טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ח (ענדע) ארויף]
איך הייב אן מיט א פרייע איבערשרייבונג פון די שטימע נאטיצן וואס איך האב דאסמאל רעקארדירט אויף מיין טרייבעלע יעדע מאל איך האב זיך דערמאנט דערפון.
דינסטאג בהעלותך (אין חוץ לארץ)
7:40 - מען זיצט אויפ'ן פליגער וואס האט זיך נאכנישט געהויבן
8:19 - מען הייבט זיך!
9:30 [ניו יארקער זייגער] - מען גייט שוין סערווירן נאכטמאל אויפ'ן פליגער
10:00 [נ.י.] - אפגעגעסן, געדאוונט מעריב אויפ'ן ארט, באלד גייט מען ליינען קריאת שמע און פרובירן אפשר צו כאפן א דרימל
מיטוואך בהעלותך (אין חוץ לארץ)
2:20 [נ.י.] / 7:20 [לאנדאן] - מ'גייט שוין באלד לאנדען
2:45 [נ.י.] / 7:45 [לאנדאן] - יעצט האט מען געלאנדעט אין לאנדאן
9:30 [לאנדאן] - מיר זענען אין די לאונזש פון לופטהאנזא [אהער האט מען אונז געשיקט, כאטש מיר זענען געפארן מיט ווירדזשין אטלאנטיק], מ'גייט דא דאווענען שחרית, אבער מ'דארף זיך אביסל אונטעראיילן ווייל מען דארף שוין כאפן דעם פליגער אין א דריי-פערטל שעה
10:55 [לאנדאן] - מען זיצט אויפ'ן לאט פליגער וואס גייט אונז נעמען צו ווארשא, פוילן
11:22 [לאנדאן] - פליגער הייבט יעצט אן צו פארן צום ראנוועי
11:40 [לאנדאן] - מ'האט זיך ממש יעצט געהויבן
8:40 [נ.י.] / 2:40 [ווארשא] - מען האט יעצט געלאנדעט אין ווארשא
3:55 [ווארשא] - מ'זיצט אינעם געדינגענעם קאר אין ווארשא, מ'גייט ארויספארן אויף א וועג פון בערך צוויי שעה צו ראדאשיץ
5:00 [פוילן] - אויפ'ן וועג צווישן ווארשא און מאגלניצא. עס איז נישט געווען אין פלאן צו זיין אין מאגלניצא, אבער אז מען פארט קיין ראדאשיץ און מען פארט אדורך און מען זעט אויף די גאנצע וועג "מאגלניצא 19 קילאמעטער... 18 ק"מ... 17 ק"מ..." איז פארוואס עפעס זאל מען נישט גיין אין מאגלניצא?
5:20 [פוילן] - מיר זענען יעצט געווען אין מאגלניצא. דא ליגט דער שרף פון מאגלניצא, רבי חיים מאיר יחיאל שפירא, א זוהן פון רבי אבי עזרי זעליג, וועלכער איז געווען אן איידעם פונעם קאזניצער מגיד. דא ליגט אויך די מאמע פונעם שרף, וואס זי איז א טאכטער פונעם קאזניצער מגיד. מ'האט געזאגט אפאר קאפיטלעך תהלים, זאל מען האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס
7:40 [פוילן] - מיר זענען דא אין ראדאשיץ, וואו מיר האבן געדאוונט מנחה - ב"ה מיט מנין. מיר האבן געהאט א פיינע קאווע [מיט גאלדן פלאו מילך], נישט קיין מקוה. מען איז נאכנישט ארויף צום ציון, און מ'האלט נאך אינמיטן אויסארבעטן די פלענער וואו מען פארט פון דא ווייטער
9:45 [פוילן] - מיר האבן געדאוונט מנחה אין ראדאשיץ, מתפלל געווען ביים ציון, געגעסן א סעודה ביי די יארצייט סעודה, וואו איך האב אפילו גערעדט. יעצט פארן מיר קיין קראקא.
12:23 [פוילן] - מיר זענען אין א האטעל אין קראקא, וואו מען גייט דאווענען מעריב און מען גייט איבערשלאפן. א גוטע נאכט.
