אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
never
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4674
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 1:45 am

אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך never »

אקעי לאמיר גיין צים ווידעא פין "דוד פינק,שלומי מייזלער זמרו קווייער-אלעס אנטווערפענע חברה."

קודם פאר ווער ס' איז נייגעריג ווער עס איז די סאונד אינזשעניר וואס מען זעט אנפאנג פינעם ווידעא, ער הייסט 'שמואל נחמן האכבערג,' ער איז די אנטווערפענע יואלי קארפען...
די זינגער איז 'שלומי מייזלער' באמת א לעבעדיגע חסידיש'ע זינגער, ער איז א איידעם ביי ר' שבתי האפפמאן פין אנטווערפן, זייער שטארק אויפגכאפט דארט אין לאנדון, גראדע שוין געהאט אפאר זשאב'ס אין אמעריקה אויך.
"זמרו" איז א נייע קווייער אין אנטווערפן, מולטי טעלענט יונגעלייט, מער אזא סטייל ווי זמירות פין אמעריקה,.

אין יעצט צים ווידעא!

פאנגט זיך אן שיין גרענד, ברעס, דוד נעמט די לאאפ פין ואני אבטח בך אין מאכט עס פאר נעקסט לעוועל, גיטע געדאנק!
פין די צווייטע ניגון באקימט שלומי'ס קאל אזא לעקטעראניק געמיקסטע סאונד.
שווער צי אנמערקן אויף גיטע אררענזשמענט'ס ווייל אלעס איז גיט! סיי די מוזיק אין סיי די קווייער!
איין זאך פארשטיי איך נישט פארוואס די הויכע פעלער באקימען נישט קיין פול דראם, נאר ער בלייבט ליידיג.
ביי א 'לעבן פיל מיט ברכה' געבט ער גרענד, גיטאר, אין נאכדעם קימט אריין די דראם, זייער גיט!
ווען ער גייט צים שנעלעם ווערסיע, "וואן טא טכי פא," אה די 'אנטווערפענע קריסיפי נאמבער'ס' אה מחיה!
די בעיס איז גאר גיט!
דריי מאל זעט מען די סאונד אינזשעניר, צוויי מאל לייגט ער ארויף די הענט אפען העטפאונס..
די ניגון יהי החודש הזה קען איך נישט.
לאמיר נישט זינגען קיין עברית , יא די קענסט זיין ווי יוסף, זייער שיין געשריבן-געזינגען די אידישע ווערטער.
ווען ער זינגט שטייט די ווערטער ביזטו א מלך א מלך א מלך אליין, איז דא א טראמפעט וואס געבט דיר לאוה הארמעני-ס' האט מיר איבערגענימען!

זיי ענדיגן הערליך ביים די לעצטע פאר ווערטער האב איך געווארט צי זען צי ער גייט ענדיגן מיט די ווערטער במהרה בימינו, למעשה איז נאר אנגעקימען במהרה!

איז יעצט רבותי!
די סטעיזש איז א שיינע סטעיזש די לייטינג איז שיין אבער נישט מורה'דיג,
אבער די מוזיק איז גיט! גאר גיט!
אין יעצט א ווארט צי זמרו,
זמרו, עט'ס זענטס גיט! מיר דארפן נאך!
אין א ווארט צי שלומי, איז די קענסט יא? ווי ביזטו געווען ביז יעצט? אין אז די ביזט שוין יא יעצט די, האלט אן - סיי די גיטע זינגען חלק -אין סיי די חסידישקייט!
נאך א מזל האסט פיאות אויף די אויער אז נישט וואלסטי געדארפט שטיין א שעה פאר די פערפארמינג ביי א שפיגל זיך אויסציען די פייאות אין עס באווארפן מיט זשעל...
דוד פינק, ס' שפריצט פינקען פין מוזיק!
זייטס געבענשט כ'האף עטס האטס הנאה געהאט.
צים ווידערזען בעזר ה'!
הצלחה
אתה בחרתנו מכל העמים.

פאר מוזיק אנעקדאטן:
דריקט דא.

פאר קאמענטארן:
דריקט דא.

