זמן ברכת המזון ביי א חתונה

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

טראגער
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:24 pm

זמן ברכת המזון ביי א חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראגער »

איך האב געוואלט מעורר זיין, איבער א זאך וואס איך האב געזעהן זייער איינגעפירט אין ארץ ישראל און נאך פלעצער ווי די חשובע מגיבים וועלן אנווייזן אז די צייט פון ברכת המזון ביי די חתונה זאל זיין ביי די הפסקה, וועגן די הלכות:
א) פון ווען מען עסט ביזן סוף חתונה איז שוין אסאך מאל מער ווי זמן העיכול, און עס איז א שאלה צו עס מעג זיין אזא לאנגע הפסק, הגם מען געבט זיך אן עצה אז מען עסט דעמאלס אייז קריעם איז אויך נישט יעדער עסט פונקט, וכו'.
ב) אז מען עסט ביי א סעודת חתן איז די הלכה אז מען דארף זיין ביי די שבע ברכות, און אויב איינער וויל נישט זיין ביז די סוף און ער האט געגעסן דארט ביי די סעודה זאל קענען הערן ז' ברכות.
א זייטיגע בענעפיט, ווען עס ווערן איינגעפירט וועט עס זיין פראקטיש פאר מענטשען וואס קומען אביסל שפעט, לויטן יעצטיגן סקעדזשול קומען זיי אן ביים בענטשען און עס איז נישט אזוי באקוועם, אזוי וועלן זיי נאך אנקומען ביים טאנצן, הגם וואס אנדערע וואס קומען פריער וועלן אנקומען אינמיטן בענטשען אבער אויב דאס איז די סדר אז מען בענטשט אינמיטן וועט עס נישט זיין שפעט.
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: זמן ברכת המזון ביי א חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

איך מיין אז הרה"ג ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א איז אסאך מעורר אויף דעם.

געהאט נישט לאנג צוריק אזא חתונה, געגעבן פלייש און געבענטש ביי די הפסקה.
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21053
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: זמן ברכת המזון ביי א חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

טראגער האט געשריבן: מאנטאג יוני 19, 2023 5:17 pm
איך האב געוואלט מעורר זיין, איבער א זאך וואס איך האב געזעהן זייער איינגעפירט אין ארץ ישראל און נאך פלעצער ווי די חשובע מגיבים וועלן אנווייזן אז די צייט פון ברכת המזון ביי די חתונה זאל זיין ביי די הפסקה, וועגן די הלכות:
א) פון ווען מען עסט ביזן סוף חתונה איז שוין אסאך מאל מער ווי זמן העיכול, און עס איז א שאלה צו עס מעג זיין אזא לאנגע הפסק, הגם מען געבט זיך אן עצה אז מען עסט דעמאלס אייז קריעם איז אויך נישט יעדער עסט פונקט, וכו'.
ב) אז מען עסט ביי א סעודת חתן איז די הלכה אז מען דארף זיין ביי די שבע ברכות, און אויב איינער וויל נישט זיין ביז די סוף און ער האט געגעסן דארט ביי די סעודה זאל קענען הערן ז' ברכות.
א זייטיגע בענעפיט, ווען עס ווערן איינגעפירט וועט עס זיין פראקטיש פאר מענטשען וואס קומען אביסל שפעט, לויטן יעצטיגן סקעדזשול קומען זיי אן ביים בענטשען און עס איז נישט אזוי באקוועם, אזוי וועלן זיי נאך אנקומען ביים טאנצן, הגם וואס אנדערע וואס קומען פריער וועלן אנקומען אינמיטן בענטשען אבער אויב דאס איז די סדר אז מען בענטשט אינמיטן וועט עס נישט זיין שפעט.
ג) אסאך מענטשען גייען אהיים מער צום סוף פון די חתונה למשל 10 מינוט פארן בענטשן, און ווערן אמאל נכשל און פארגעסן צו בענטשן.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
פאפיגיי
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע:בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

Re: זמן ברכת המזון ביי א חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפיגיי »

moishy56 האט געשריבן: מאנטאג יוני 19, 2023 5:39 pm
טראגער האט געשריבן: מאנטאג יוני 19, 2023 5:17 pm
איך האב געוואלט מעורר זיין, איבער א זאך וואס איך האב געזעהן זייער איינגעפירט אין ארץ ישראל און נאך פלעצער ווי די חשובע מגיבים וועלן אנווייזן אז די צייט פון ברכת המזון ביי די חתונה זאל זיין ביי די הפסקה, וועגן די הלכות:
א) פון ווען מען עסט ביזן סוף חתונה איז שוין אסאך מאל מער ווי זמן העיכול, און עס איז א שאלה צו עס מעג זיין אזא לאנגע הפסק, הגם מען געבט זיך אן עצה אז מען עסט דעמאלס אייז קריעם איז אויך נישט יעדער עסט פונקט, וכו'.
ב) אז מען עסט ביי א סעודת חתן איז די הלכה אז מען דארף זיין ביי די שבע ברכות, און אויב איינער וויל נישט זיין ביז די סוף און ער האט געגעסן דארט ביי די סעודה זאל קענען הערן ז' ברכות.
א זייטיגע בענעפיט, ווען עס ווערן איינגעפירט וועט עס זיין פראקטיש פאר מענטשען וואס קומען אביסל שפעט, לויטן יעצטיגן סקעדזשול קומען זיי אן ביים בענטשען און עס איז נישט אזוי באקוועם, אזוי וועלן זיי נאך אנקומען ביים טאנצן, הגם וואס אנדערע וואס קומען פריער וועלן אנקומען אינמיטן בענטשען אבער אויב דאס איז די סדר אז מען בענטשט אינמיטן וועט עס נישט זיין שפעט.
ג) אסאך רוב מענטשען גייען אהיים מער צום סוף פון די חתונה למשל 10 מינוט פארן בענטשן, און ווערן אמאל רוב מאל נכשל און פארגעסן צו בענטשן.
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.
אוועטאר
די רב פון ליאן
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 07, 2022 12:04 pm

