איז סינטעטיק פלייש פראדוצירט דורך א לאבאראטאריע כשר?

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אייוועלט

Re: איז סינטעטיק פלייש פראדוצירט דורך א לאבאראטאריע כשר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

און איר זענט יא?
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: איז סינטעטיק פלייש פראדוצירט דורך א לאבאראטאריע כשר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

@מאטל שניידער מען דארף נישט זיין קיין דיין צו נושא ונותן זיין אין הלכה, תורה מונחת בקרן זוית וכל מי שרוצה יבא
א דיין דארף מען צו פסק'ן.
אדער צו פירן מערכות.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10972
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

Re: איז סינטעטיק פלייש פראדוצירט דורך א לאבאראטאריע כשר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

יעצט אנגעקומען צו לעהזען-לערנען די אשכול וואס די עולם ווארפט דא צוזאם...
--
אז מ'רעדט שוין וואסערע טעם האט די פלייש די זעלבע ווי געהעריגע ?
און איינער ווייסט וועלכע נומבער אויף קולמא ווי פנחס גלויבער רעדט ארום דערפון ?
שכח
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
איגור
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 20, 2023 8:00 pm

Re: איז סינטעטיק פלייש פראדוצירט דורך א לאבאראטאריע כשר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגור »

גרייט צו העלפן האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 9:56 pm
איגור האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 4:59 pm
גרייט צו העלפן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 8:30 am
אונזערע רבנים גייען מסכים זיין?
ץ

וואס וועט זיין מיט די אלע שאלות וואס איך האב געשריבען אויבן איך וועל נאכעמאל ברענגען די חלק וואס איז נוגע אויב מען מאכט עס מיט אייער