[email protected]
גרויס בריטאניע
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 05, 2022 8:47 pm
לאקאציע:אונטערן באנק

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויס בריטאניע »

געשמאק און דערפרישענד.
אויב מעגליך נאר ביטע לייגן די ווידאו אינעם תגובה פון וועמען מ'רעדט.
אדערווייז גיי אן ביזט גוטע נייעס..
viewtopic.php?p=4435004#p4435004
איך בין געגאנגן. אפשר איין טאג העלעך זיין צוריק, אויף דערווייל ענדזשויטס..
אוועטאר
never
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4674
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 1:45 am

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך never »

אקעי לאמיר גיין צום צווייטען קאפיטל 'יהודה מאנהיים-יענקי לאנדא בענד-נשמה קווייער'.
https://drive.google.com/file/d/1CgB1bb ... p=drivesdk
פאנגט זיך אן שטארק-די חברה פאנגן אן צופליקט צי מרמז זיין אז עס קימט אסאך פאן היינט.

יהודה קימט רויאיגער'הייט ארויף דעם סטעיזש, טוט זיך אויס דאס הוט'ל פארשטייט זיך, געגאנגן!

האט אויסגעפעלט צי אנפאנגן מיט'ן אלטן 'ואהבת'?

חברה ס'דא גיטע בעיס, אין מאכט'ס זיכער צי-צולייגן מוח אפען לינקן אויער, ווייל די לעקטעריג גיטאר זיצט זייער גיט אויף די לינקע זייט היינט!

אויך איז די טעמפא זייער שנעל, אביסל צי שנעל.

ער גייט ארויף א טאן ביים הויכן פאל, זייער גיט!

ער זינגט שיין, ביי הויכע פאל די צווייטע מאל 'ערבים כל ישראל זה לזה זה לזה' איז זיין קאל קריסטעל קלאר!

די יאמאה זשינאס באגלייט שיין אינעם אינטרא פין אנה ה' הושיעה נא.. אויך א גיטע געדאנק געווען צי ניצען דעם ניגון,

די פראקאשען איז פיינע נייעס, די לעקטעריג - בעיס גיטאר זענען פיפיגע חברה!
די בארד אינעם פיאות פין די לעצטע נשמה זינגער דערמאנט מיר פין יואלי הארוויץ פין שירה.

אוטש! ווען ער פאנגט אן וארשתיך לי לעולם ווערט זיין קאל ציקוועטשט!

ביי די אינטרא פין ואני אבטח בך איז דא הערליך גיטע בעיס!

פארוואס פאנגט ער אבער אן די ניגון אפאר סקעיל'ס אראפ פינעם אינטרא? מאכט מיר אביסל נארוועיז.
ביי 4:20 לאכט די סעקסעפאון צים קעמרע..כ'האב צוריק געשמייכלט צו אים...

די גאנצע שלום עליכם האב איך נישט קיין אנונג ווי ס' קימט אריין דא!

אה פינעף אהאלב מינוט אריין אינעם ווידעא דערמאנט ער זיך צי שרייען 'שמחות חתן כלה'

ווען ער פאנגט אן די הויכע פאל 'חתן כלה האט ער די מייק אינעם לינקן האנט, ביי 'אידן אלע' ליגט די מייק אינעם רעכטן האנט.. מחותנים ובני בנים שיין פארדרייט!

כי לישועתך א שיינע ניגון פין שראלי ליפשיץ, די גאנצע עקט דא געפעלט מיר נישט!

ענדיגט זיך שיין אין טיפיקל!

יענקי לאנדא ביזט גוט! גאר גיט!

יהודה זייער גיט געזינגען, אבער ס' פעלט נישט אויס די הינדערטע מינע טאנצונגען וואס די האסט אריינגעטאנצן דא ביים ווידעא!
אבער ביזט פיל מיט ענערזשי!

נשמה עט'ס באמת נשמה'דיג, בוכלל נישט שטארק מיט פילע חידושים, נאר נשמה'דיב רויאיג אין שיין.

די מוזיק איז גאר געשמאק געמיקסט!

נאך אזאך פאר יהודה, א פלאס פאר דיין וואלענע צוצית!
............
אין די עיקר שכח פארן ליינען , כ'האף עטס האטס הנאה געהאט.

צום ווידערזעהן בעזר ה'
הצלחה
אתה בחרתנו מכל העמים.

פאר מוזיק אנעקדאטן:
דריקט דא.

פאר קאמענטארן:
דריקט דא.

