צום ביישפיל בין איך דאן געוואויר געווארן אז איינער פון די מיטזיצער האט א גאר פיצעלע פאמיליע כאטש ער איז שוין פארהייראט לאנגע יארן, און יענער האט אויסגעשמועסט די מעלות און חסרונות דערפון, און אונז גאראנטירט אז אפילו אין אזעלכע פיצעלע פאמיליעס קומען אויך פאר געשוואוסטערליכע קריגערייען...
איך בין נייגעריג וואסערע סייז משפחה דעפענירט די מנהל אלס פיצעלע פאמיליע??
מנחם נחוםהאט געשריבן:↑מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:52 pm
@לכאורה האט געשריבן
צום ביישפיל בין איך דאן געוואויר געווארן אז איינער פון די מיטזיצער האט א גאר פיצעלע פאמיליע כאטש ער איז שוין פארהייראט לאנגע יארן, און יענער האט אויסגעשמועסט די מעלות און חסרונות דערפון, און אונז גאראנטירט אז אפילו אין אזעלכע פיצעלע פאמיליעס קומען אויך פאר געשוואוסטערליכע קריגערייען...
איך בין נייגעריג וואסערע סייז משפחה דעפענירט די מנהל אלס פיצעלע פאמיליע??
מנחם נחוםהאט געשריבן:↑מאנטאג פעברואר 19, 2024 6:52 pm
@לכאורה האט געשריבן
צום ביישפיל בין איך דאן געוואויר געווארן אז איינער פון די מיטזיצער האט א גאר פיצעלע פאמיליע כאטש ער איז שוין פארהייראט לאנגע יארן, און יענער האט אויסגעשמועסט די מעלות און חסרונות דערפון, און אונז גאראנטירט אז אפילו אין אזעלכע פיצעלע פאמיליעס קומען אויך פאר געשוואוסטערליכע קריגערייען...
איך בין נייגעריג וואסערע סייז משפחה דעפענירט די מנהל אלס פיצעלע פאמיליע??
השומר שבת הבן עם הבת
טאקע פיצל, בנוגע געשוויסטערליכע קריגערייען ווענט זיך לכאורה ווי נאנט זיי זענען אין עיטש.
מעלות: מען קען זיך מער אפגעבן מיט זיי גיבן די פולע אטענשאן, די הוצאות זענען קלענער יעדע טריט און שריט, די הויז ווערט נישט קליין, מען קען גרינג אוועקפארן וואקאציע סיי אלס מיטנעמען די קינדער און סיי זיי צו פלאנירן.
חסרונות: עס איז באורינג, נישטא די שמחה אריינצוברענגן א פרישע בעבי אין הויז, נישטא די עקסייטמענט צו זעהן א קינד וואקסט אויף און זיך פרייען מיט יעדע סטעפ, שבת טיש איז נישט אזוי לעבעדיג, ימים טובים בפרט פסח ביים סדר איז צו שטיל, נאכן חתונה מאכן בלייבט מען שנעלער אליינס וויפיל קומט שוין א קינד ווען עס איז א משפחה מאכט זיך כסדר אז מען קומט אריין עכ''פ די ערשטע תקופות.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל = איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל... אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
ווי געשריבן האבן מיר זיך געלייגט פרייטאג צונאכטס ארום איינס אזייגער, מיר זענען שוין געווען גענוג מיד צו גיין שלאפן, נאכדעם וואס די פריערדיגע נאכט זענען מיר בכלל נישט געווען אין בעט, און מען האט דאס בלויז משלים געווען פרייטאג בייטאג. אבער ווי אינטערעסאנט, האב איך זיך אויפגעוועקט נאך קנאפע פינף שעה, כאטש וואס אין א געווענליכע פרייטאג צונאכטס קען איך שלאפן זעקס-זיבן שעה אנע איבעררייס. מעגליך האט עס מיט די פרעמדע בעט (אין מעזבוז בין איך אויפגעשטאנען גאר פרי, זע יענעם טאגבוך), אדער מיט די דרוק וואס איך האב צו משלים זיין די לימוד התורה שעות, וויסנדיג אז אונטערוועגנס דארף מען זיך שטארק באפלייסן דערין ווייל אנדערש ווערט די צייט צערינען און מען האט נישט ווען צו לערנען.
