טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ח (ענדע) ארויף]

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28604
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - [קאפיטל י"ח (ענדע) ארויף]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ברוב רחמי וחמלי השי"ת האב איך געהאט דער זכי' צו מיטלעבן אין די פארלאפענע וואך א געהויבענע נסיעה וואס האט מיך געפירט איבער עטליכע לענדער, ווען דער קלימאקס איז א שבת קודש אין צפת עיר הקודש און אלעס וואס קומט דערמיט, וועל איך צוערשט אפשרייבן די בלויזע ראשי פרקים פון דער נסיעה כדי איך זאל דאס זעלבסט געדענקען, און אי"ה ווי נאר איך וועל זיין פריי וועל איך זיך אומקערן צו מאריך זיין און אויסשמועסן יעדע דעטאל און איינצלהייט.

איך הייב אן מיט א פרייע איבערשרייבונג פון די שטימע נאטיצן וואס איך האב דאסמאל רעקארדירט אויף מיין טרייבעלע יעדע מאל איך האב זיך דערמאנט דערפון.

דינסטאג בהעלותך (אין חוץ לארץ)
7:40 - מען זיצט אויפ'ן פליגער וואס האט זיך נאכנישט געהויבן
8:19 - מען הייבט זיך!
9:30 [ניו יארקער זייגער] - מען גייט שוין סערווירן נאכטמאל אויפ'ן פליגער
10:00 [נ.י.] - אפגעגעסן, געדאוונט מעריב אויפ'ן ארט, באלד גייט מען ליינען קריאת שמע און פרובירן אפשר צו כאפן א דרימל

מיטוואך בהעלותך (אין חוץ לארץ)
2:20 [נ.י.] / 7:20 [לאנדאן] - מ'גייט שוין באלד לאנדען
2:45 [נ.י.] / 7:45 [לאנדאן] - יעצט האט מען געלאנדעט אין לאנדאן
9:30 [לאנדאן] - מיר זענען אין די לאונזש פון לופטהאנזא [אהער האט מען אונז געשיקט, כאטש מיר זענען געפארן מיט ווירדזשין אטלאנטיק], מ'גייט דא דאווענען שחרית, אבער מ'דארף זיך אביסל אונטעראיילן ווייל מען דארף שוין כאפן דעם פליגער אין א דריי-פערטל שעה
10:55 [לאנדאן] - מען זיצט אויפ'ן לאט פליגער וואס גייט אונז נעמען צו ווארשא, פוילן
11:22 [לאנדאן] - פליגער הייבט יעצט אן צו פארן צום ראנוועי
11:40 [לאנדאן] - מ'האט זיך ממש יעצט געהויבן
8:40 [נ.י.] / 2:40 [ווארשא] - מען האט יעצט געלאנדעט אין ווארשא
3:55 [ווארשא] - מ'זיצט אינעם געדינגענעם קאר אין ווארשא, מ'גייט ארויספארן אויף א וועג פון בערך צוויי שעה צו ראדאשיץ
5:00 [פוילן] - אויפ'ן וועג צווישן ווארשא און מאגלניצא. עס איז נישט געווען אין פלאן צו זיין אין מאגלניצא, אבער אז מען פארט קיין ראדאשיץ און מען פארט אדורך און מען זעט אויף די גאנצע וועג "מאגלניצא 19 קילאמעטער... 18 ק"מ... 17 ק"מ..." איז פארוואס עפעס זאל מען נישט גיין אין מאגלניצא?
5:20 [פוילן] - מיר זענען יעצט געווען אין מאגלניצא. דא ליגט דער שרף פון מאגלניצא, רבי חיים מאיר יחיאל שפירא, א זוהן פון רבי אבי עזרי זעליג, וועלכער איז געווען אן איידעם פונעם קאזניצער מגיד. דא ליגט אויך די מאמע פונעם שרף, וואס זי איז א טאכטער פונעם קאזניצער מגיד. מ'האט געזאגט אפאר קאפיטלעך תהלים, זאל מען האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס
7:40 [פוילן] - מיר זענען דא אין ראדאשיץ, וואו מיר האבן געדאוונט מנחה - ב"ה מיט מנין. מיר האבן געהאט א פיינע קאווע [מיט גאלדן פלאו מילך], נישט קיין מקוה. מען איז נאכנישט ארויף צום ציון, און מ'האלט נאך אינמיטן אויסארבעטן די פלענער וואו מען פארט פון דא ווייטער
9:45 [פוילן] - מיר האבן געדאוונט מנחה אין ראדאשיץ, מתפלל געווען ביים ציון, געגעסן א סעודה ביי די יארצייט סעודה, וואו איך האב אפילו גערעדט. יעצט פארן מיר קיין קראקא.
12:23 [פוילן] - מיר זענען אין א האטעל אין קראקא, וואו מען גייט דאווענען מעריב און מען גייט איבערשלאפן. א גוטע נאכט.