[email protected]
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

never האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 15, 2023 3:51 pm
אקעי לאמיר גיין צום צווייטען קאפיטל 'יהודה מאנהיים-יענקי לאנדא בענד-נשמה קווייער'.
https://drive.google.com/file/d/1CgB1bb ... p=drivesdk

ער זינגט שיין, ביי הויכע פאל די צווייטע מאל 'ערבים כל ישראל זה לזה זה לזה' איז זיין קאל קריסטעל קלאר!
גוטע אנאליז.

כ'האב נישט געקענט ענדיגן די ווידיא ווייל ער האט אויסגעלאזט די שיינע אה או אה אה הו... או הא הו אה אה הו... זה כלל גדול, זה כלל גדול גדול בתורהההה....
איינער וואס לייגט אריין די ניגון אין א מוזיק ווידיא אן די שטיקל איז א פארברעכער...

אמר''ש, די מיקס האט א שטארקע פראבלעם, די זינגער איז צי הויעך.
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

מען וואלט שוין לאנג געדארפט עפענען אזא אשכול... איך האב געפלאנט פון עפענען אבער צייט האט צוריקגעהאלטן.

שקר גמור מיט א הערליכע אנאליז אויף מאטי'ס פרישע ווערק.

viewtopic.php?p=4404486#p4404486
דן לעוו
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 20, 2023 6:29 pm

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דן לעוו »

כינור האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 22, 2023 2:09 am
מען וואלט שוין לאנג געדארפט עפענען אזא אשכול... איך האב געפלאנט פון עפענען אבער צייט האט צוריקגעהאלטן.

שקר גמור מיט א הערליכע אנאליז אויף מאטי'ס פרישע ווערק.

viewtopic.php?p=4404486#p4404486
עקסעס פליז...
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

בעל פרנסה האט געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2023 1:48 pm
מאטי אילאוויטש - אנדערש:

https://drive.google.com/file/d/1stoxKF ... sp=sharing
שקר גמור האט געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2023 7:01 pm
אקעי יעצט האב איך א מינוט לאמיר אנכאפן די ניגון ביים הויעכפונקט.

די ניגון: פשוט מיט דערפרישענדע חידושים גרינג נאכציזינגען און נישט די טיפיקל.

די פוינט: קודש קדשים א הייליגע פוינט ארויסגעברענגט פון די בעסטע קוק ווינקל דאס קינד זעלבסט מיט שטארקע שירות.

די ווערטער: גוט איינס ביי איינס שטארקע שירות און דאך אזוי פאזעטיוו יעדע שטריך פון נעגעטיוועטי איז באדעקט מיט שיכטן פאזעטיוויט.

בעסטע ליינס: ''רוף מיר ביי מיין נאמען נישט ביי מיין פראבלעם'' (באמפער סטיקער...) ''און מיר עס קלאפט א הערצעלע וואס גייט אויס מען זאל איר פארשטיין'' (געניצט די ווארט הערצעלע צוויי מאל אן עס דערמאנען אפולו איין מאל!!) ''איך האב אזויפיל וואס צי זאגן און א לאנגע וועג צי גיין'' (מקדים געווען די פאזעטיוו זייט פארן רעדון פון די באגרעניצונג) ''און לערן אויס דיינע קינדער צי טוען די זעלבע זאך'' (אוי טאטע!)

די מיוזיק: נו ווער בין איך צי רעדן?...

די ווידיא: סופער דשאב לייבי און די נאטירלעכע עקטערס A1! (נישט זיך פארמישן מיט AI) די טWיסט מיט די צעטל איז א מוח שטורעם (א וואס?...) בד''ו נישט געוויסט אז מענדי הערשקעוויטש מיטשעט זיך מיט מייז אין זיין סטודיא...

יעצט אביסל קריטיק...
ערשטענס. די הויט רויט סקאנדאל איז נישט אוועקצימאכן, געדענק א ווייסע ציצית דערקענט מען יעדע שמיץ, צווייטענס. ווער האט ליב א 'הייסע' שאטן? איך האב עס דוקא ליב קאלט... ס'קומט שוין הייס אדער מ'דארף עס אליינס איבערווארעמען?... דריטנס: מיינע מניעות מיין פארשטאנד און מיין 'אויסדרוק' איך מיין אז די האסט געמיינט צי זאגן 'איינדרוק' ס'מאכט פשוט מער סענס

אבער אווער אלל מאטי האסט דעליווערט א פעסטע דשאב!! און אז דאס איז בלויז איינס פון צען פון דיין צוקונפטיגע סידי... קען מען קוים ווארטן!!! רבותי ס'קומט...