די הויז איז געווען שא שטיל ווען איך בין אויפגעשטאנען און זיך אנגעטון, די ערשטע זאך האב איך גענומען מיין האנטוך און זיך ארויסגעלאזט אין גאס צו גיין אין מקוה. יעצט, כאטש איך בין שוין געווען פרייטאג אין צאנזער קלויז, איז דער וועג פונעם אכסניא ביז אהין נישט ממש א גראדע וועג, מען קומט אן אינמיטן צו א פרשת דרכים און מען דארף קלויבן אין וועלכן זייטיגן געסל מען וויל זיך איינדרייען. א פחדן בין איך, אבער דער דראנג צו האלטן נאך די מקוה און אנהייבן דעם טאג ווי א איד איז געווען שטערקער פון דעם, האב איך זיך ארויסגעשלייכט פון הויז און אנגעהויבן שפאנען. צו מיין גוט מזל איז פונקט ארויסגעקומען פון א שכינות'דיגע הויז א איד (ער האט אויסגעזען קוריאז, עכט צפת'יש... געגאנגען מיט'ן טלית אנגעטון זעקס דרייסיג פארטאגס, גיי ווייס אויב אויפ'ן וועג צו ותיקין אדער שוין אויפ'ן וועג צוריק), איך האב נישט געוואוסט וועלכן שפראך ער רעדט, אדער איז ער אפשר גאר א שותק און שבת קודש פראוועט ער א תענית דיבור... איך האב זיך צוגעשארט און אים געגעבן א פרעג - בלויז צו זיכער מאכן - אויב קיין צאנז דארף מען גיין דעם ריכטונג אדער די אנדערע, און ער האט מיר באשטעטיגט אז איך בין אויפ'ן גוטן וועג.
אנקומענדיג קיין צאנז בין איך באלד אראפ אין מקוה, די קאלטע בור האב איך שוין גענוצט פרייטאג אינדערפרי און איך בין נישט געווען אין די גיסטע פון זיך נאכאמאל מסגף זיין לכבוד שבת, האב איך זיך גע'טובל'ט אין די געווענליכע בור (הגם, לפי דיני רחיצה בשבת איז מסתמא מער אויסגעהאלטן א קאלטע בור ווי א הייסע). ארויס, זיך אנגעטון, און באלד צוריק אהיים. איך געדענק נישט פארוואס איך בין נישט געבליבן לערנען דארט אין שול, אפשר האב איך נישט געוואלט די שיירא זאל זיך אויפוועקן און זיך דאגה'ן וואו איך בין אהינגעקומען. אינדערהיים האב איך געזאגט ברכת התורה, געליינט קריאת שמע, און אנגעהויבן דעם סדר היום מיט'ן יום תהלים באגלייט מיט א שאל הייסע קאווע. (אינטערעסאנט, די גאנצע וואך זאג איך דעם יום תהלים מער אינמיטן טאג - באלד נאך שחרית, און ווען איך אייל זיך אהיים צוליב א סיבה וועל איך דאס זאגן באלד נאך ברכת המזון פון פת שחרית. אבער שבת וועל איך דאס על פי רוב זאגן די ערשטע זאך נאך ברכת התורה און קריאת שמע, ווייל אנדערש קען דאס ארויסגיין פון קאפ און איך האב שוין אמאל געהאט אז מוצאי שבת האב איך זיך געדארפט מקיל זיין און זאגן תהלים כדי נישט צו פארפעלן דעם מנהג טוב בל"נ פון ענדיגן תהלים וועכנטליך).
נאך תהלים האב איך גענומען נאך א קאווע - ווי מיין שטייגער רוב שבתים און ימים טובים פון יאר (כאטש אינדערוואכן קומט מיר נישט אויס צו נעמען א צווייטע קאווע פאר שחרית, סיידן אין א פאסט טאג ווען מען שטייט אויף פאר'ן עלות און מען פרובירט צו אנפילן דעם קערפער מיט די צוגעוואוינטע מאס קאפיען פאר'ן טאג) - און געלערנט דעם שיעור אין מוסר, אין חסידות און דאן גמרא ברכות (אין מיין לוח איז פארצייכנט אז איך האב דאן געלערנט די בלעטער לז-לח-לט. פלא והפלא, אויך ביי מיין ערשטע נסיעה קיין ארץ הקודש האב איך געהאלטן פונקט ביי יענע בלעטער, און איך געדענק מיך דאס לערנען אין סאטמארן שול אויף רחוב יואל אין ירושלים). אינצווישן האט זיך שוין דער מאגענדל צעשפילט און מען האט געטון וואס מען האט געדארפט איר צו בארואיגן. ווען עס איז געווארן אכט אזייגער האט זיך דער עולם צוביסלעך אנגעהויבן אויפוועקן.
