טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ח (ענדע) ארויף]

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2697
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ז "א שבת נאכמיטאג שפאציר" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

געוואלדיג!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ז "א שבת נאכמיטאג שפאציר" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

זייער שיין.

די בעסטע צייט צו גיין באזוכן די אלטע שולן אין צפת איז שבת פארטאגס, ווארום און רוב שולן דאוונט מען ותיקין/גאר פרי, און דעמאלטס קען מען זעהן די שולן ארגינעל אן קיין טוריסטן.

איך האב געהאט אגב די זעלבע געפיל ביי די בת עין שוהל, כ׳מיין אז ס׳איז היינט א געהעריגע ספרדישע שול.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17444
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

לכאורה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 10:34 pm
וואס וויל דער עולם טאקע, פורים אדער צפת? (כ'ציטער צו קלערן אז ביידע נישט...)
צפת איז דאך א ספק מוקף חומה.. ליינט מען ביידע..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ז "קידושא רבא" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

אוראייניקל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 10:05 am
לכאורה האט געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2024 10:34 pm
וואס וויל דער עולם טאקע, פורים אדער צפת? (כ'ציטער צו קלערן אז ביידע נישט...)
צפת איז דאך א ספק מוקף חומה.. ליינט מען ביידע..
יא יא, און ווי גרויס איז שוין די חילוק צווישן צפת מיט פורים…
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ז "א שבת נאכמיטאג שפאציר" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

לכאורה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 12:20 am
קאפיטל י"ז - א שבת נאכמיטאג שפאציר

האבן מיר געמוזט אפשטעלן מענטשן איינס נאך איינס און פרעגן וואו מען קען טרעפן די שול פונעם בת עין. רוב מענטשן זענען געווען געסט פונקט ווי אונז און האבן נישט געוואוסט,
אין צפת ווען א גאסט שטעלט אפ איינעם פרעגן דירעקציעס צו אן ארט איז דא בלויז צוויי סארט תשובות וואס מען קען קריגן,
אדער 'סליחה אני לא מפה'
אדער 'סליחה אני לא פה כלל'...

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]

און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ז "א שבת נאכמיטאג שפאציר" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

הערליכע ארטיקל, גאר געשמאק אראפגעלייגט דעם צפת.. ווארט מיר שוין צו זען וויאזוי איר'ט אראפ לייגן די קרליבך הבדלה..
לאמיר האפן העסט עס מער אפשוינען ווי דעם שוויץ... אויאויאוי

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]

און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5951
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע:מ'וואנדערט

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ז "א שבת נאכמיטאג שפאציר" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

שששששש....
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2753
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ז "א שבת נאכמיטאג שפאציר" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

לכאורה האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 1:24 pm
אויב איך שרייב נישט עפעס אין דעם אשכול, ווער איך נחסם?

---
געשטאנען ביים עמוד (וואו דען?) און געשפירט ווי דער עמוד רוישט... געמיינט אז אין בעיסמענט קומט פאר קאנסטראקשאן אדער וואס
נחסם זיין וועט מען דיר פארן נישט שרייבן און דעי אשכול......
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ז "א שבת נאכמיטאג שפאציר" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לכבוד מוצאי שבת, לאמיר פרובירן שרייבן דעם מוצאי שבת קאפיטל. אויף ווידערזען אי"ה
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ז "א שבת נאכמיטאג שפאציר" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

זאלעך מיר אויפהאלטן?

וואס איז די פלאן אויף ווייטער?

[email protected]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ח "מוצאי שבת, זונטאג און אהיים!" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאפיטל י"ח - מוצאי שבת, זונטאג און אהיים!

צוויי מינוט בעפאר ניין אזייגער ביינאכט איז געווען דער זמן מוצאי שבת פון רבינו תם, מיר האבן געבענטשט פון שלש סעודות אביסל פריער כדי צו קענען זיין תיכף ביים זמן אין די קארליבאך שול וואו מען שמועסט איז דער עפי-צענטער און קלימאקס פונעם צפת'ער מוצאי שבת. ר' ארחיקה איז נישט געקומען מיט אונז, ווייל זיין צינדער און די ציגארעטלעך אין שאכטל האבן שוין געווארט אויף די שטיגן אינעווייניג ביים טויער פון הויז איבער פיר און צוואנציג שעה און ער האט זיי נישט געקענט מער לאזן עלנד אליין. כפי השמועה האט ער אריינגעכאפט צוויי גאנצע שטיק בעפאר ער האט זיך דערזען אין שול.