ס'קומט וואס? ס'קומט שבועות...
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
אוועטאר
טאטעטריא
שר האלף
תגובות: 1520
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 03, 2023 12:26 am
לאקאציע:נישט דא!

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטעטריא »

@never קיפ איט אפ! כהאב שטארק הנאה...
The quick brown fox jumps over the lazy dog
אוועטאר
never
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4674
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 1:45 am

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך never »

טאטעטריא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 22, 2023 4:45 pm
@never קיפ איט אפ! כהאב שטארק הנאה...
וועל איך דיר פארציילן דעם אמת.
איך האב שוין געהאט א לאנגע באשרייבונג אויף די ווידעא פין שמולי סוכות,
אויך האב איך שוין אנגעהויבן שרייבן אויף מאטי אילאוויטש'עס ווידעא,
אבער מיט'ן אייבירשטענס ווילן האט זיך די פייל דיליטעט!
ס'האט זיך אויסגעמעקט!
ס'האט זיך נישט געסעיווט אין ערגעץ!
האמיר נאכאמאל אנגעהויבן שרייבן, אלעס נעמט צייט. מיטן אייבירשטענס הילף ווען ס'וועט זיין פערטיג העמער'עס אהערשיקן.
ברכה הצלחה
אתה בחרתנו מכל העמים.

פאר מוזיק אנעקדאטן:
דריקט דא.

פאר קאמענטארן:
דריקט דא.

[email protected]
אוועטאר
כינור
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2019 10:46 pm

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כינור »

never האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 22, 2023 10:46 pm
טאטעטריא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 22, 2023 4:45 pm
@never קיפ איט אפ! כהאב שטארק הנאה...
וועל איך דיר פארציילן דעם אמת.
איך האב שוין געהאט א לאנגע באשרייבונג אויף די ווידעא פין שמולי סוכות,
אויך האב איך שוין אנגעהויבן שרייבן אויף מאטי אילאוויטש'עס ווידעא,
אבער מיט'ן אייבירשטענס ווילן האט זיך די פייל דיליטעט!
ס'האט זיך אויסגעמעקט!
ס'האט זיך נישט געסעיווט אין ערגעץ!
האמיר נאכאמאל אנגעהויבן שרייבן, אלעס נעמט צייט. מיטן אייבירשטענס הילף ווען ס'וועט זיין פערטיג העמער'עס אהערשיקן.
ברכה הצלחה
מיר ווארטן.
אוועטאר
never
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4674
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 1:45 am

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך never »

א גיטן אלע איי-וועלט ליינער. גיימיר צים פערדן חלק 'קומזיץ מיט שמוליק סוכות.'
https://drive.google.com/file/d/1rsxl4Y ... sp=sharing
קודעם א שכח פאר אלע אידן וואס האבן געלייקט פאר די פאריגע תגיבות,
אין א עקסטרע שכח פאר:
גרויס בריטאניע-באטל וואסער-טאעטאריע-כינור פארן ציטירן אינעם אשכול,
מיט אלע מעשיות געבט עס שטיפ מיט חיזוק ווייטער אנציגיין!
אין יעצט צום ווידעא!

פאר ווער ס'ווייסט נישט די בחורים זענען פין ישובת 'יה אכסוף' אין ארץ ישראל. די פלאץ ווי די ווידעא איז געכאפט געווארן איז א שיינע פלאץ, די חברה האבן אהין געברענגט וויין, פייער. ער פאנגט אן מיט די טענק יא ה' ניגון, כ'האב נישט ליב די ווערטער, "יעדער איז א ביג צדיק.."
ווען ער פאנגט אן "וגם וגם וגם פושעי ישראל," קיקט עס אויס ווי אפאר בחורים מאכן א קומזיץ אין לאנטש רום אין ישיבה, אינמיטן געבט איינער א ווארף אריין.. וגם וגם.. ווייסט וואס איך מיין? ס'שטומט נישט מיט גארנישט..
אבער די הויכע פאל "יש בהם נקודה קדושה" איז זייער שיין, אין די מוזיק דא איז אויך הערליך.

