"קעמפ-פיין" - די "פיין" פון צאלן ריזיגע געלטער פאר "קעמפ"
יאר איין יאר אויס באדייט דאס אז עלטערן פון יונגלעך, מיידלעך און בחורים דארפן צאלן שווערע טויזנטער דאלארן פאר קעמפ, געלט וואס זיי האבן נישט אבער זיי האבן נישט קיין צוויי ברירות.
דאכט זיך אז היינט צוטאגס קאסט א קינד מינימום $2,000 שוין נאכן האנדלען, אפגעזען וועלכע קעמפ און צי עס איז א בחור, יונגל אדער מיידל. אסאך קעמפס בעטן שוין היינט צוטאגס $3,000.
די וואס צאלן "נאר" $2,000 איז עס אויך נאכ'ן זיך מבזה זיין און אריינגיין אין אפיס זיך בעטן אז " איך האב נישט דאס געלט, איך קען ביטע באקומען א דיסקאונט?!" דעמאלט וועט מען אראפלאזן אביסל.
און דאס רעכנט נישט אריין די זייטיגע קעמפ הוצאות פון טראנספארטאציע, וואשן וועש, טריפס, אהיימקומען אינמיטן זומער, און פארשטייט זיך עס רעכנט נישט אריין די נייע זאכן וואס מ'קויפט פאר מ'גייט אין קעמפ און דאס וויזיטן אינמיטן זומער.
א טאטע וואס שיקט דריי קינדער אין קעמפ איז עס א שפיל פון מינימום אומגעפער אכט אלפים, אדער מער פון דעם.
דאס איז א שרעקליכע הארץ וויי און ברענגט גאר אסאך ווייטאג און סטרעס פאר עלטערן. אסאך פון די עלטערן וואלטן נישט געשיקט זייער קינד אין קעמפ, זיי האבן אבער נישט קיין ברירה, די ישיבה, שולע און חדר "גייט אין קעמפ", דו האטס נישט קיין אנדערע אויסוועג.
עס מוז זיך עפענען א " קעמפ-פיין" (קאמפיין) וואס זאל דראסטיש פארעעכטן דעם " פיין" פון אויסגעבן אזויפיל געלט פאר " קעמפ".
דער עולם ווערט געבעטן אריינצוקומען מיט "קראנטע" פרייזן וויפיל ישיבות און מוסדות בעטן פאר קעמפ.
סיי וועלכע קעמפ אדער מוסד דו ווייסט א קראנטע פרייז ביטע טייל דאס מיט.
#קעמפ-פיין
#Camp-pain