מען דארף ערווענען אז די גאנצע נידון איז גאר וויכטיג למעשה, צוליב דעם וואס די FDA האט פאר לערך איבער א וואך צוריק געגעבן די באשטעטיגטנג פאר עטליכע קאמפאניס אין די פאראייניגטע שטאטן צו פארקויפן "טשיקן פלייש" וואס איז געמאכט פון סעלס פון "אייער", פאר רעסטוראנטן.
יעצט, דא איז פארהאן די אויבנדערמאנטע שאלה וועגן "סערום" (א ווייסע חלק פון די בלוט וואס ווערט אויך אנגערופן "בלוט פלאזמא" וואס איז אונז באקאנט פון קאוויד 19 נישט מער געדאכט), וואס די צעלן ווערן צוזאמענגעמישט מיט דעם, וואס דאס איז אן איסור דם. דער מציאות איז אבער אז סערום איז זייער א טייערער ארטיקל, און דעריבער קאסט די פלייש צו טייער צו פראדוצירן אויף א פארנעם אז דאס זאל קענען ווערן פארקויפט פאר רעגולערע פרייזן אין סופערמארקעטס. צוליב דעם יאווען זיך פארשידענע קאמפאניס אפירצוקומען מיט אן אלטערנאטיוו פאר סערום. זיי האבן שוין מצליח געווען צו רעדוצירן די קוואנטום פון סערום און דאס ערזעצט מיט אנדערע אינגרידיענטס, אבער דערווייל מוזן זיי נאך יא צוקומען צו א געוויסע מאס סערום בכדי מייצר צו זיין די פלייש.
אבער אפילו לו יצוייר אז זיי וועלן יא מצליח זיין בעתיד צו טרעפן אן אלטערנאטיוו, איז די פלייש נאך אלס גאר פראבלעמאטיש. ווייל אויב די צעלן זענען גענומען געווארן פון אן איי מיט א בלוטסטראפ זענען דאך די צעלן אסור, און צוליב דעם איז די פלייש וואס ווערט נוצר פון די אסור'ע צעלן, אויך אסור, כמבואר לעיל במאמרינו הראשון. (מען דארף צוצייכענען אז די אייער פון וואס עס האנדעלט זיך זענען מפורש נישט ספנא מארעא).
ווידעראום אפילו עס איז גענומען פון א כשר'ע איי וואס האט נאכנישט קיין בלוטסטראפ, האט די פלייש א דין ווי אן עוף וואס איז געבוירן פון אן איי, און מען קען דן זיין אויב עס איז אסור משום שיקוץ (עי' יו"ד סי' ט"ו בדרכי תשובה סק"ה), און אויך קען מען זאגן אז די פלייש איז אסור משום שיקוץ אזויווי אן עוף וואז איז געבוירן אהן קיין פעדערן, ווייל די דאזיגע פלייש איז קיינמאל נישט געוועהן קיין עוף גמור און אוודאי נישט געהאט קיין פעדערן, איז קען זיין אז דאס איז אסור משום שיקוץ.
אויך איז די פלייש אסור ווייל עס האט נישט געהאט קיין "שחיטה" (עי' קונטרס בשר מלאכותי אות א'). כאטשיג די מקור פון די פלייש איז פון אן איי וואס איז געוועהן מותר בלא שחיטה, פונדעסטוועגן, אן עוף וואס ווער געבוירן פון די זעלבע איי איז מחוייב בשחיטה. די זעלבע איז מיט די פלייש וואס איז נוצר געווארן פון די איי איז מחוייב בעשה ד"וזבחת". און עס איז דאך נישט שייך צו ש'חט'ן. איז דאס אסור.
[עס איז נישט דומה צו צעלן וואס זענען גענומען געווארן פון א גע'שחט'ענע בהמה וואס מיר האבן אויבן געשריבן אז די נייע פלייש איז נכלל אין די שחיטה פון די בהמה פון וואס מען האט גענומען די צעלן. ווייל דא איז דאך נישט געוועהן קיין שחיטה נאכדעם וואס די איי איז געבוירן געווארן [אזוי ווי אן עוף וואס ווערט געבוירן פון די איי, וואס דאס עוף איז מחוייב בשחיטה, וכנ"ל].
ווי אויך איז דא דער פראבלעם פון בלוט אין די פלייש וואס ווערט באשאפן פון די נייע צעלן, וואס מען קען דאס נישט זאלצן על פי הלכה, וכמבואר לעיל באורך. [איסור "חלב" איז כמובן נישט שייך דא, ווייל מען רעדט פון אן "עוף" וואס עס איז נישט דא דערביי קיין איסור חלב].