ווי יעדער זעט געבט ער א שטעל אפ די ניגון פין איין מינוט אפען צווייטן, זייער שיין.
פאנגט אן די שטייטע ווערסיע,
הערליכן אינטרא פינעם פלוט!
די ניגון "תהום" קען איך נישט, זייער א שיינע ניגון. די בחור וואס מען זעט ביי 1:55 איז אן אמעריקאנע בחור, ביי 1:57 געבט די בחור א בלינק מיט די אויגן, אין ס'שטימט גיט מיט די סנער פינעם ביט! געב עס א בליק איבער...
ביי 2:22 "עלי עלי עלי" איז דא גיטע לאו הארמעני!
ביי 2:25 האט מען בלארי געמאכט די פנים פינעם לינקן בחור! זעט אויס ער האט געבעטן מען זאל אים נישט זען..
ביי 2:51 די אינגערמאן מיט די אויפגעהויבענע גלעזער... בוכלל מיז איך זאגן אז די גאנצע עולם עקט עפעס זייער אמת'דיג אין ווארעם צים קעמרע!

די עולם האלט מיט די בעיס פין 3:09 ביז 3:16?

א הערליכע סקולענע ניגון!

איך באמערק אז די ניגון "כי לישועתך" איז יעצט שטארק אויפגעפיקט! דריי יאר נאכן ארויס-קום, דאס דערמאנט מיר, אז יארן נאכדעם וואס 'שרגי געשטעטנער ע''ה' האט ארויסגעגעבן זיין הערליכע אלבום האט זיך די עולם דערמאנט פינעם ניגון "חמול,"
אין ווי נישט די טראגעדיע וואלטן מענטשן קיינמאל אפילו נישט געוויסט אז ס' עקזעסטירט בוכלל אזא ניגון!

ביי 4:33 ווייזט די בחור די פינגער אויף ארויף, ווייס איך נישט פארוואס.

4:37 וואס איז די מעשה מיט די לינקע פייאה? ס'האט זיך נישט היינט געמאכט?

די טאטע מיטן היט אין רעקל איז מיין בעסטע עקטער דא ביים ווידעא!
"אוי דאס פינטעלע איד" געטוישט אפאר סקעיל'ס, ס'פיינע נייעס.
ביי 5:28 הער איך "ארי-יענקי היל!"

אקעי ער גייט צוריק צי לעבעדיגע פרייליכע ניגונים, די צווייטע מאל ווען ער גייט ארויף א טאן ''יתברך שמך בפי כל חי'' איז דא גיטע מאזיק!
אין אזוי בלייבט ער ביזן סוף, ס' איז א שאד אז ער טוישט נישט ניגון , נאר ער בלייבט א מינוט צוויי מיטן זעלבן ניגון..
אין יעצט צום ענדע!
די עולם איז זייער היימיש אין ווארעם דא! אין די עוקר איז, אז מען עקט זייער "אריגינעל אין אמת'דיג!"

א אינטערסאנטע אנעקדאט- אז אין די גאנצע צימער איז נאר דא איין היט, מיט איין וואלענע טלית קטן!

די מאזיק איז זייער זייער שיין! ניין, איך ווייס נישט ווער ס'האט עס געמאכט, ס' הערט זיך מיר ווי "אלי קליין-איצי בערי."

שמוליק די זינגסט גיט!
ווער האט דיר צאמגעשטעלט די קאלעקציע פין די ניגונים??
מאך אבער זיכער צי ברענגן נאך אזלכע שיינע אינטערסאנטע היימישע סחורה, אין ווער נישט נאכגעשלעפט פין די היינטיגע משיגעת'ן!

העמער ענדיגן דא בעזר ה' ,
אין די עוקר שכח פארן ליינען,
כ'האף עטס האטס הנאה געהאט!
צים ווידערזעהן בעזר ה'
הצלחה
אתה בחרתנו מכל העמים.

פאר מוזיק אנעקדאטן:
דריקט דא.

פאר קאמענטארן:
דריקט דא.

[email protected]
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5307
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

זייער זיסע און געשמאקע אבזערוואציעס.

שכוח @never !

נעווער סטאפ פון אריינקומען מיט געשמאקע אנאליזן.
אוועטאר
Masmid
שר חמשת אלפים
תגובות: 5071
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

@never מאכסט א פיינע ארבעט! קיפ איט אפ!
המאור שבה יחזירנו למוטב!
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5307
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

never האט געשריבן: זונטאג יוני 25, 2023 3:53 am
אקעי ער גייט צוריק צי לעבעדיגע פרייליכע ניגונים, די צווייטע מאל ווען ער גייט ארויף א טאן ''יתברך שמך בפי כל חי'' איז דא גיטע מאזיק! אין אזוי בלייבט ער ביזן סוף, ס' איז א שאד אז ער טוישט נישט ניגון , נאר ער בלייבט א מינוט צוויי מיטן זעלבן ניגון..
דעיס באדערט דיך?! מיך באדערט אז ער זינגט נישט יעדע ניגון דארט א מינוט צוויי כאטשיג.

