Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל ט"ו "קריאת התורה" ארויף]
אלס הקדמה צו דעם קאפיטל, וועל איך פארלערנען א קליינע שטיקל גמרא מיט רש"י אין מסכת ברכות (סב.). די גמרא זאגט "מפני מה אין מקנחין בימין אלא בשמאל", און די גמרא ברענגט א רייע טעמים פון מערערע אמוראים. די לעצטע ברענגט די גמרא פון רב נחמן בר יצחק [און עס שטייט אין ספר דברי תורה פון מונקאטשער רב זי"ע (מהדורא קמא אות כב), בשם דער הייליגער חוזה פון לובלין זי"ע, אז צו לערנען א מימרא פון רנב"י איז א סגולה צו יראת שמים - און מען געפינט טאקע מימרות פון רנב"י זעלבסט בעניני יראת שמים] "מפני שמראה בה טעמי תורה" - ווייל מיט די רעכטע האנט ווייזט ער די טראפן פון די תורה.
וואס מיינט דאס? זאגט רש"י: "נגינות טעמי מקרא של תורה נביאים וכתובים, בין בניקוד שבספר בין בהגבהת קול ובצלצול נעימות הנגינה של פשטא ודרגא ושופר מהפך, מוליך ידו לפי טעם הנגינה, ראיתי בקוראים הבאים מארץ ישראל". בפשטות קען מען דאס טייטשן, אז מיט די רעכטע האנט טייטלט מען, אדער דרייט מען אויף ארויף אדער אראפ א שטייגער ווי 'שבכל הלילות' לויט די נקודות און די טראפן. אבער יעדע מאל איך לערן דאס, טראכט איך אז רש"י מיינט דא עפעס מער, און הלואי וואלט איך אויך געטראפן די ליינער וואס קומען פון ארץ ישראל און זיי וועלן מיר צייגן דעם זאך.
יעצט וויילנדיג אין צפת עיר הקודש און דאווענענדיג אין ראדאוויץ, האב איך באקומען א שטיקל טעימה צו באגרייפן א מהלך אין די רייד פון רש"י. אנהייב ליינען האב איך געכאפט א בליק אויפ'ן בעל קורא וואס איז געשטאנען נישט צו ווייט פון מיר [די גאנצע בית המדרש איז נישט צו גרויס, ווי רוב שולן אין צפת], און איך בין ממש אויפגעשפרינגען פון ארט ביים זען ווי נעבן דעם בעל קורא, אויף זיין לינקע זייט, שטייט א איד און מאכט מיט די הענט און די פינגער אלע סארט סימבאלן און צייכענעס, אנצודייטן פאר'ן בעל קורא וועלכע טראפ עס קומט יעצט און ווען מען דארף זיך אפשטעלן!
דאס איז נישט דאס ערשטע מאל איך זע איינעם שטיין נעבן דעם בעל קורא און זיין ווי אן עומד על גביו. דא אין מאנסי פלעג איך צומאל דאווענען אין א געוויסע גרויסע שול, וואו דער בעל קורא ליינט זייער פיין און גוט, אבער ער האט אייביג איינער פון די קינדער הארט נעבן אים, און יענער ממש ליינט מיט אים די גאנצע קריאה, עד כדי כך, אז ווען איך בין אמאל געשטאנען הארט נעבן באלעמער האב איך געקלערט צי מען איז בכלל יוצא דאס ליינען, וויבאלד תרי קלי לא משתמעי (און עס איז נישט 'חביב' ווי דער מגילה).
דא אין ראדאוויץ, און מסתמא איז דאס איינגעפירט אין אסאך ארץ ישראל'דיגע מקומות אויך, און מעגליך אויך אין נאך ערטער אויפ'ן כדור וואו איך האב נאך צו באזוכן, האט געהערשט א שטילקייט, קיינער האט נישט מיטגעברימט אדער אונטערגעזאגט (אדער אריינגעשריגן) פאר'ן בעל קורא, וועלכער איז קענטיג געווען פיין פארגעקוקט און געליינט פליסיג בדקדוק גדול. אבער דער געהילף זיינער האט די גאנצע צייט געמאכט מיט די רעכטע האנט (ווי די גמרא זאגט) אלע סארט צייגענישן אז דער בעל קורא זאל וויסן וואס ער דארף זינגען ווייטער.