איך בין נישט באקאנט אין די פונקטליכע זמנים פון סוף זמן קריאת שמע, אבער אין צאנזער קלויז האב איך געזען א זמן צעטל און דארט איז געשטאנען אז 'אונזער' סוף זמן קריאת שמע (מגן אברהם) איז גאנץ פרי, ארום 8:08, האב איך דאס איבערגעגעבן פאר די קאלעגעס וועלכע האבן זיך צוגעאיילט צו ליינען קריאת שמע. אבער אנדערש ווי איך ווייס, אז דער שפעטערדיגער סוף זמן קריאת שמע (גר"א) איז "זעקס און דרייסיג מינוט" שפעטער, האב איך געזען דארטן אז דער גר"א'ס סוף זמן איז ערשט 9:03, גאנצע "פינף און פופציג" מינוט שפעטער. אפשר ווענדט זיך עס וויאזוי מען רעכנט דעם עלות? אפשר ווענדט זיך עס ווי הויך אויפ'ן בארג מען געפינט זיך? אפשר וועט מיר איינער קענען אויסקלארן.
למאי נפקא מינה ווען דער 'צווייטער' סוף זמן קריאת שמע איז געווען? ווייל אויב איר געדענקט האבן מיר געהאט א גרופע ליטווישע בחורים וואס האבן קונה שביתה געווען און איבערגענעכטיגט ביי אונז אויפ'ן העכער'ן שטאק, און עס איז געווען אפגעשמועסט אז מיר וועלן זיכער מאכן אז זיי פארשלאפן נישט זמן קריאת שמע - אבער זיי האלטן דעם זמן פונעם הייליגן גר"א, דער מנהיג פון עדת ליטא.
גראדע, איך שרייב אזוי "א גרופע ליטווישע בחורים", וויבאלד אלע פון זיי האבן געלערנט אין א ליטווישע ישיבה, אבער פון אונזערע שמועסן האט זיך ארויסגעשטעלט אז איינער פון זיי - און טאקע דער וועמען מיר האבן די ערשטע באמערקט פרייטאג נאכמיטאג אין גאס און געלאדנט צו אונזער סעודה - איז א געהעריגער חסיד פון איינע פון די היימישע קרייזן, משפחה זיינע וואוינט אין מאנסי און אלע געשוואוסטער לערנען אין היימישע מוסדות, נאר וויבאלד דער בחור האט עפעס נישט מצליח געווען אין דעם היימישן סיסטעם, האט מען אים אריינגעשטעלט אין אן אנדערע מוסד, און פון יענע מוסד איז ער שוין מיטגעפארן מיט זיין קלאס קיין ארץ ישראל צו לערנען אין די ליטווישע ישיבות. דער בחור האט געהאט אסאך צו פארציילן איבער זיין היסטאריע, אבער צוליב סיי וועלכע סיבה האבן מיינע קאלעגעס באשלאסן אז ער איז א 'קלעבעדיגס', וואס מען רופט אויף די היינטיגע שפראך אן 'אורח' אדער אויף א מער גראבן אויסשפראך 'א נאסע פגע'... האט מען נישט צופיל קאפ צוגעלייגט צו וואס ער האט געהאט צו פארקויפן. איך האב געווארנט ר' ארחיקה אז וויבאלד ער וואוינט אין מאנסי וועט ער זיך קענען רישן יענעם צו טרעפן אויף זיינע שטיגן יעדן בין הזמנים'דיגן שבת, אבער סיי ר' ארחיקה פריידט זיך צו געסט, און סיי ער האט אים נישט אויסגעזאגט זיין נאמען און וואוינארט...