הערליך שיין. אבער איך פארשטיי נישט פארוואס ס'איז שייך שחיטה אויב מ'מאכט פלייש פון אן איי? ס'איז קיינמאל נישט געווארן קיין עוף און זיכער נישט געבוירן געווארן. אנטשולדיגט, אבער ס'זעט אויס ווי מ'זוכט זיך איסורים.
יישר כח פאר אייער שאלה און ביטע אנטשולדיגט פאר די פארשפעטיגטע תשובה צוליב די פארנומענקייט פון די הייליגע טעג.
אייער פראגע רירט אהן אין די סענסיטיווקייט, אין די פינטל, און אין די "הארץ", פונעם שאלה. און יישר כחכם פארן געבן די מעגליכקייט דאס מער אויסצוברייטערן.
די חומר הנושא איז טאקע דאס וואס איר פרעגט.
דהיינו, פון איין זייט האבן מיר נישט דא קיין לעבעדיגע אויף מיט א קאפ ,וויידל, פיס, און פליגלען, וואס האט אויפגעקראכט די איי מיט איר שנאבל און ארויסגעקראכן פון איר אייער שאלעכץ. אבער פון די צווייטע זייט האבן מיר דא "פלייש", [נישט קיין "אייער"] וואס איז נוצר געווארן פון צעלן פון אן איי וואס א הינדל האט געלייגט און איז מופרה געווארן דורך א זכר. [פון אן איי וואס איז נישט מופרה דורך א זכר, קען מען נישט פראדוצירן די דאזיגע פלייש. [אפשר קען מען פראדוצירן א ריקום פון "אייער", דהיינו ארויסנעמען צעלן פון די אייער און פראדוצירן פון דעם א פרישע "אייער מאכל", אבער קיין "פלייש מאכל" קען מען פון דעם נישט פראדוצירן. (די סברא איז אז אויב מען פראדוצירט אן "אייער מאכל" אויף די אויבנדערמאנטע אויפן, איז דאס טאקע "פארווע")].
צוליב די דאזיגע צוויי פאקטן [איינס, אז עס איז נוצר געווארן דורך א זכר ונקיבה. און צוויי, אז עס איז "פלייש" און נישט קיין "אייער" (ביי "אייער" וואס איז נוצר ע"י זכר ונקיבה ילע"ע)], טוהען מיר באטראכטן די "פלייש" וואס איז געוואקסן דורך די צעלן פון די ביצה מופרית, אזויווי רעגולערע פלייש וואס איז "געבוירן" געווארן דורך א זכר ונקיבה, וואס באדארף שחיטה. כאטשיג בניד"ד האט דאס נישט קיין "צורת עוף" און עס איז אויך נישט קיין "לעבעדיגער גייעדיגער עוף".
אבער דא איז די פלאץ מבאר צו זיין, וואס איז דער טעם פארוואס א בעל חי דארף האבן שחיטה. צו איז דאס נאר אז עס זאל נישט זיין אויף איר קיין איסור "אבר מן החי", אדער "נבילה" (אויב עס איז געשטארבן אדער מען האט עס גע'הרג'ט שלא על ידי שחיטה כהלכה)?
אויב יא. איז דאך פשוט אז אויף די "לעב קאלטשורד מיעט"-"בשר מתורבת"/"בשר מלאכותי" איז נישט שייך קיין חיוב שחיטה, ווייל דאס איז דאך קיינמאל נישט געוועהן קיין לעבעדיגער עוף, דעריבער איז נישט שייך במציאות עס זאל זיין "אבר מן החי" אדער "נבילה". וואס דעריבער איז נישט שייך קיין "חיוב שחיטה".
עס איז אבער פארהאן א גרויסע מחלוקה און תוס' מס' שבועות דף כ"ד ע"א ד"ה האוכל. וז"ל התוס' ז"ל באה"ד: משום דאית ביה איסור עשה שאינה זבוחה דכתיב (דברים יב) וזבחת ואכלת, מה שאתה זובח אתה אוכל, אבל מה שאי אתה זובח, לא.
ולריצב"א אין נראה פירוש זה [וכו' וכו'] אלא וודאי וזבחת לא אתא לאסור, דבלאו הכי אסורה וקיימא מחיים באיסור אבר מן החי ולאחר מיתה באיסור נבילה, אלא בא להתיר את האסור, ופירש לך דבשחיטה שריא ולא בנחירה [וכו']. עכ"ל התוס' ז"ל.
היינו, די ערשטע שיטה האלט אז חוץ די "לאווין" פון אבר מן החי און נבילה איז דא א מצות "עשה" פון "וזבחת כאשר צוויתיך", אז אויב מען האט גע'שחט'ן די פלייש מעג מען עס עסן, און אז נישט, טאר מען עס נישט עסן.