דאנערשטאג בהעלותך (אין חוץ לארץ)
8:45 [פוילן] - מיר זענען יעצט אין קראקא, און מען גייט זיך אריינזעצן אין קאר און פארן קיין ווארשא
2:30 [פוילן] - מען גייט זיך הייבן אין אפאר מינוט קיין ארץ ישראל, די רייזע דארף דויערן בערך דריי שעה מיט צוואנציג מינוט
1:15 [נ.י.] / 8:15 [א"י] - מיר זענען יעצט אין די ספעציעלע "פאטטאל" אפטיילונג פון די עירפארט, וואו מען האט אונז מיט גרויס פראטעקציע אהערגעברענגט [כאילו דאס גייט פארשנעלערן דאס גאנצע דורכגיין... ס'זעט נישט אויס בכלל שנעלער, אויב עפעס אפשר לענגער]. מיר גייען דא דאווענען מנחה - ליידער ביחידות, ווייל עס ווערט שוין שפעט, עס איז בערך א שעה צו די רבינו תם זמן, און מען וועט שוין נישט האבן קיין צייט אנצוקומען אין שטאט אריין צו תפלת מנחה
9:18 [א"י] - מיר זענען אנגעקומען קיין ירושלים, און דער דרייווער טראגט אונז צו א געשעפט 'פיק-א-דעלי ליל ששי' דאס צו באטראכטן...
10:20 [א"י] - מיר האלטן נאך מעריב, און מיר פארן ארויס צו עפעס א פלאץ נעבן בית שמש
11:00 [א"י] - מיר זענען דא אין 'זנוח', דא איז דא א שוויץ
1:25 [א"י] - מ'האט געענדיגט דא, מ'האט געבענטשט, און מ'האט זיך אפגעטריקנט, און יעצט גייט מען זיך ארויסלאזן אויף א וועג פון בערך צוויי שעה קיין צפת
2:30 [א"י] - מיר לאזן זיך ערשט יעצט ארויס קיין צפת. מיר האבן זיך אביסל אומגעקוקט אויף בית שמש
4:30 [א"י] - מיר זענען דא אין צפת, מיר שטייען פארנט פון די דירה, עס איז שוין נאך דער עלות
5:50 [א"י] - מיר האלטן נאך פאר'ן דאווענען און פאר'ן שלאפן, לכאורה גייט מען יעצט גיין אין מקוה, טוישן וועש און דאווענען. איך וועל דיר באלד זאגן ווי-וואס-ווען (טאמער איך וועל נישט איינשלאפן...)

פרייטאג שלח (אין ארץ ישראל)
3:07 [א"י] - איך האב זיך אראפגעלייגט ארום צען אזייגער פארמיטאג, און נארוואס אויפגעשטאנען. יעצט גייט מען זיך צוגרייטן צום שבת
7:06 [א"י] - מיר זענען אויפגעשטאנען, איך האב מעביר סדרה געווען, געגעסן טועמיה, געגאנגען אין שאוער, און נאכדעם צום צפת'ער בית החיים (אריה"ק, רמ"ק, ר"ש אלקבץ, דער חרדים, אויך דער בית יוסף, אלשיך הק', בת עין, ערבי נחל, און עקסטער דער באר מים חיים, און דעם טאלטשעווער זיידן האב איך נאר געזען פונדערווייטנס און געווינטשן 'גוט שבת'), נאכדעם האבן מיר זיך גע'טובל'ט אין דעם אריה"ק'ס מקוה און צוריק ארויפגעקומען די גאנצע לאנגע וועג מיט אלע טויזנט שטיגן. יעצט גייט מען מקבל שבת זיין

מוצאי שבת קודש שלח (אין ארץ ישראל)
11:45 [א"י] - מיר זענען יעצט אנגעקומען קיין מירון
1:11 [א"י] - מיר זענען אוועקגעפארן פון מירון, אויפ'ן וועג צום לופטפעלד
4:50 [א"י] - מ'זיצט שוין אויפ'ן פליגער אויפ'ן וועג קיין ווארשא, דער וועג דויערט ארום דריי מיט א האלב שעה
10:26 [נ.י.] / 5:26 [א"י] - מ'גייט ממש יעצט ארויספליען אויף א וועג פון דריי און א האלב שעה קיין ווארשא