דערווייל בין איך מיט'ן דריטן שותף פאראויסגעגאנגען, אראפ די שטיגן הארט נעבן אונזער אכסניא וואס פירט צום אונטערגעסל אין אלטשטאט, וואו מען באגעגנט זיך תיכף ומיד מיט דעם קליינעם עקזאטישן קארליבאך שול. אונזער ערשטע אנטוישונג ביים אריינטרעטן דערין, איז געווען צו זען א ריזיגע מדינת ישראל פאן פלאטערן ביי איינע פון די ווינקלען פון שול, העכער די עזרת נשים [די עזרת נשים איז אויפ'ן זעלבן שטאק, הינטער א מחיצה]. ווייזט אויס אז מיר זענען אנגעקומען עטוואס פרי, ווייל דער ציבור דארט האט זיך נאכנישט געיאגט צו מעריב. דער 'שיינער איד' וואס דארף אנגעבליך אויסקוקן עטוואס ווי שלמה קארליבאך (עכ"פ דעם פאוני-טעיל פארמאגט ער), איז געזעצן אויף צפון-מזרח און זיך אונטערגעזינגען פארשידענע זמירות פון שלש סעודות אדער סתם אזוי, ביז דער זייגער האט געקלאפט זמן רבינו תם (פרעג מיך נישט פארוואס זיי ווארטן אויף רבינו תם).

דאן האט ער זיך אויפגעשטעלט און צוגעגאנגען צום עמוד (מעגליך ער האט אנגעטון א טלית), און פארגעדאוונט מעריב. תיכף נאך מעריב האט זיך אנגעהויבן די הבדלה צערעמאניע. כידוע האט קארליבאך די לענגסטע נוסח אויף הבדלה, ווען אויסער די פסוקים פון הנה קל ישועתי וכו' ריקן זיי אריין גאנצע מזמורים און פיוטים, און סתם אזוי ניגונים על דא ועל הא, ווען אלעס מישט זיך צונויף אין איין גרויסע טשאלענט קוגל וואס רופט זיך "קארליבאך הבדלה". דער 'שיינער איד' האט זיך צוגעשארט צום טישל וואס לאנט זיך אן אויף די מחיצה פון עזרת נשים, פילייכט כדי די פרויען זאלן בעסער קענען הערן און יוצא זיין די ברכות (הגם ער האט געהאט א מייק; אפשר ביי די ברכות נישט? גיי געדענק).

אלס הכנה און הקדמה צו הבדלה, הייבט מען אן מיט פארשידענע ווארעמע און לעבעדיגע ניגונים פון שלמה קארליבאך, צו וואס דער גאנצער עולם רעאגירט מיט געגועים און טענץ - לויט'ן ריטעם. דער עולם איז שרעקליך קאלירפול, עטליכע אזוי הויך אזש זייערע אויגעלעך שוועבן און די מיילער רעדן אומצוזאמגעקלעבטע רייד. א שיינע פראצענט פונעם ציבור איז געסט, צווישן זיי האבן מיר דארט געטראפן אפאר באקאנטע אדער האלב באקאנטע. בכלל, פון אזויפיל ארומשפאצירן לענגאויס צפת דורכאויס שבת, האט מען זיך שוין יעצט אנגעהויבן באגריסן מיט ווילד פרעמדע וועמען מען האט ערגעצוואו באגעגנט אינמיטן טאג און בא'גוט-שבת'ט.

עטליכע שטייען דארט מיט רעקארדירונג אפאראטן און כאפן אפ דעם סצענע לעבעדיג (מיר האבן אין באזיץ א ווידיאו ווי מיר געפינען זיך דארטן...), בשעת רוב אנדערע זענען אריינגעטון אין די ניגונים, וועלכע ווערן געזינגען מיט די מיילער און אונטערגעשפילט דורך א גיטאריסט וועלכער זיצט הארט נעבן דעם הבדלה מאכער. ווען דער הבדלה מאכער איז אנגעקומען צו בורא מאורי האש, האט ער נישט פארגעסן פון די פרויען אין ווייבער שול וועלכע ווילן אויך זאגן די ברכה סמוך ונראה צום פלאם, און האט אריינשפאצירט דערמיט צו זייער אפטיילונג.