און די צווייטע שיטה [שיטת הריצב"א ז"ל] האלט אז וזבחת כאשר צוויתיך קומט נישט צולייגן קיין נייע איסור, נאר אוועקנעמען די פריערדיגע איסורים פון אבר מן החי און נבילה לאחר מיתה. ע"כ.
קומט אויס אז לויט די ערשטע שיטה, דאן ביי אונזער נידון, אפילו עס איז נישט שייך קיין אבר מן החי, ונבילה לאחר מיתה, איז יא דא א שטארקע מקום צו זאגן אז עס גייט אהן די עשה פון וזבחת כאשר צוויתיך, מה שאתה זובח אתה אוכל, ומה שאי אתה זובח, אי אתה אוכל. דעריבער וויבאלד למעשה איז פון די איי נוצר געווארן פלייש דורך א זכר ונקיבה און די פלייש איז נישט גע'שחט'ן געווארן, און עס איז נישט שייך עס צו שחט'ן במציאות. דעריבער גייט דאס אריין אין כלל פון ומה שאי אתה זובח אי אתה אוכל.
משא"כ – ווי פארשטענדליך – לויט די שיטת הריצב"א ז"ל וואס ער האלט אז די פסוק וזבחת קומט נאר אוועקצונעמען די איסורים פון אבר מן החי ונבילה, דעריבער וויבאלד די איסורים זענען נישט שייך ביי "בשר מתורבת" איז דאס מותר אהן שחיטה. [מיר ווילן דא דערמאנען אז די גאנצע נושא וואס מיר זענען יעצט מאריך דא, איז נאר לגבי חיוב שחיטה, אבער מיר רעדן נישט יעצט פון די אנדערע פראבלעמען וואס די פלייש האט אדער קען האבן, ווי מיר האבן צוגעצייכנט און אונזער פריערדיגן מאמר בקיצור].
דער הייליגער פרי מגדים ז"ל בפתיחה להלכות שחיטה (השורש הב') איז מאריך אין די אויבנדערמאנטע פלוגתא און צום סוף פון השורש הב' איז ער מסתפק אז אפילו איך נעם אהן ווי די ערשטע שיטה אז עס איז דא אן איסור עשה, אבער אפשר גייט דאס נאר אהן ביי א בהמה און נישט ביי אן עוף. אבער להלכה למעשה פירט ער אויס מיט אומצוויידייטיגע ווערטער, וז"ל: ומכל מקום לדינא קיימא לן [ד]בעוף גם כן איכא עשה דאינה זבוח, וכן יראה מדברי הרשב"א בחדושיו (חולין ט', א' ד"ה בהמה) [וכו'] הרי דגם בעוף איכא עשה בשאינה זבוח כדאמרן. [וכו']. ע"כ.
דער גרויסער גאון רבי מאיר אוירבאך זצוק"ל בספרו הגדול אמרי בינה סי' י"ח (מהדו"ח שע"י מכון משנת רבי אהרן ח"א עמ' שמ"א) שרייבט: והנה מבואר בתוס' בכמה מקומות דהסכימו לזה דהוי מצות עשה ולא חשו לקושית הריצב"א, ואף בעוף מבואר בתוס חולין (דף ק"כ ע"א ד"ה מה) דבחיים יש בה איסור שאינה זבוחה [אמר כותב המאמר, וה"ה לדעתינו העני' בניד"ד בבשר מתורבת שאי אפשר לשוחטה], ודלא כמו שעלה על דעת הפרי מגדים בפתיחה להלכות שחיטה [וכו'], ולפנינו מבואר בתוס' דלא כן הוא.
ועי' בספר פרי יצחק להגה"ק הגר"י בלאזר זצוק"ל ח"א סי' כ"ה. ובילקוט מפרשים בשו"ע מכון ירושלים מהדורת פריעדמאן על הפתיחה להפמ"ג, מה שהביא מספר נועם מגדים.
איז למעשה. אזויווי מען פסק'נט ווי די ערשטע שיטה פון תוס' (ווי דער אמרי בינה ברענגט אז מעו טרעפט אזוי אין תוס' בכמה מקומות, ועי' גם בפרי יצחק שם), און דער פרי מגדים פסק'נט אז ביי "עוף" איז אויך אזוי אזויווי מען זעהט אין רשב"א, דערפאר איז ביי א שטיקל פלייש וואס איז נוצר געווארן דורך א זכר ונקיבה, און עס איז "פלייש ממש" [דירעקט נישט קיין "אייער"], און עס איז קיינמאל נישט געשחט'ן געווארן, און עס איז נישט שייך במציאות עס צו שחט'ן, איז לדעתינו העני' שייך ביי דעם דער עשה פון וזבחת כאשר צוויתיך, אז דער וואס עסט פון די פלייש איז עובר אויפן איסור פון בשר שאינה זבוחה.
א גמח"ט און א גוט קוויטל
איגור
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 20, 2023 8:00 pm

