעקסעס איז נישט נוגע, מען רעדט פון ס"ה נומבער, און פאר די אידן וואלטן ווען געהאט א חיים טובים, מיט די פרנסה וואס דער באשעפער האט זיי באשערט, קומט ליידער אריין די היינטיגע חתונה סטאנדארטס, וואס נעמט א שיינע עושר און דרייט אים איבער פאר א נצרך לבריות ח"ו, און עס וואלט זיך שוין לאנג אויפגעהערט פשוט אלץ אין רוב הציבור יכול לעמוד בה, דא קומען אריין אונזערע חסד ארגאניזאציעס וואס געבן ארויס הלוואות וכו', און עשירים וואס טיילן צדקה, ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט די צדקה געגאנגען צו די אמת'ע ארימעלייט, און די פועל יוצא איז אז דער אזויגערופענער מיטל קלאס דרייט עס טאקע צום סוף דורך, אבער די ארימאן בלייבט א מיעוט, איז עס שוין נישט אין רובהציבור יכול לעמוד בה, און זיי ווערן ליידער געטאוסט.VZQ האט געשריבן: ↑ זונטאג יאנואר 21, 2024 12:37 amאה מען מעג נאר העלפן די אלע וואס מאכען 80k א יאר אין האבן אלע פראגראמען פוד סטעמפס וויכ וואיטשערס סעקשן 8 וכדו' אבער ווען איינער מאכט 150 אדער אפילו 250k אין מאכט חתונה וואס אפילו מיט פרדס פיגא סטייל קאסט עס אמגיטע מאה אלף אין בר מצווה אן א פענצי קידוש א שבת פארדעים קאסט שוין היינט א 16-17k, אויב מהעלפט זיי איז א חרבן איום נורא????? סתם געהאגט. די זענען די גרעסטע רחמנות צאלען 60-70k taxes אליינס, קרח מכאן וקרח מכאן נעבעךווערים האט געשריבן: ↑ זונטאג יאנואר 21, 2024 12:26 amאמת אבער דאך ווי מער מענטשן זאגן עס און ווי מער מענטשן הערן עס קען עס אויפטוהןגעדענקסט נאך האט געשריבן: ↑ מוצ"ש יאנואר 20, 2024 10:23 pmדברים ידועים ומפורסמים לכל. גארנישט מחדש און גיבט נישט קיין שום סעלושען.טראגער האט געשריבן: ↑ פרייטאג יאנואר 19, 2024 4:57 amר' יונתן מיט א תכליתדיג'ע סאלושען איבער די ברענענדיגע פראבלעם מען זאל נישט ארעם ווערן ביים חתונה מאכן מיט די היינטיגע נארישע הוצאות, און מען וועט עס קענען דורכפירן נאר אויב גמחי''ם און קרנות נעמען זיך צוזאם אז מען העלפט נאר ווער עס פאלגט אויס גיידליינס פון ספענדען.
https://drive.google.com/file/d/1E2zoi3 ... p=drivesdk
און אז מרעדט שוין.... מיינעך לפי דעתי העני והדל אז די אלע וואס גיבן פאר אזאלכע צוועקן דהיינו זיי ווייסן אז מ’גייט ארום פאר אן אזויגערופענע בעלבאטישע איד וואס מוז מאכן א פענסי חתונה און יענער איז נישט אזא איינער וואס איז געווען אמאל אן אמתע עושר זענען ידם דמים מלאו סהייסט בכלל נישט קיין צדקה נאר אדרבה זיי רודפן די ציבור
די זעלבע מיט די אלע וואס מיינען אז זיי העלפן די פשוטע ציבור דורכן טיילן חלוקות פאר מיטל קלאס פארדינער זיי מיינען אז זיי טוען א טובה אבער באמת איז עס א געוואלדיגע חורבן נורא ואיום ואין כאן מקומו להאריך
(די זעלבע איז ביי אנדערע סטאנדארטס ווי גיין אין קאנטרי, וואוינען אין טייערע הייזער וכו' אבער יעצט רעדן מיר וועגן חתונה מאכן וועלן מיר נישט מישן)