עס האט מיך אזוי געכאפט, אז איך בין אריבערגעגאנגען צום אנדערן זייט שול וואו עס זענען געשטאנען מיינע בני חבורה, און זיי אנגעזאגט צו כאפן א בליק אויף דעם בעל קורא און זיין געהילף, ווייל דאס איז עפעס אויסטערליש אינטערעסאנט און עפעס וואס זיי האבן נאך ווארשיינליך קיינמאל געזען. איך בין געשטאנען פארגאפט און במשך די איבריגע חלק פונעם ליינען האב איך נאר געווארפן בליקן אויף דעם 'קורא מארץ ישראל' פרובירנדיג אויפצוכאפן וועלכע סימן ער מאכט פאר וועלכן טעם.
הלואי וואלט איך אויפגעכאפט אלע אלע סימנים, און הלואי וואלט איך דא געקענט איבערגעבן די סימנים מיט א טבלא וכדומה (אדער א ווידיאו...), אבער היות דאס איז נישט שייך, וועל איך כאטש פרובירן שילדערן וויאזוי דער יונגערמאן האט געמאכט מיט די פינגער ביי געוויסע פון די טראפן. (יעצט מאכנדיג א זוכעניש, זע איך עטליכע ווידיאוס וואס צייגן די סימנים, אבער איך קען זיי נישט אהערברענגען).
באמת, נישט ביי ממש אלע טראפן האט ער געמאכט א סימן, נאר ביי די דאזיגע וואס האבן אן אייגענעם קוועטש וכדומה. א שטייגער, ביי "פשטא זקף קטן" און דאס זעלבע ביי "מרכא טפחא" האט ער געגעבן אזא מאך מיט די האנט ווי איינער צייגט 'פאר ווייטער'... ווייל עס איז נישטא עפעס ספעציעל צו זינגען דארטן.
[פון דא און ווייטער שרייב איך לויט די סדר הטעמים וואס מיר האבן געהאט אין די חומשים אלס קינד, "פשטא מונח זרקא" און אזוי ווייטער, הגם היינטיגע חומשים האבן אדאפטירט אנדערע סימנים אויף אן אנדערן סדר].
ביי "זרקא" וואס דער צורה דערפון איז א S העקעלע [ליגנדיג], האט ער מיט די אצבע פינגער געמאכט דעם צורה אין די לופט.
ביי "סגול" האט ער מיט דריי פינגער [אגודל, אצבע, אמה] געמאכט א צורה פון א סגול אין די לופט. [די נקודה סגול, איז צוויי פינטלעך פון אויבן און איינס פון אונטן, בעת דער טראפ סגול איז פארקערט. אין סה"ק דגל מחנה אפרים פ' יתרו, אויפ'ן פסוק "והייתם לי סגולה", שרייבט ער אז די נקודה הייסט סגול און די טראפ סגולתא, זע דארט וואס ער ארבעט ארום דערמיט].
ביי "רביע" האט ער געפאכעט מיט'ן אצבע פינגער דריי מאל, ווי איינער ווייזט אויף זיין חבר 'דו, יא דו'... [נאך א משל: די באקאנטע פאוסטער פון אנקעל סעם 'איך וויל דיך פאר די יו.עס. ארמיי!']
ביי "זקף גדול" געדענק איך נישט, עפעס האט ער געוויזן אויף ארויף [דער תנועה פארט דארט ארויף], אבער איך געדענק נישט מיט וועלכע אדער וויפיל פינגער.
ביי "אתנחתא" האט ער צוזאמגענומען אלע פינגער אינאיינעם ווען די שפיצן רירן זיך אן אין ריכטונג פון די דאך [אין שטום שפראך נוצט מען דעם צייכן פאר 'האב געדולד א רגע... הער מיך אויס'].
ביי "פזר" וואס קוקט אויס ווי א נומער 4 [נישט די נומער וואס איר זעט דא... נאר וויאזוי מיר שרייבן עס, אפן פון אויבן], האט ער געמאכט אט דעם צורה מיט די אגודל און אצבע פינגער.
"תלישא קטנה" און "תלישא גדולה" זענען ביידע רינגעלעך, מיט א שטרעכעלע וואס קומט ארויס צו רעכטס אדער לינקס, האט ער געמאכט מיט די אגודל און אצבע פינגער א רינג, און דאס געפירט צו רעכטס אדער לינקס צו צייגן קטנה אדער גדולה.