א צווייטער פון די דריי בחורים וואס האבן ביי אונז גענעכטיגט, איז א זוהן פון א חשוב'ער פיגור אין בארא פארק, וועלכער איז בארימט מיט זיינע פעולות צו פארשפרייטן איבעראל און מזכה זיין אידן בכל מקומות מושבותיהם מיט די באקאנטע "סוף זמן קריאת שמע" ביכלעך וואס הענגען פראמינענט אין אלע שולן. יענעמ'ס טאטע האט א חסיד'ישע שמעק און ווארעמקייט צו זיך, און דרייט זיך ביי הרב וואלפסאן - אויב איך געדענק גוט. דער דריטער האט געהאט א היימיש-קלינגענדן פאמיליע נאמען (דא א בעקעריי וואס רופט זיך אזוי), אבער ער איז געווען א טאטאלער ליטוואק.
איך האב געהאט א ספק אזוי: געווענליך בין איך מקפיד צו אויפוועקן אלע גדולים פון מיין הויז בעפאר סוף זמן קריאת שמע, אזוי האב איך געזען ביי מיין טאטן, ווי ער האט געהאט מקובל. אויך ווען מיינע פארהייראטע קינדער שטייען איין ביי מיר, וועל איך מיט ווייניג אפעטיט אבער אידישע שטאלץ אריינקלאפן צו זייערע שטיבער און מאכן זיכער אז זיי פארכאפן צו ליינען קריאת שמע אין צייט. יעצט, דער חסיד'ישער בחור איז טאקע נישט מקפיד אויפ'ן חסיד'ישן זמן - זינט ער דרייט זיך א גאנצן טאג מיט די ליטוואקן און האט אנגענומען אסאך פון זייערע פירונגען, אבער אפשר האב איך אן אחריות אים יא אויפצואוועקן פאר די חסיד'ישע סוף זמן... למעשה האב איך אלע דריי פון זיי אויפגעוועקט צום צווייטן זמן. איך בין ארויף, אריין אין זייער צימער, און מיט כמעט פארמאכטע אויגן זיי געזאגט אז עס איז אפאר מינוט צו ניין אזייגער און מען דארף אויפשטיין צו קריאת שמע, און בין איך ארויסגעלאפן פון דארט...
ביז געציילטע מינוטן זענען זיי אלע געווען אויף אונזער שטאק, אונז באגריסט און געזאגט ברכת התורה און קריאת שמע. פאר אונז חסידים איז געווען העכסט אינטערעסאנט מיטצוהאלטן אזא ספעקטאקל. חסידים וועלן זיך אנטון דעם הוט און רעקל (שטריימל - בעקיטשע) ארומוויקלען דעם גארטל, וואשן די הענט, און זיכער וועט מען זיכער מאכן - אויב עס איז דא צייט - צו זיין געהעריג אנגעטון ווי א מענטש בשעת מעשה. אונזערע געסט האבן געליינט קריאת שמע אן די הוט, אן די רעקל, אן די העמד! כמעט זיכער אז אפילו אן די ציצית, וויבאלד ביינאכט האבן זיי אויסגעטון די ציצית צום שלאפן און צופרי האבן זיי זיך נישט געיאגט דאס אנצוטון. (איך שרייב דאס נישט כדי זיי אוועקצומאכן ח"ו, זיי טוען וואס זיי האבן געזען אינדערהיים און מיר וואס מיר האבן געזען. עס איז פשוט ארויסצוברענגען ווי אנדערש די יוניווערסן פון חסידים און ליטאים זענען, ממש לא קרב זה אל זה).
א שטיקל שמועס האט זיך געשאפן צווישן אונז זעקס אקופאנטן, ווען מען שמועסט אפ וואו מען גייט דאווענען און אז נאכ'ן דאווענען זאלן זיי זיכער מאכן ארויפצוקומען צו אונז דא פאר די סעודה, דאן האט מען זיך צעשיידט ווען יעדער איינער גרייט זיך צום דאווענען אויף זיין שטייגער. עס איז שוין געווען נאך האלב צען אזייגער ווען מיר האבן זיך ארויסגעלאזט פון די דירה, און כאטש עס איז געווען א קלער צו דאווענען אין צאנז - כדי צו הערן קריאת התורה פרשת בהעלותך נאך מוסף בציבור - האט מען באשלאסן אז מען מוז צוריקגיין קיין ראדאוויץ וואו מיר האבן מקבל געווען דעם שבת, און העכסטנס וועט מען נאכ'ן דאווענען צוגיין קיין צאנז אויף קריאת התורה. איך ווייס נישט ווען מען האט זיך געשטעלט אין ראדאוויץ, אבער ווען מיר האבן אריינשפאצירט (אינאיינעם מיט טייל פון אונזערע געסט, אדער אלע פון זיי) האט מען שוין געהאלטן נאנט צו "ברכו"... עס איז געווען ערנסטע בזיונות און גאר אומשטייגערליך פאר מיר פערזענליך, אין מאנסי וואלט איך ווארשיינליך ארויסשפאצירט און געכאפט א שפעטערן מנין וואס האלט נאך אנהויב, אבער דא זענען מיר געווען אין דער פרעמד און אויך האבן מיר פאר קיין געלט געוואלט פארפאסן נאך א תפילה אין דעם עקזאטישן שול.