מיר האבן די גאנצע צייט נישט אינזין געהאט יוצא צו זיין דארטן, ווייל מיר האבן ב"ה געהאט אייגענע הבדלה צוגעהערן אין די דירה, און פארוואס הערן פון א צווייטן ווען מען קען דאס אליינס מסדר זיין. אבער צום סוף זענען מיר גענצליך ארויסגעלאפן פון דארטן, און אפילו נישט אויסגעווארט ביז'ן ענדע. אנגעהויבן האט זיך עס ווען איינער פון אונז האט אנגעהויבן מעורר זיין א חשש אז צווישן די גרויסע קול זמרה, הערט זיך אויך א שטיקל קול באשה פון הינטער'ן מחיצה. מיר האבן דאס נישט גענומען ערנסט, נישט גלייבנדיג אז די נשים צדקניות זאלן הייבן די שטימעס אין געגנווארט פון מאסן מענער. למעשה איז דער חשש געווארן העכער און שטערקער, און אין די רגע איך האב מרגיש געווען אז יא, דאס איז עס, האבן מיר אלע דריי געהויבן פיס און אנטרינען פון שטח...

עס מוז נישט זיין אז יעדע וואך קומט דארט פאר אזא חציפות, און מעגליך האט עס צוטון מיט'ן דערמאנטן פאקט אז גאר אסאך סעמינארן האבן זיך געפינען אין שטאט ערב דעם זומער וואקאנץ, און יענע מיידלעך זענען פשוט געווען אין קאנטרי גיסטע. מיר זענען נישט געלאפן ביז אונזער דירה, נאר געבליבן אין גאס עטוואס ארויפציר, וואוהין עס האט נאר געגרייכט דער קול פון די מיקראפון און מוזיק און נישט פון די באגלייטנדע נשים כאר. דארט אויפ'ן גאס זענען מיר געווען עטוואס צעלאזט און געכאפט א רקידה ביז קארס האבן געפיפן אז זיי ווילן דורכפארן... שפעטער זענען מיר ארויף צו די דירה, און פון די פארטש וואס איז אפן צו יענע זייט גאס האבן מיר ווייטער געקענט מיטהאלטן דעם גאנצן צערעמאניע, און וויבאלד א קול גייט אויף ארויף, האט מען דארט זייער שארף געקענט הערן אלע קולות, און טאקע געדארפט פארמאכן אלע פענסטער און טירן צו פארמיידן די קול ענות אנכי שומע.

אונזערע געסט, די דריי ליטוואקן וואס זענען איבערגעשלאפן אויבן אויפ'ן שטאק העכער אונז, זענען אויך געווען אין די דירה ביי הבדלה, און באלד נאך הבדלה האבן מיר זיך אויסגעשטעלט פאר א פאמיליע בילד, און דאן האבן זיי זיך צוזאמגעפאקט און מיר האבן זיך אפגעזעגנט. פאר אונז אליינס איז אויך נישט געבליבן צופיל צייט צו פארשווענדן, ווייל עס איז געווען אפגעשמועסט אז א דרייווער קומט אונז אפנעמען קיין מירון און פון דארט צום לופטפעלד. מיר האבן זיך צוזאמגעכאפט אלע זאכן, זיך האלב איבערגעטון וואכנדיג צו זיין גרייט אויף די לאנגע נסיעה וואס וועט זיך ענדיגן זונטאג מיטאג, אבער דאך געבליבן אויסערליך שבת'דיג צו קענען מתפלל אין מירון ווי נארמאלע מענטשן. [איך האב אנגעטון די ווייסע זאקן אויף די שווארצע, אז נאך מירון זאל איך קענען געבן א טו אויס די ווייסע זאקן און זיין גרייט צו גיין. למעשה האט זיך ר' ארחיקה אראפגעשטעלט פאראייביגן אין בילדער די געהויבענע מאמענטן אין מירון ווען איך שטיי הינטער'ן קאר ביים אפענעם טראנק און ראול אראפ די ווייסע זאקן און עס אנטפלעקן זיך די שווארצע פון דערונטער].