"קדמא ואזלא" זענען צוויי האלבע (פערטל) רינגען איינס קעגן די אנדערע, ווען איינס גייט פון 12 אזייגער צו 3 אזייגער און די אנדערע פון 12 אזייגער צו 9 אזייגער [איר קענט די סארט סימנים? מען נוצט דאס אין די מיליטער וכדומה. איך קען דאס פון די מוהלים שפראך...] האט ער מיט די אצבע פינגער געמאכט א צורה פון א קשת, און געוויגט די פינגער רעכטס און לינקס צו אנדייטן אויף ביידע טראפן.
"אזלא גרש" - געדענק איך נישט...
"גרשים" וואס קוקט אויס ווי צוויי האלבע (פערטל) רינגען איינס נעבן די אנדערע אינעם זעלבן ריכטונג, האט ער גענומען די אצבע און אמה פינגער, און זיי געשאקלט שנעל איינס נעבן די אנדערע, באופן אז ווען איינס גייט ארויף גייט די אנדערע אראפ [ווי די שטומע צייכן פון 'גיין', אדער קיצלען...]
"דרגא" קוקט אויס ווי אן איבערגעדרייטע Z, האט ער מיט'ן אצבע פינגער געמאכט רעכטס און לינקס אויסמאלנדיג דעם סימבאל אין די לופט.
"תביר" איז א פערטל רינג מיט א פינטל אינדערמיט, האט ער אויסגעשטרעקט די אצבע פינגער און אויסגעמאלן דעם פערטל רינג, ווען דער אגודל פינגער שטעקט זיך אריין אינדערמיט במקום דעם פינטל דערפון.
"יתיב" איז א ליגנדיגע V, האט ער געמאכט א ליגנדיגע V מיט די אצבע און אמה פינגער [ווי דער סימבאל פון א שערל].
ביי "סוף פסוק" האט ער אראפגענידערט די גאנצע האנט אויף די יריעות און עץ חיים נעבן אים, אנרירנדיג דעם פארמעט. [אזוי ווי מען קלאפט אויס יעלה ויבוא, נאר אנע זעץ].
[שלשלת, קרני פרה, מרכא כפולה און ירח בן יומו, געפינען זיך נישט אין פרשת שלח. אופס, איך זע יעצט א מרכא כפולה אויף די ווארט "הלוא 'טוב' לנו שוב מצרימה" (במדבר יד, ג), אבער איך געדענק נישט וויאזוי ער האט דאס באצייכנט, אדער האט ער דאס אפילו נישט געזאגט מיט א ספעציעלן תנועה. איך האב אויך באמערקט אויף נאך א טראפ וואס ער זינגט פשוט בעת מיר דרייען דארטן, נעמליך ווען עס איז דא א 'פשטא-זקף-קטן' אויף די זעלבע ווארט, אדער אויף צוויי ווערטער וואס זענען צוזאמגעכאפט מיט א מקף (הייפען בלעז), איז דא א ספעציעלע געדרייטע תנועה וואס מיר זינגען, אבער יענער בעל קורא האט דאס געזאגט ווי פשוט'ע טראפן].
ווען איך האב עטליכע וואכן שפעטער איבערדערציילט דעם איבערלעבעניש פאר א ישיבה קטנה ערגעץ וואו, איז מיר איינער צוגעקומען זאגן אז אין "לפידות" קאנטרי איז אויך דא אזא בעל מקריא וואס צייגט די סארט סימנים פאר'ן בעל קורא, און אנדערע האבן מיר איבערגעגעבן אנדערע שולן וואו מען קען אזאנס טרעפן. כמובן דארף א בעל קורא זיין גאר גוט פארגעקוקט און רגיל אין די טראפן און אין די סימנים, כדי צו קענען אויפכאפן אין דעם געשפאלטענעם מילי-סעקונדע וואס דער צייכן טוט אנדייטן, און אויך דער עומד על גביו דארף זיין גאר געשיקט און געשווינד, און אייביג זיין א סעקונדע פאראויס פונעם בעל קורא צו קענען צייגן דעם סימבאל בעפאר דער בעל קורא גרייכט דאס ווארט.