דעיס איז מיין דזשענעראל פראבלעם מיט דעי סארט מחרוזת'ן און קומזיץ סטייל געמאכעכץ..
אוועטאר
never
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4674
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 1:45 am

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך never »

גראז האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 2:14 am
never האט געשריבן: זונטאג יוני 25, 2023 3:53 am
אקעי ער גייט צוריק צי לעבעדיגע פרייליכע ניגונים, די צווייטע מאל ווען ער גייט ארויף א טאן ''יתברך שמך בפי כל חי'' איז דא גיטע מאזיק! אין אזוי בלייבט ער ביזן סוף, ס' איז א שאד אז ער טוישט נישט ניגון , נאר ער בלייבט א מינוט צוויי מיטן זעלבן ניגון..
דעיס באדערט דיך?! מיך באדערט אז ער זינגט נישט יעדע ניגון דארט א מינוט צוויי כאטשיג.

דעיס איז מיין דזשענעראל פראבלעם מיט דעי סארט מחרוזת'ן.
אה... די אשכול גייט נאך אן? . . .
ביזט גערעכט, אבער דא האב איך עפעס געפילט ווי ער מיז יא טוישן ניגון.
אתה בחרתנו מכל העמים.

פאר מוזיק אנעקדאטן:
דריקט דא.

פאר קאמענטארן:
דריקט דא.

[email protected]
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5307
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

never האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 2:18 am
גראז האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 2:14 am
never האט געשריבן: זונטאג יוני 25, 2023 3:53 am
אקעי ער גייט צוריק צי לעבעדיגע פרייליכע ניגונים, די צווייטע מאל ווען ער גייט ארויף א טאן ''יתברך שמך בפי כל חי'' איז דא גיטע מאזיק! אין אזוי בלייבט ער ביזן סוף, ס' איז א שאד אז ער טוישט נישט ניגון , נאר ער בלייבט א מינוט צוויי מיטן זעלבן ניגון..
דעיס באדערט דיך?! מיך באדערט אז ער זינגט נישט יעדע ניגון דארט א מינוט צוויי כאטשיג.

דעיס איז מיין דזשענעראל פראבלעם מיט דעי סארט מחרוזת'ן.
אה... די אשכול גייט נאך אן?...
זיכער, אונז ווארטן זאלסט אריינקומען מיט געשמאקע אנאליזן און צולייגונגען.
אוועטאר
never
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4674
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 1:45 am

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך never »

גראז האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 2:22 am

בעזרת ה' יתברך...
גראדע הנאה געהאט פינעם ווארט 'צילייגונגען'...
אתה בחרתנו מכל העמים.

פאר מוזיק אנעקדאטן:
דריקט דא.

פאר קאמענטארן:
דריקט דא.

[email protected]
אוועטאר
דעת גדול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:38 pm
לאקאציע:טיעף און וואלד... אויף אן אקציע...

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת גדול »

@never פיינע נייעס...
שמחה=שמייכל=רואיג=פאזעטיוו=צו גאט און צו לייט

איש תם. יושב אוהלים...
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5307
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

never האט געשריבן: זונטאג יוני 25, 2023 3:53 am
אקעי ער גייט צוריק צי לעבעדיגע פרייליכע ניגונים, די צווייטע מאל ווען ער גייט ארויף א טאן ''יתברך שמך בפי כל חי'' איז דא גיטע מאזיק! אין אזוי בלייבט ער ביזן סוף, ס' איז א שאד אז ער טוישט נישט ניגון , נאר ער בלייבט א מינוט צוויי מיטן זעלבן ניגון..
איך כאפ יעצט אז דעי "יתברך שמך" איז שלמה קארליבאך'ס ניגון.
אוועטאר
never
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4674
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 1:45 am

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך never »

#5

https://drive.google.com/file/d/1KibubZ ... iSaW-/view

טועמיה! ליפא שמעלצער!
-קודעם ליפא פראבירט צי נעמען דיפרענט פסוקים אין מאכן אויף דעם ניגונים, דערמאן איך מיר יעצט, אז איינער האט געפרעגט "פינקי וועבער" האסט דאך שוין געמאכט אזויפיל ניגונים, ווי איז די ניגון אויף די ווערטער 'ברוך שפטרני מעונשו שלזה?' פינקי האט אים גע'ענפערט, דאס העל איך לאזן פאר ליפא...