Re: זמן ברכת המזון ביי א חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די רב פון ליאן »

דאכט זיך אויב מ׳רעדט פון א גאנצע סעודה איז זמן עיכול 6 שעה, נישט אזוי?
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: זמן ברכת המזון ביי א חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

און חתן דנן וועט גיין צוויי מאל אין מרחץ?
גאאאאד מארנינג רבותי..... אה!
אוועטאר
נעמטאָדאָם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 05, 2021 3:56 pm

Re: זמן ברכת המזון ביי א חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעמטאָדאָם »

איז דא א רבי׳שע הויף וואו מען פירט זיך אזוי?
ווייסעך נישט
אוועטאר
חיים יצחק
שר האלף
תגובות: 1288
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2018 12:31 pm

Re: זמן ברכת המזון ביי א חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים יצחק »

איך פערזענליך בין זוך נוהג צו בענטשן תיכף נאך עסן . מאכט א מזומן און מען בענטשט.

אבער לויט ווי איך הער מיז מען זאגן שבע ברכות דאן אויך
אוועטאר
ספרניא
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 12, 2023 1:25 pm

Re: זמן ברכת המזון ביי א חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרניא »

ביי מיין חתונה נמ"ג האב איך געבעטן מיין טאטע זז"ג און מיין שווער זז"ג אויב זיי קענען באשטיין מ'זאל בענטשן נאך די ערשטע טאנץ, כד עס זאל נישט זיין קיין צו לאנגע הפסק פון די סעודה, וכך הוה
עס לוינט די אינוועסטירונג אין שרייבן ריכטיג און געשמאק

דארפסט זיך נישט ברעכן קאפ ווי אזוי מ'זאגט ארויס ס פ ר נ י א, ס'איז נישט א ווארט אין די תורה
לאדז'ער
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 02, 2019 12:26 am

Re: זמן ברכת המזון ביי א חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאדז'ער »

אין ארץ ישראל איז עס זייער נפוץ

איך בין שוין גווען כמה פעמים צו חתונות אין בורו פארק וואס ברכת המזון איז גווען נאך די פלייש פאר די טאנצן
טראגער
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:24 pm

Re: זמן ברכת המזון ביי א חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראגער »

איך בין נעכטען געווען ביי א חתונה, איך האב אויפגעפאסט אז צווישן די הונדערט פופציג בילקעס וואס זענען געווארן אויפגעשניטן ביי די מענער, זענען אפשר פערציג געווען וואס האבן אויסגעווארט ביזן בענטשן, די איבריגע האבן (האפענטליך...) געבענטשט פריער, ווייל זיי זענען פריער ארויסגעגאנגען, און וואס איז געווען מיט מזומן אדער אלוקינו ווייל עס איז געווען עשרה שאכלו, און אוודאי נישט קיין ז' ברכות, ממילא מען דארף זעהן א טויש אין דעם ענין,
אוועטאר
אני לא יודע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 8:41 pm

Re: זמן ברכת המזון ביי א חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני לא יודע »

מען מעג מאכן א אייגענע מנין פאר שבע ברכות?
רבותי טוט א חסד של אמת פאר א טייערע איד וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט זש"ק דרוקט דא
viewtopic.php?t=63021
טראגער
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 21, 2013 1:24 pm

Re: זמן ברכת המזון ביי א חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראגער »

אני לא יודע האט געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2023 6:57 pm
מען מעג מאכן א אייגענע מנין פאר שבע ברכות?
נישט מסתבר, מען דארף האבן די חתן מיט די כלה זאלן הערן וכו',
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21053
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: זמן ברכת המזון ביי א חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

טראגער האט געשריבן: דינסטאג יוני 20, 2023 8:16 pm
איך בין נעכטען געווען ביי א חתונה, איך האב אויפגעפאסט אז צווישן די הונדערט פופציג בילקעס וואס זענען געווארן אויפגעשניטן ביי די מענער, זענען אפשר פערציג געווען וואס האבן אויסגעווארט ביזן בענטשן, די איבריגע האבן (האפענטליך...) געבענטשט פריער, ווייל זיי זענען פריער ארויסגעגאנגען, און וואס איז געווען מיט מזומן אדער אלוקינו ווייל עס איז געווען עשרה שאכלו, און אוודאי נישט קיין ז' ברכות, ממילא מען דארף זעהן א טויש אין דעם ענין,
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אביונה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3022
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: זמן ברכת המזון ביי א חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

וועגן שבע ברכות, איז פאראן א תשובה אין מהר''י שטייף, וועלכער איז גאר מקיל, אויב עס זענען געבליבן אין זאל צען אידן קען מען לדעתו אוועק גיין פריער
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 21053
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: זמן ברכת המזון ביי א חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

אביונה האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 12:39 pm
וועגן שבע ברכות, איז פאראן א תשובה אין מהר''י שטייף, וועלכער איז גאר מקיל, אויב עס זענען געבליבן אין זאל צען אידן קען מען לדעתו אוועק גיין פריער
ער מאכט א מזומן 10 יודן, און ער בענטשט. עס איז דא חיוב צו זאגן שבע ברכות?
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1372
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: זמן ברכת המזון ביי א חתונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

מיר שטאמען ב״ה נישט פון גרים. גדולים וטובים טוען אזוי, והנח להם לישראל אז זיי האבן זיך ב״ה אויף וועם זיך צו פארלאזן.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”