איך האב מיטגענומען מיט מיר מיין סידור, און אויך דעם "חק לישראל" העפט פון פרשת שלח צו קענען מיטהאלטן דאס ליינען (אויך קען איך דאס נוצן צום לערנען עפעס בין גברא לגברא), און איך האב זיך אריינגעריקט טיפער אין שול - אויף די לאדענונג פון די חברה דארט וועלכע האבן צוגעוויזן אז די ערשטע טיש ביי דרומית מזרחית איז כמעט ליידיג און מיר קענען זיך דארט פלאצירן. אויסגעטון דעם שטריימל, זיך איבערגעדעקט מיט'ן טלית, און אנגעהויבן דאווענען פון "מה טובו" אויף די רייע ביז נאך "שמונה עשרה", מיט א שטיקל יאגעניש נישט צו פארפאסן קדושה בציבור. איך געדענק נישט ווער עס איז געווען דער בעל שחרית, דאכט זיך עפעס אן עלטערער איד אן קיין בארד, אבער די ברכת כהנים געדענק איר זייער קלאר...
צווישן דער ציבור מתפללים דארט האט היינט צופרי ארויסגעשטארצט א איד וועמען מיר האבן נעכטן נישט באגעגנט. דער איד האט קענטיג געהאלטן נאך אן ערנסטע טעימה פון געוויסע געווירצן - נוסח צפת. הויך און שטראם איז ער ווי א טראקטאר, און א שטימע האט ער ווי א לייב, און אין צוגאב האט ער זיך ליב צו הערן... מען האט אונז געזאגט מוצאי שבת אויפ'ן וועג פון צפת קיין מירון, אז ער איז א באקאנטער זינגער (איך האב גראדע פרובירט צו זוכן מיט דעם נאמען וואס מען האט מיר אנגעגעבן, אבער איך האב נישט מצליח געווען צו טרעפן עפעס זאכליך). דער איד איז קענטיג א כהן, און ער האט אראפגעלייגט אזא ברכת כהנים אז די ווענט האבן געטרייסלט... מיר האבן זיך נאכגעפרעגט וויאזוי מען באווייזט צו זיין אזוי הויך אזוי פרי אין טאג, בפרט אז מען האלט נאך אנגעבליך בעפאר קידוש, און מען האט אונז געזאגט אז צו קייען די ספעציעלע בלעטער דארף מען נישט האבן געהערט קידוש.
בעפאר'ן ליינען איז פארגעקומען א מאדנע ערשיינונג, מען האט פארקויפט די עליות און געוויסע האבן געצויגן די פרייזן פון ווייבערשול ארויס... די ווייבערשול איז אויף א גאלעריע וואס קוקט ארויס צו די בימה, און דער גבאי האט פארקויפט פאר די אויבערשטע און די אונטערשטע צוגלייך... שפעטער האט מען טאקע געדארפט פרעגן די נשים צדקניות פאר וועמען זיי האבן געקויפט די עליה, און די וואס האבן עולה געווען יענע עלי' האבן געמאכט פאר די קויפערינס א מי שברך...
רעדנדיג פון מי שברך, האט אונזער 'כהן/זינגער' געמאכט א מי שברך ליולדת פאר זיינס א קינד וואס האט געהאט א קינד, אבער געשמועסט האט מען אז ווארשיינליך האט איינע פון זיינע הינט געגעבן געבורט. דער 'זיידע' איז געווען אזוי מין דערהויבן, ער האט אפגענומען מזל-טוב'ס פונעם גאנצן ציבור מיט גרויס התלהבות, און זיך ממש געקוילערט פאר געוויין און געלעכטער בענעזאם. (זיין גאנצע געשטעל האט מיך דערמאנט פון די רעדנעקס אין אמעריקע - להבדיל. ער איז א פלא'דיגע צוזאמשטעל פון א שרעקעוודיגע פיגור מיט א ליבליכע כאראקטער).