Re: איז סינטעטיק פלייש פראדוצירט דורך א לאבאראטאריע כשר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגור »

האסט געמאכט מיין טאג האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 10:52 pm
איגור האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 22, 2023 12:37 am
גרייט צו העלפן האט געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2023 11:08 pm
הער מיר אז מ'קען נעמען נאכ'ן זאלצן, אבער ס'ווערט כבוש כמבושל אין בלוט. איז די שאלה צי ס'איז נישט שייך צו מאכן אן קיין סערום? אדער צי קען מען מאכן סערום פון דם דגים טהורים?
אמע"כ הע"י
יישר כח פאר'ן נעמען די צייט א דורכצוליינען די מאמר, און נאכמער פאר אייערע הערות.
מיר וועלן בעז"ה פרובירן מרחיב צו זיין את הדיבור, אריינצודרינגען טיפער און געבן אן ענטפער צו אייערע אויפריכטיגע הערות.
א': בנוגע חלב ודם איז דא א קאמפליצירטע טיפע אריכות אין קונטרס בשר מלאכותי [צום טרעפן אויף די לינק אויבן], הערה י"ב, עס איז אונז געוועהן צו שווער מעתיק צו זיין פון דארט די פארשידענע פרטים און ספיקות וואס ווערן דארט אויפגעברענגט, אין די ראמען פון דאזיגן מאמר.
מיר ווילן נאר צולייגן וואס עס ווערט דארט נאכגעברענגט אין קונטרס, אז אפילו עס זאל זיין א היתר פון זה וזה גורם, אדער פון ביטול, זענען די אלע היתרים נאר "בדיעבד" [ווייל אין מבטלין איסור לכתחילה. און זוז"ג איז אויך נאר מותר בדיעבד. בכלל איז די שיטת הר"ן אז די היתר פון זוז"ג איז צוליב ביטול]. און וויבאלד אז עס איז א דבר פשוט אז אפילו מען זאל מתיר זיין די פלייש, איז אויב אבער א אידישע לאבאראטאריע ערצייגט דאס [אין מדינת ישראל זענען דא צוויי אזעלכע לאבאראטאריעס, איינס אין רחובות, און די אנדער אין נס ציונה] איז "ער אליין" א מבטל איסור לכתחילה, אבער אפילו דאס ווערט פראדוצירט אין א גוי'אישע לאבאראטאריע איז אבער וויבאלד דאס דארף כמובן האבן א שטרענגע השגחה תמידית, קומט דאך אויס אז דער משגיח דארף באשטימען מיט'ן גוי א צייט פאר א ספעציעלע ארדער אז ער זאל דאס מאכן פאר איהם בכשרות, קומט אויס אז דער איד הייסט דעם גוי מבטל זיין ספעציעל פאר זיך און פאר די פאטענציאלע אידישע קונים. וואס דאס איז אויך אסור.
נאך דארף מען צולייגן אזאך וואס איז נוגע אפילו פאר פיל גרינגערע שאלות, אז מרן פוסה"ד בעל שבט הלוי זי"ע האט כמה וכמה פעמים געזאגט בעל פה און געשריבן אין זיינע תשובות - און ער האט דאס געהאלטן פאר א יסוד גדול - אז אפילו א זאך וואס א רב קען מתיר זיין בדיעבד פאר א איד ווען ער פרעגט א שאלה פאר זיך אינדערהיים, קען מען אבער ח"ו נישט מיט דעם היתר אוועקשטעלן א "הכשר" אויף א "בדיעבד'", און פיטערן דערמיט שטענדיג כלל ישראל. ער האט דאס געהאלטן פאר זייער א הארבע ענין.