דאנערשטאג בהעלותך (אין חוץ לארץ)
8:45 [פוילן] - מיר זענען יעצט אין קראקא, און מען גייט זיך אריינזעצן אין קאר און פארן קיין ווארשא
2:30 [פוילן] - מען גייט זיך הייבן אין אפאר מינוט קיין ארץ ישראל, די רייזע דארף דויערן בערך דריי שעה מיט צוואנציג מינוט
1:15 [נ.י.] / 8:15 [א"י] - מיר זענען יעצט אין די ספעציעלע "פאטטאל" אפטיילונג פון די עירפארט, וואו מען האט אונז מיט גרויס פראטעקציע אהערגעברענגט [כאילו דאס גייט פארשנעלערן דאס גאנצע דורכגיין... ס'זעט נישט אויס בכלל שנעלער, אויב עפעס אפשר לענגער]. מיר גייען דא דאווענען מנחה - ליידער ביחידות, ווייל עס ווערט שוין שפעט, עס איז בערך א שעה צו די רבינו תם זמן, און מען וועט שוין נישט האבן קיין צייט אנצוקומען אין שטאט אריין צו תפלת מנחה
9:18 [א"י] - מיר זענען אנגעקומען קיין ירושלים, און דער דרייווער טראגט אונז צו א געשעפט 'פיק-א-דעלי ליל ששי' דאס צו באטראכטן...
10:20 [א"י] - מיר האלטן נאך מעריב, און מיר פארן ארויס צו עפעס א פלאץ נעבן בית שמש
11:00 [א"י] - מיר זענען דא אין 'זנוח', דא איז דא א שוויץ
1:25 [א"י] - מ'האט געענדיגט דא, מ'האט געבענטשט, און מ'האט זיך אפגעטריקנט, און יעצט גייט מען זיך ארויסלאזן אויף א וועג פון בערך צוויי שעה קיין צפת
2:30 [א"י] - מיר לאזן זיך ערשט יעצט ארויס קיין צפת. מיר האבן זיך אביסל אומגעקוקט אויף בית שמש
4:30 [א"י] - מיר זענען דא אין צפת, מיר שטייען פארנט פון די דירה, עס איז שוין נאך דער עלות
5:50 [א"י] - מיר האלטן נאך פאר'ן דאווענען און פאר'ן שלאפן, לכאורה גייט מען יעצט גיין אין מקוה, טוישן וועש און דאווענען. איך וועל דיר באלד זאגן ווי-וואס-ווען (טאמער איך וועל נישט איינשלאפן...)
פרייטאג שלח (אין ארץ ישראל)
3:07 [א"י] - איך האב זיך אראפגעלייגט ארום צען אזייגער פארמיטאג, און נארוואס אויפגעשטאנען. יעצט גייט מען זיך צוגרייטן צום שבת
7:06 [א"י] - מיר זענען אויפגעשטאנען, איך האב מעביר סדרה געווען, געגעסן טועמיה, געגאנגען אין שאוער, און נאכדעם צום צפת'ער בית החיים (אריה"ק, רמ"ק, ר"ש אלקבץ, דער חרדים, אויך דער בית יוסף, אלשיך הק', בת עין, ערבי נחל, און עקסטער דער באר מים חיים, און דעם טאלטשעווער זיידן האב איך נאר געזען פונדערווייטנס און געווינטשן 'גוט שבת'), נאכדעם האבן מיר זיך גע'טובל'ט אין דעם אריה"ק'ס מקוה און צוריק ארויפגעקומען די גאנצע לאנגע וועג מיט אלע טויזנט שטיגן. יעצט גייט מען מקבל שבת זיין
מוצאי שבת קודש שלח (אין ארץ ישראל)
11:45 [א"י] - מיר זענען יעצט אנגעקומען קיין מירון
1:11 [א"י] - מיר זענען אוועקגעפארן פון מירון, אויפ'ן וועג צום לופטפעלד
4:50 [א"י] - מ'זיצט שוין אויפ'ן פליגער אויפ'ן וועג קיין ווארשא, דער וועג דויערט ארום דריי מיט א האלב שעה
10:26 [נ.י.] / 5:26 [א"י] - מ'גייט ממש יעצט ארויספליען אויף א וועג פון דריי און א האלב שעה קיין ווארשא
זונטאג שלח (אין חוץ לארץ)
2:07 פארטאגס [נ.י.] / 8:07 [פוילן] - מיר האבן יעצט געלאנדעט אין ווארשא
6:53 פארטאגס [נ.י.] / 12:53 [פוילן] - דער פליגער האלט אינמיטן פארן צום ראנוועי, עס הייסט א וועג פון ניין שעה קיין ניו יארק
1:15 [נ.י.] - מיר קומען שוין כמעט אן אהיים, מ'האלט שוין העכער דעם ים הגדול...
3:15 [נ.י.] - מען האט יעצט געלאנדעט אין דזשעי. עף. קעי.