-אז די רעדסט פין טעם עולם הבא, האב איך געטראכט אז מען גייט זען א טיש מיט גיטע עסן, אין לעבן דעם א טיש אנגעפילט מיט גמרות, אין אנשטאט טועם צי זיין פין די געשמאקע מאכלים, וועסטי דיך זעצן לערנען... "ליפא"! קענסט נאך ניצן דעם געדאנק פאר די נעקסטע ווידעא..

-די גרענד פיאנא, איז זייער קונצליך, אבער ס'פעלט שיינע קארד'ס! אלעס פארט פשוט אין גראד.

-כ'האב נישט ליב צי זעהן ציגעלייגטע פראפ'ס, צום ביישפיל? די לייטינג באר'ס שפיגל'ען זיך אפ אינעם פיאנא, דאס נעמט אוועק דאס נאטיר'ליך'קייט פינעם ווידעא!

-די צעטל נאוט'ס וואס ליגט אפען פיאנא, איז ליידיג, ס'שטייט נישט גארנישט געשריבן דערויף!

-ער זאגט אלע טעמים? אדער על תאמין?

-ליפא שוועבט אין א העכערע וועלט- א טועמיה וועלט..!

-די ניגון אליין איז שיין, אבער גאנץ פשוט אן קיין חידושים.

-האט אויסגעפעלט אריינציזאאאמען אין זיין מויל אריין?

-ביים אויסלעשן די לעכט זאגט ער פסח...

- זייער פיין, אין די עוקר איז ""שכח ליפא,"" כ'ווייס איז די אלע סינגל'ס - סידיס - ווידעא'ס, קאסטן אסאך כוחות-געלט-צייט, אין נאכאלץ געבסטי אינץ פאר 'בחינם' גיטע טאלאנטפולע רייכע "טייער באצאלטע סחורה!"
מיר אפרישיעטן א יעדע זאך!

"-שכח ליפא! די אייבישטער זאל דיר שיקן ווייטער'דיגע כח, אנציהאלטן!
מיט אלע זינגער'ס, פערפארמער'ס ביזטו די מלך אין די ליין!

...העמער ענדיגן דא בעזר ה' ,
אין די עוקר שכח פארן ליינען,
כ'האף עטס האטס הנאה געהאט!
צים ווידערזעהן בעזר ה'
הצלחה
לעצט פארראכטן דורך never אום מאנטאג יולי 31, 2023 10:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אתה בחרתנו מכל העמים.

פאר מוזיק אנעקדאטן:
דריקט דא.

פאר קאמענטארן:
דריקט דא.

[email protected]
אוועטאר
בעל פרנסה
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 1:48 pm
לאקאציע:איך זוך עס נאך...

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל פרנסה »

never האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 2:47 pm
#5

טועמיה! ליפא שמעלצער!
-קודעם ליפא פראבירט צי נעמען דיפרענט פסוקים אין מאכן אויף דעם ניגונים, דערמאן איך מיר יעצט, אז איינער האט געפרעגט "פינקי וועבער" האסט דאך שוין געמאכט אזויפיל ניגונים, ווי איז די ניגון אויף די ווערטער 'ברוך שפטרני מעונשו שלזה?' פינקי האט אים גע'ענפערט, דאס העל איך לאזן פאר ליפא...

-אז די רעדסט פין טעם עולם הבא, האב איך געטראכט אז מען גייט זען א טיש מיט גיטע עסן, אין לעבן דעם א טיש אנגעפילט מיט גמרות, אין אנשטאט טועם צי זיין פין די געשמאקע מאכלים, וועסטי דיך זעצן לערנען... "ליפא"! קענסט נאך ניצן דעם געדאנק פאר די נעקסטע ווידעא..

-די גרענד פיאנא, איז זייער קונצליך, אבער ס'פעלט שיינע קארד'ס! אלעס פארט פשוט אין גראד.