זונטאג שלח (אין חוץ לארץ)
2:07 פארטאגס [נ.י.] / 8:07 [פוילן] - מיר האבן יעצט געלאנדעט אין ווארשא
6:53 פארטאגס [נ.י.] / 12:53 [פוילן] - דער פליגער האלט אינמיטן פארן צום ראנוועי, עס הייסט א וועג פון ניין שעה קיין ניו יארק
1:15 [נ.י.] - מיר קומען שוין כמעט אן אהיים, מ'האלט שוין העכער דעם ים הגדול...
3:15 [נ.י.] - מען האט יעצט געלאנדעט אין דזשעי. עף. קעי.
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4707
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - פארווארט ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

סובסקרייבד!
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - פארווארט ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

שלום עליכם!

גע'פועל'ט אלעס גוטס.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
מ'לערנט
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 12:22 am

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - פארווארט ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מ'לערנט »

קודם שלום עליכם

האטס געפועלט אלעס גוטס (אמן)

אבער טייערע מנהל איך וויל בעטן א (קליינע) בקשה אז מען זאל קודם ענדיגן די פאריעריגע נסיעה און נאכדעם קומען צו דע.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4315
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - פארווארט ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

טענקס כורע,

העיקר שכחת, די שבת אין צעפאט, אז דו האסט נישט ריקארדעט שרייב שנעל איידער דו פארגעסט.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
מ'לערנט
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2022 12:22 am

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - פארווארט ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מ'לערנט »

מיר אלע קוקן ארויס אויפן באשרייבונג.

און אונז האפן אז עס גייט נישט נעמען איבער א יאר צו ענדיגן.
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2739
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - פארווארט ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

אה דער מנהל איז געפארן און איז שוין צוריק.
יהא צאתכם ובואכם לחיים ולשלום.

אוודאי איז מן היושר נישט פארגעסן צו פארשליסן דעם פריערדיגן קאפיטל, און דאן זיך נעמען צום נייעם קאפיטל. אמער, מיר ווארטן אלע טאג מיט דורשט אז עס זאל שוין קומען לידי גמר..
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3249
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - פארווארט ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

לכאורה האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 12:09 am
9:18 [א"י] - מיר זענען אנגעקומען קיין ירושלים, און דער דרייווער טראגט אונז צו א געשעפט 'פיק-א-דעלי ליל ששי' דאס צו באטראכטן...
מען איז געבליבן ביים באטראכטן?..

פין דאס אליין איז ווערט א באשרייבונג..
איך האף נאר די מנהל האט נישט געטראפן קיין אמעריקאנע בחורים דארטן.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15831
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - פארווארט ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יוי גייען די קומענדיגע קאפיטלן אינעם אלטן טאגבוך זיין קריאז, יעדע פאראגראף גייט אנטהאלטן א פראזע ’נישט זיכער אז עס איז געווען ביי דעם נסיעה אדער ביים נעקסטן’...

היינצוטאג זינט דער רב איז שוין א פריקווענט פלייער, מוזן די טאגבוכער נעמען שנעלער...
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6633
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - פארווארט ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

אונז קענען קוים ווארטן!

וואס איז די פלאן אויף ווייטער?

[email protected]
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6352
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע:על חוט מתוח

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - פארווארט ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

אנסאבסקרייבד.

(כדי נישט עובר זיין אויף לא תחמוד)
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5950
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע:מ'וואנדערט

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - פארווארט ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

לייק פארן קעפל.

תמוז האט רעכט מיטן אין מערבין, אבער ארחיקה איז א נוגע בדבר... העמיר זעהן ווער ס'איז א גרעסערע פרעשור קוקער...

אפשר שטעלסטו ארויף די נאטיצן רעקארדירונגען...
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17397
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

תגובה דורך אוראייניקל »

לכאורה האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 12:09 am
11:00 [א"י] - מיר זענען דא אין 'זנוח', דא איז דא א שוויץ
1:25 [א"י] - מ'האט געענדיגט דא, מ'האט געבענטשט, און מ'האט זיך אפגעטריקנט, און יעצט גייט מען זיך ארויסלאזן אויף א וועג פון בערך צוויי שעה קיין צפת
וועלכע נאך ברכה מאכט מען אויף א שוויץ?

אולי קען מען עס נוצן פאר'ן שאלה צו קאנפירמען ביים זיך איינשרייבן..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע:דארט

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - פארווארט ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 12:31 am
שלום עליכם!

גע'פועל'ט אלעס גוטס.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28604
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - פארווארט ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ארחיקה נדד האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 8:44 am
לייק פארן קעפל.