נאך א שאקירנדע ערשיינונג - פאר אונז - איז געווען, ווען בעפאר'ן ליינען האט איינער (טאקע אונזער רויטער-גענאק) געמאכט הויך דעם ספעציעלן מי שברך פאר די זעלנער פונעם ציוניסטישן מיליטער. דער נוסח איז אריינגעדרוקט אין זייערע סידורים און ער האט דאס אפגעזאגט אזוי שנעל אז מיר האבן נישט געכאפט וואס ער זאגט דארט, ביז'ן אריינקוקן אינעם סידור און כאפן... אפשר ווען מיר ווייסן דאס פון פאראויס, וואלטן מיר נישט געדאוונט דארט מיט אזא אפעטיט.
איך האב געהאט א ספק אזוי: געווענליך בין איך מקפיד צו אויפוועקן אלע גדולים פון מיין הויז בעפאר סוף זמן קריאת שמע, אזוי האב איך געזען ביי מיין טאטן, ווי ער האט געהאט מקובל. אויך ווען מיינע פארהייראטע קינדער שטייען איין ביי מיר, וועל איך מיט ווייניג אפעטיט אבער אידישע שטאלץ אריינקלאפן צו זייערע שטיבער און מאכן זיכער אז זיי פארכאפן צו ליינען קריאת שמע אין צייט
א ריכטיגע מנהל.... סתם נייגעריג דיין איידעם וועקסטו אויך אויף? למאי נפק''מ פרעגסטו? זאל די צעקונפטיגע מחותן וויסען פון די מעלה פאראויס
פאר אונז חסידים איז געווען העכסט אינטערעסאנט מיטצוהאלטן אזא ספעקטאקל. חסידים וועלן זיך אנטון דעם הוט און רעקל (שטריימל - בעקיטשע) ארומוויקלען דעם גארטל, וואשן די הענט, און זיכער וועט מען זיכער מאכן - אויב עס איז דא צייט - צו זיין געהעריג אנגעטון ווי א מענטש בשעת מעשה. אונזערע געסט האבן געליינט קריאת שמע אן די הוט, אן די רעקל, אן די העמד! כמעט זיכער אז אפילו אן די ציצית, וויבאלד ביינאכט האבן זיי אויסגעטון די ציצית צום שלאפן און צופרי האבן זיי זיך נישט געיאגט דאס אנצוטון. (איך שרייב דאס נישט כדי זיי אוועקצומאכן ח"ו, זיי טוען וואס זיי האבן געזען אינדערהיים און מיר וואס מיר האבן געזען. עס איז פשוט ארויסצוברענגען ווי אנדערש די יוניווערסן פון חסידים און ליטאים זענען, ממש לא קרב זה אל זה)
. עס איז ניכר אז די מנהל האט נישט געלערנט אלס בחור אין אר''י ווייל דארט איז מען רגיל זיך צו דרייען מיט די סארט, אפילו די מגי''ש די ראשי ישיבות וועלן מאכן ברכות אן די הוט.
גראדע באקאנט די ווידאו ווי הגר''ח קנייבסקי זאגט ברכות מיט די בני בית אן די הוט און רעקל
מנחם נחוםהאט געשריבן:↑פרייטאג פעברואר 23, 2024 2:34 pm
@לכאורה האט געשריבן:
איך האב געהאט א ספק אזוי: געווענליך בין איך מקפיד צו אויפוועקן אלע גדולים פון מיין הויז בעפאר סוף זמן קריאת שמע, אזוי האב איך געזען ביי מיין טאטן, ווי ער האט געהאט מקובל. אויך ווען מיינע פארהייראטע קינדער שטייען איין ביי מיר, וועל איך מיט ווייניג אפעטיט אבער אידישע שטאלץ אריינקלאפן צו זייערע שטיבער און מאכן זיכער אז זיי פארכאפן צו ליינען קריאת שמע אין צייט
א ריכטיגע מנהל.... סתם נייגעריג דיין איידעם וועקסטו אויך אויף? למאי נפק''מ פרעגסטו? זאל די צעקונפטיגע מחותן וויסען פון די מעלה פאראויס
יא, אויב האט ער נישט זיכער געמאכט איך זאל אים האבן באמערקט בעפאר סוזק"ש, האט ער באקומען א קלאפ אין טיר.