מיר האבן זיך צוזאמגעפאקט עטוואס אין איילעניש, הערנדיג אז דער קאר איז שוין אט דא אונטן, און טאקע ווען דער קאר האט זיך שוין אנגעהויבן דערווייטערן פון אכסניא האב איך זיך דערמאנט אז איך האב עפעס פארגעסן אויבן... אינדערפרי ווען איך בין צוריקגעקומען פון די מקוה, האב איך געגעבן א לייג אראפ מיין פריוואטע האנטוך אויף אזא 'סטענד' אין דיינינג רום נעבן דעם ליווינג-רום, און וויבאלד עס איז נישט געווען אין מיין שלאף צימער האב איך דאס פארזען ביים איינפאקן די רענצלעך, און דער באליבטער האנטוך וואס האט מיך באגלייט עטליכע יאר אין די קאנטרי, און דאן אין אוקריינע און אויפ'ן תשפ"ב נסיעה, איז ליידער געבליבן אין צפת איינזאם אליין אין אן אכסניא... עס איז מיר נישט געווען גענוג ווערד צו בעטן דעם דרייווער זיך אויסצודרייען דערפאר, און אויסערדעם איז דא אן ענין אז מען זאל נישט צוריקגיין צו א דירה עפעס נעמען נאכדעם וואס מען איז שוין ארויס דערפון על דעת אוועקצופארן. (עס האט א לעבל מיט מיין נאמען און טעלעפאון נומער, אבער דערווייל האט זיך קיינער געמאלדן דערמיט...)

אונזער יעצטיגער דרייווער הייסט מאטי (איר געדענקט דעם כלל וואס מיר האבן אראפגעשטעלט פריער אין טאגבוך? יעדער דרייווער דארט הייסט עפעס מיט א מ"ם...). מיר זענען אלע אין א גוטע גוסטע נאך אזא געהויבענעם שבת, און מיר האלטן זיך אונטער צווישן זיך און מיט'ן דרייווער. איך האב געגעבן א כאפ פון פרידזשידער אזעלכע קליינע יאגורטלעך וואס ר' ארחיקה האט געקויפט פרייטאג אינדערפרי און קיינער האט דאס דערווייל נישט געגעסן, און דאס האב איך געגעסן אויפ'ן וועג קיין מירון. אויך האב איך גענומען פון די סאדע און דזשאמפ וואס איז איבערגעבליבן אין אכסניא, זייענדיג גאר נזהר אין בל תשחית... ביז'ן אנקומען אין לופטפעלד איז שוין נישט געווען קיין שריד ופליט פון אלע צידה לדרך וואס מיר האבן מיטגענומען. (וואס טוט זיך מיט מלוה מלכה? איך געדענק נישט מיר זאלן זיך האבן געוואשן ערגעצוואו. אפשר האט מען יוצא געווען מיט מזונות, אדער האט מען אינזין געהאט זונטאג ביי פרישטאג אדער מיטאג [ווען מיר האבן זיך אויך נישט געוואשן...] אז דאס זאל זיין במקום מלוה מלכה).

דער דרייווער האט אונז געזאגט אז ער האט די שליסלעך צו א מקוה אין מירון - אין פאל מיר ווילן כאפן א טבילה דארט (ער זאגט אז יעדע מאל ער וויל כאפן א טבילה, פארט ער אריבער פון צפת קיין מירון, ווייל דארט האט זיין שוואגער א פריוואטע מקוה). מיר האבן זיך נישט צוגעכאפט דערצו, זינט מיר האבן זיך ב"ה גע'טובל'ט יענעם אינדערפרי. אונטערוועגנס צווישן צפת און מירון זענען מיר אדורכגעפארן קענטליכע פלעצער, ווי דער קבר פון ר' יהודה בר אלעאי און אנדערע, וואו איך האב באזוכט א יאר פריער ביי מיין ערשטע נסיעה קיין א"י. יעצט זענען מיר נישט ארויס פון קאר צו קיין שום מקום קדוש, און אויך אין מירון זעלבסט זענען מיר נישט אין ערגעץ צוגעגאנגען, סיידן צו רשב"י.