-כ'האב נישט ליב צי זעהן ציגעלייגטע פראפ'ס, צום ביישפיל? די לייטינג באר'ס שפיגל'ען זיך אפ אינעם פיאנא, דאס נעמט אוועק דאס נאטיר'ליך'קייט פינעם ווידעא!

-די צעטל נאוט'ס וואס ליגט אפען פיאנא, איז ליידיג, ס'שטייט נישט גארנישט געשריבן דערויף!

-ער זאגט אלע טעמים? אדער על תאמין?

-ליפא שוועבט אין א העכערע וועלט- א טועמיה וועלט..!

-די ניגון אליין איז שיין, אבער גאנץ פשוט אן קיין חידושים.

-האט אויסגעפעלט אריינציזאאאמען אין זיין מויל אריין?

-ביים אויסלעשן די לעכט זאגט ער פסח...

- זייער פיין, אין די עוקר איז ""שכח ליפא,"" כ'ווייס איז די אלע סינגל'ס - סידיס - ווידעא'ס, קאסטן אסאך כוחות-געלט-צייט, אין נאכאלץ געבסטי אינץ פאר 'בחינם' גיטע טאלאנטפולע רייכע "טייער באצאלטע סחורה!"
מיר אפרישיעטן א יעדע זאך!

"-שכח ליפא! די אייבישטער זאל דיר שיקן ווייטער'דיגע כח, אנציהאלטן!
מיט אלע זינגער'ס, פערפארמער'ס ביזטו די מלך אין די ליין!

...העמער ענדיגן דא בעזר ה' ,
אין די עוקר שכח פארן ליינען,
כ'האף עטס האטס הנאה געהאט!
צים ווידערזעהן בעזר ה'
הצלחה
א שטארקע חידוש פון די ווידיאו איז אז ס'איז געכאפט געווארן אויף איין מאל מיט איין קעמארע
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5307
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

never האט געשריבן: זונטאג יוני 25, 2023 3:53 am
ווען ער פאנגט אן "וגם וגם וגם פושעי ישראל," קוקט עס אויס ווי אפאר בחורים מאכן א קומזיץ אין לאנטש רום אין ישיבה. אינמיטן געבט איינער א ווארף אריין.. וגם וגם.. ווייסט וואס איך מיין? ס'שטומט נישט מיט גארנישט..

אבער די הויכע פאל "יש בהם נקודה קדושה" איז זייער שיין, און די מוזיק דא איז אויך הערליך.
ווער האט געמאכט דעי ניגון?
טשעפנאק
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 21, 2023 2:50 pm

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעפנאק »

נישטא קיין צוויי ברירות מ'מוז שוין גיין שטרענג, די נעקסטע זינגער וואס וואגט זיך צו צו ניצן דעם אויסגעמאלקענעם אויסגעדראשענעם ואני אבטח בך אין א קליפ, גייט ער אין תפיסה פאר צען יאר.
האדם לא נברא אלא להתענג!!
אוועטאר
never
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4674
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 1:45 am

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך never »

טשעפנאק האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 3:13 pm
נישטא קיין צוויי ברירות מ'מוז שוין גיין שטרענג, די נעקסטע זינגער וואס וואגט זיך צו צו ניצן דעם אויסגעמאלקענעם אויסגעדראשענעם ואני אבטח בך אין א קליפ, גייט ער אין תפיסה פאר צען יאר.
מ'האט ארעסטירט בערי וועבער פארן עס זינגען אויף זיין נייע ווידעא?
אתה בחרתנו מכל העמים.

פאר מוזיק אנעקדאטן:
דריקט דא.

פאר קאמענטארן:
דריקט דא.

[email protected]
טשעפנאק
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 21, 2023 2:50 pm

Re: אנאליזן אויף נייע סינגלס-ווידעאס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעפנאק »

never האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 3:28 pm
טשעפנאק האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 3:13 pm
נישטא קיין צוויי ברירות מ'מוז שוין גיין שטרענג, די נעקסטע זינגער וואס וואגט זיך צו צו ניצן דעם אויסגעמאלקענעם אויסגעדראשענעם ואני אבטח בך אין א קליפ, גייט ער אין תפיסה פאר צען יאר.
מ'האט ארעסטירט בערי וועבער פארן עס זינגען אויף זיין נייע ווידעא?
ער האט באקומען פראבעישן, וויבאלד ער האט עטליעסט נישט אנגעהויבן דערמיט
האדם לא נברא אלא להתענג!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”