תמוז האט רעכט מיטן אין מערבין, אבער ארחיקה איז א נוגע בדבר... העמיר זעהן ווער ס'איז א גרעסערע פרעשור קוקער...

אפשר שטעלסטו ארויף די נאטיצן רעקארדירונגען...
שוין פארמעקט...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28604
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - פארווארט ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 9:33 am
לכאורה האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 12:09 am
11:00 [א"י] - מיר זענען דא אין 'זנוח', דא איז דא א שוויץ
1:25 [א"י] - מ'האט געענדיגט דא, מ'האט געבענטשט, און מ'האט זיך אפגעטריקנט, און יעצט גייט מען זיך ארויסלאזן אויף א וועג פון בערך צוויי שעה קיין צפת
וועלכע נאך ברכה מאכט מען אויף א שוויץ?

אולי קען מען עס נוצן פאר'ן שאלה צו קאנפירמען ביים זיך איינשרייבן..
ס'געווען דארט א געהעריגע סעודה, מ'האט זיך געוואשן, געגעסן און געבענטשט מיט מזומן
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15831
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - פארווארט ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

לכאורה האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 10:53 am
אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 9:33 am
לכאורה האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 12:09 am
11:00 [א"י] - מיר זענען דא אין 'זנוח', דא איז דא א שוויץ
1:25 [א"י] - מ'האט געענדיגט דא, מ'האט געבענטשט, און מ'האט זיך אפגעטריקנט, און יעצט גייט מען זיך ארויסלאזן אויף א וועג פון בערך צוויי שעה קיין צפת
וועלכע נאך ברכה מאכט מען אויף א שוויץ?

אולי קען מען עס נוצן פאר'ן שאלה צו קאנפירמען ביים זיך איינשרייבן..
ס'געווען דארט א געהעריגע סעודה, מ'האט זיך געוואשן, געגעסן און געבענטשט מיט מזומן
אזוי גאר? ווער איז געווען דער דריטער?...

אוי איין מינוט, האסטעך ניטאמאל געשריבן וויפיל חתנים זענען געווען אויפן נסיעה’לע...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28604
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - פארווארט ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יאנאש האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 11:03 am

דריטער? דארט אויפ'ן ארט זענען געווען נאנט צו א מנין אידן
אוועטאר
אלטמאדיש
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע:וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - פארווארט ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

סובסקרייבד.

אפשר איז שייך צו צוטיילן די אשכול דא פאר קאמענטארן און שמועסן און אן עקסטערע אשכול פאר די עצם נסיעה?
אוועטאר
פרישער בחור
שר האלף
תגובות: 1782
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
לאקאציע:אין די נייע ישיבה כאלעטעל

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - פארווארט ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישער בחור »

מיר ווארטן בכליון עינים!
מסע הבונים" ל"ג -ל"ד בעומר תשפ"ד -מיט א פריש"קייט- viewtopic.php?t=69306

א זיסע קארטון אויפן דף טעגליך
viewtopic.php?p=5165592#p5165592
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - פארווארט ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

שלום עליכם מנהל

ווי איז דאס ראדאוויץ?
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28604
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - פארווארט ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מי כעמך האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 1:21 pm
שלום עליכם מנהל

ווי איז דאס ראדאוויץ?
א שטיבל אין צפת
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17397
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - פארווארט ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

לכאורה האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 10:53 am
אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 9:33 am
לכאורה האט געשריבן: מיטוואך יוני 14, 2023 12:09 am
11:00 [א"י] - מיר זענען דא אין 'זנוח', דא איז דא א שוויץ
1:25 [א"י] - מ'האט געענדיגט דא, מ'האט געבענטשט, און מ'האט זיך אפגעטריקנט, און יעצט גייט מען זיך ארויסלאזן אויף א וועג פון בערך צוויי שעה קיין צפת
וועלכע נאך ברכה מאכט מען אויף א שוויץ?

אולי קען מען עס נוצן פאר'ן שאלה צו קאנפירמען ביים זיך איינשרייבן..
ס'געווען דארט א געהעריגע סעודה, מ'האט זיך געוואשן, געגעסן און געבענטשט מיט מזומן
כאפ איך מיר יעצט.. ס'דאך א בפירוש'ע פסוק.. בזיעת וגו' תאכל לחם..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5950
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע:מ'וואנדערט

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - פארווארט ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

זעה איך יעצט, לכאורה אונטערשריפט איז נאכנישט געטוישט... גיי ווייס וואו ער פליעט די וואך.
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28604
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: טאגבוך: פון ראדאשיץ ביז ראדאוויץ (סיון תשפ"ג) - פארווארט ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אין קאנטרי אריין, אי"ה
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”