מיר זענען אנגעקומען קיין מירון 11:45 ביינאכט. זייענדיג אן ערפארענער דרייווער, האט ער אונז צוגעפירט גאר נאנט צום ציון הקדוש, און צוגעוויזן פאר ר' ארחיקה וואו ער קען ארויפגיין אלס כהן. עס איז געווען אפגעשמועסט אז מען גייט קענען רואיג מתפלל זיין אין מירון, און מען גייט בכלל נישט יאגן, אבער למעשה האבן מיר געמוזט זיין אין לופטפעלד אין א באשטימטע צייט און מיר האבן נישט געקענט דארט פארברענגען מער ווי ארום איין שעה. איך געדענק נישט וועלכע קאפיטלעך תהלים איך האב דארט געזאגט, צי פון צ' ביז ק"ז כנהוג, אדער האב איך שוין אריינגעכאפט צו זאגן דעם "ליום ראשון" אנשטאט זונטאג... דאס יא, איך בין געווען עטוואס געשטערט דורך א וואנזיניגער היימישער וועלכער האט זיך געשטעלט פונקט פארנט פון מיר און מיר צוגעשטעלט אונטערהאלטונג דורכאויס די גאנצע צייט...

איך האב אפגעזאגט מיינע קאפיטלעך, צוגעגאנגען צום שטיין און מזכיר געווען נעמען, און וויסנדיג/קלערנדיג אז עס איז נאך דא צייט, האב איך זיך אראפגעזעצט ביי איינע פון די ארטיגע טישן און אויפגעמישט איינע פון די ספרים דארטן - נאטורליך א ספר הזוהר - און געלערנט אפאר מינוט צו משלים זיין די פעלנדע קביעת עתים פונעם טאג [די רעשטע האב איך משלים געווען אין לופטפעלד, וואו מיר האבן געהאט איבערגענוג צייט]. אבער דאן האב איך באמערקט ר' ארחיקה שטיין קעגנאיבער מיר אויף די אנדערע זייט טיר, וואו די כהנים מעגן גיין, און נאכדעם וואס ער האט געכאפט א בילד ווי איך זיץ און לערן האט ער מיר צוגעאיילט אז מען דארף שוין יא גיין. איך בין תיכף ארויס הינטער אים, און אינאיינעם זענען מיר אראפ צום קאר, וואו איך האב אוועקגעלייגט דעם שטריימל און שבת בגדים, און אראפגעצויגן די ווייסע זאקן פון איבער די שווארצע כנזכר לעיל.

פון דארט איז מען געפארן צום לופטהאפן (ארויסגעפארן עטליכע מינוט נאך איינס אזייגער פארטאגס), א וועג פון ארום צוויי שעה, און תיכף צוגעפארן צום ספעציעלן "פאטאל טערמינאל" וואו מיר זענען געווארן אויפגענומען ווי-איי-פי סטיל. דארט האב איך געטראפן הרב גורעוויץ שליט"א מיט די רביצין (ווי שוין געשריבן). ר' ארחיקה איז גערופן געווארן אין די זייט דורך א באאמטע דארטן, וועלכע האט נאר געוואלט וויסן א נאמען און טעלעפאון נומער פון זיין נאנטע קרובה וואס וואוינט אין ארץ ישראל, צו מזל האט יענע נישט גערופן די מומע זיינע אינמיטן די פארטאגס שטונדן, און אונז צורו געלאזט נאך אפאר מונדליכע חקירות ודרישות.

מיר האבן געהאט א היבש ביסל צייט צו לערנען, און אויסער וואס איך האב געלערנט פאר מיר אליין, האב איך געפרעגט דעם דריטן שותף צי ער וויל לערנען מיט מיר אביסל מסכת מנחות - אין וואס ער האט דאן עוסק געווען, און מיר האבן אינאיינעם געלערנט אביסל. בכלל בין איך אויף אט דעם נסיעה געווארן היימישער מיט'ן דריטן שותף, נעבן וועמען איך בין געזעצן אזויפיל שעות ארוכות, און געשמועסט איבער גאר אסאך טעמעס. (אבער צי איר גלייבט עס צי נישט, האב איך נישט זיין טעלעפאון נומער, און אים נישט געזען אדער געהערט פון אים זינט דער נסיעה, שוין כמעט א קיילעכיגע יאר צוריק).

פון די גאנצע נסיעה אהיים געדענק איך נישט צופיל, נאר אז עס האט געדויערט זייער לאנג... דער פליגער האט זיך געהויבן 5:26 פארטאגס [א"י צייט] אויף א נסיעה פון דריי מיט א האלב שעה קיין ווארשא. 8:07 אויפ'ן ווארשעווער זייגער זענען מיר אנגעקומען אהין. (כ'מיין אז ר' ארחיקה איז עפעס געווען פארנומען מיט די לופטליניע באאמטע בנוגע טוישן א טיקעט אדער א זיץ, עפעס זענען מיר געשטאנען ביי די הילפס סטאנציעס א וויילע). אנקומענדיג צו אונזער געיט איז מען געזעצן זייער לאנג. אינצווישן האט ר' ארחיקה באמערקט א אידיש מיידל וואס זיצט איינע אליין און ער איז צוגעגאנגען פרעגן אויב זי דארף עפעס הילף אדער שפייז, זי האט זיך העפליך אנטזאגט, זאגנדיג אז זי ווארט אויף א פליגער קיין לאס אנדזשעלעס, אבער איז ספעציעל געקומען צו אונזער געיט ווייל זי האט געוואלט זיין נעבן היימישע אידן און נישט ממש איינע אליינס אינעם גאנצן טערמינאל. מיר האבן זיך געגרייט צום דאווענען, און דאן אנגעטון די טלית ותפילין און געדאוונט מיט מתינות, זינט מיר האבן זיך נישט געהאט וואו צו יאגן. נאכ'ן דאווענען האט מען טועם געווען פון די היימישע מאכלים וואס זענען נאכאלץ געווען אין אונזערע זאפאסן, און זיך געזעצט לערנען די שיעורים קבועים מיט א רואיגקייט. יענע זונטאג איז געווען א יומא אריכתא, ווען נאך יעדע פלי רייזע איז צוגעקומען נאך אסאך שעות אויפ'ן זייגער, האט מען ב"ה געקענט לערנען אלע שיעורים (און שפעטער ביינאכט האט מען אפילו געלערנט מיט'ן נאכטליכן חברותא טעלעפאוניש).

ארום 1:00 אזייגער מיטאג, ווען מען האט זיך געהויבן פון ווארשא אויף די ניין שעה'יגע רייזע קיין ניו יארק, האט זיך מיר געדאכט אז דער פליגער איז נישט מסודר און אז עס פארט צו וואקלדיג... עס איז מיר באפאלן אזא פחד, אז איך האב געליינט אלע דריי פרשיות פון קריאת שמע - צו זיין אויף די זיכערע זייט... פון דא און ווייטער איז שוין אלעס געפארן געשמירט ב"ה, און מיר האבן געלאנדעט בשלום 3:15 זונטאג מיטאג אין קענעדי לופטפעלד, און א שוואגער פון ר' ארחיקה איז אונז געקומען אפנעמען און אהיימגעפירט קיין מאנסי.

ובזה תם ונשלם טאגבוך ראדאשיץ-ראדאוויץ תשפ"ג לפ"ק!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ז "א שבת נאכמיטאג שפאציר" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אוטש... איך כאפ מיך יעצט אז איך האב דאך אלע זייגערס געשריבן אינעם אריינפיר, און איך דארף יעצט אריינשטעלן די זייגערס אינעם לעצטן קאפיטל... ביי
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3864
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ח (ענדע) ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

הערליך א גרויסע שכח
מאיבי תחכמני
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ז "א שבת נאכמיטאג שפאציר" ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לכאורה האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 2:23 am
אוטש... איך כאפ מיך יעצט אז איך האב דאך אלע זייגערס געשריבן אינעם אריינפיר, און איך דארף יעצט אריינשטעלן די זייגערס אינעם לעצטן קאפיטל... ביי
אקעי, געמאכט אביסל טאטש-אפס, און אריינגעשטעלט די זייגערס איבעראל.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ח (ענדע) ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

הערליך שיין.

אינטרעסאנט אז דו האסט נישט געטוען ווי אונז און ארויסגעפיצט פון די קרליבאך געמויזעכץ גלייך ביים זיך אנשטויסן אין דעם פארהאסטן פאן.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ח (ענדע) ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שלמה מולכו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 2:39 am
הערליך שיין.

אינטרעסאנט אז דו האסט נישט געטוען ווי אונז און ארויסגעפיצט פון די קרליבאך געמויזעכץ גלייך ביים זיך אנשטויסן אין דעם פארהאסטן פאן.
איך מיין מיר האבן נישט באמערקט דעם פאן ביז אינמיטן מעריב

לכאורה האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 2:41 am

אה, איך האב עס בכלל נישט באמערקט, מיין שותף, א ידיד מיט ארחיקה גראדע, האט מעורר געוועהן דערויף און מאיז געגאנגען.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6740
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ח (ענדע) ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

שלמה מולכו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 2:44 am
לכאורה האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 2:41 am
שלמה מולכו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 2:39 am
הערליך שיין.

אינטרעסאנט אז דו האסט נישט געטוען ווי אונז און ארויסגעפיצט פון די קרליבאך געמויזעכץ גלייך ביים זיך אנשטויסן אין דעם פארהאסטן פאן.
איך מיין מיר האבן נישט באמערקט דעם פאן ביז אינמיטן מעריב
אה, איך האב עס בכלל נישט באמערקט, מיין שותף, א ידיד מיט ארחיקה גראדע, האט מעורר געוועהן דערויף און מאיז געגאנגען.
כ׳האב קיינמאל נישט געכאפט וואס די פלאץ פארקויפט. אפגעיאגט פון דארט אנהייב לכו נרננה און געמאכט א מנין אינדרויסן..
אני הוא הנער, נער המדבר
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6740
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ח (ענדע) ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

אגב, @לכאורה דיין רעאקציע צו פאטאל טערמינאל דערמאנט מיר וויאזוי מיין באבע זז״ג לאוי״ש האט רעאגירט ווען כ׳האב איר באשטעלט א באקוועמע וואגן פון יואלי שווארץ…
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28688
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ח (ענדע) ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

בניהו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 2:58 am
אגב, @לכאורה דיין רעאקציע צו פאטאל טערמינאל דערמאנט מיר וויאזוי מיין באבע זז״ג לאוי״ש האט רעאגירט ווען כ׳האב איר באשטעלט א באקוועמע וואגן פון יואלי שווארץ…
נו, קום אריין קלאר...
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 10445
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ח (ענדע) ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

הערליך!!!! שכח!!! זייער הנאה געהאט!
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6740
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ח (ענדע) ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

לכאורה האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 2:59 am
בניהו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 2:58 am
אגב, @לכאורה דיין רעאקציע צו פאטאל טערמינאל דערמאנט מיר וויאזוי מיין באבע זז״ג לאוי״ש האט רעאגירט ווען כ׳האב איר באשטעלט א באקוועמע וואגן פון יואלי שווארץ…
נו, קום אריין קלאר...
די היינטיגע יוגווארג.. אזויפיל לוקסוס..
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ח (ענדע) ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

בניהו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 3:03 am
לכאורה האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 2:59 am
בניהו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 2:58 am
אגב, @לכאורה דיין רעאקציע צו פאטאל טערמינאל דערמאנט מיר וויאזוי מיין באבע זז״ג לאוי״ש האט רעאגירט ווען כ׳האב איר באשטעלט א באקוועמע וואגן פון יואלי שווארץ…
נו, קום אריין קלאר...
די היינטיגע יוגווארג.. אזויפיל לוקסוס..
זי האלט זיך אינג?

ס׳איז דאך געוועהן ספעציעל פאר די אלטווארג.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6740
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ח (ענדע) ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

שלמה מולכו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 3:05 am
בניהו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 3:03 am
לכאורה האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 2:59 am
בניהו האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 2:58 am
אגב, @לכאורה דיין רעאקציע צו פאטאל טערמינאל דערמאנט מיר וויאזוי מיין באבע זז״ג לאוי״ש האט רעאגירט ווען כ׳האב איר באשטעלט א באקוועמע וואגן פון יואלי שווארץ…
נו, קום אריין קלאר...
די היינטיגע יוגווארג.. אזויפיל לוקסוס..
זי האלט זיך אינג?

ס׳איז דאך געוועהן ספעציעל פאר די אלטווארג.
נעה זי ווייסט נאר פון די קעניג פון ענגלאנד
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ח (ענדע) ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

וואס מיינט "מונדליך" ?
...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”