ב': בנוגע אייער שאלה צו מען קען נישט נעמען צעלן פון א כשר שטיק פלייש? איז די ענטפער אז אפילו אויב יא, מוז דאס זיין גענומען פון "סטעם סעלס" [תאי גזע] וואס דאס האט אין זיך DNA פון די גאנצע בעל חי [דאס אז מפלאות תמים דעים אז די צעלן אנטהאלטן אין זיך כאילו א רענדערינג פון אן אינדזשעניר וואס האט א פונקטליכע מאפע און קאודס מיט די קלענסטע דעטאלן פונעם מעכטיגן בנין וואס גייט אויגעבויט ווערן, א ביסל דומה צו דעם זענען די "צעלן" וואס אנטהאלטן אין זיך די קאודס אין אינפארמאציע אין די מאפע פון די גאנצע בעל חי וואס ווערן אנגעריפן DNA, CROMOSOMES, GENES וכו', וואס דאס מאכט די בעל חי וואקסן גאנצערהייט. [אויב איז דא א פעלער ערגעצוואו אין די ד.נ.א. (וואס ווערט גערופן אין סייענטיפישע שפראך א מיוטעישא"ן) וועט דאס אויסקלאפן אויפן בעל חי]. יעצט אפילו די צעלן זאלן גענומען ווערן פון א כשר שטיקל פלייש וואס איז כשר פאר זיך אליין ווייל די תורה"ק האט נישט געאסר'ט קיין DNA וכו', וועלן אבער די צעלן פראדוצירן א ניי שטיקל פלייש וואס וועט אנטהאלטן די אינפארמאציע וואס ליגט אינעם ד.נ.א. . דעריבער וויבאלד אין די ד.נ.א. ליגט אינפארמאציע פון בלוט אין חלב, וועט לכאורה די שטיקל פלייש וואס וואקסט פון די צעלן ווערן באשאפן מיט בלוט אין חלב.
מען קען אבער לכאורה סייענטיפיש גערעדט "אויסלעשן" א געוויסע GENE דורך די פראצעדור וואס ווערט גערופן GENETIC ENGINEERING אדער הנדסה גנטית, די שאלה איז נאר צו מען קען דאס טוהן אויף א כשרות פארזיכערטן וועג עס זאל גארנישט אנטהאלטן קיין חלב ודם. [מיר האבן געזעהן א בילד פון א שטיקל פלייש ערצייגט אין א לאבאטאריע, וואס איז פול מיט פעטנס].
אויב איז אבער דא א מציאות דאס צו מאכן בכשרות,איז נישט דא קיין שאלה פון מראית העין נאר עס איז געהעריג פליישיג און אסור מיט מילך.
[מיר ווילן דא אויך מסביר זיין, אזוי ווי איינער פון די חשובע ליינער האט געפרעגט דערוועגו אויבן, אז עס איז דא א חילוק צווישן בשר סינטטי און בשר מלאכותי, בשר סינטטי זענען טאקע פשוטע פיש בורגערס אדער פראנקפוטערס וכדומה געמאכט פון פשוטע פיש. און בשר מלאכותי אדער בשר מתורבת איז געמאכט אין א לאבאראטאריע, פון צעלן פון א בעל חי כנ"ל, דורך א קאמפליצירטע פראצעדור].
בנוגע זאלצן די צעלן איז שווער צו גלייבן אז מען קען דאס טאהן צוליב כמה טעמים, קודם כל ווייל די צעלן מוזן ווערן ארויסגענומען נאך ביים לעבן [אדער אפשר גלייך נאכן שחט'ן] און אויב מען זאלצט עס כהלכה וועט עס אפשטארבען סיי צוליב די צייט וואס עס ליגט אינדערויסן פונעם ספעציעלן ענווייראמענט וואס דאס ברויך האבן, און סיי איז מסתבר אז די זאלץ וועט דאס אפהרגענען. ווי אויך דארף עס זיך ווייקן א האלבע שעה פארן זאלצן אין וואסער, און נאכן זאלצן דארף מען דאס אפשווענקען דריי מאל, און מען רעדט דא פון א צעל וואס מען קען נאר זעהן דורך א מיקרוסקופ.
נאר קען זיין אז איר מיינט צו זאגן אז מען זאלצט די שטיקל פלייש פון ווי מען נעמט די צעלן, אבער דאס איז דאך אויך א צו לאנגע צייט נאכן שחט'ן אז די צעלן זאלן נאך קענען בלייבן לעבן וכנ"ל.
מיר זענען נישט באקאנט צו מען קען נוצן סערום פון פיש, דאס איז גראדע אן אינטערעסאנטע בייפאל, אבער דאס ברענגט אויף א נייע פראבלעם פון די סכנה פון עסן פלייש מיט פיש צוזאמען. אבער איך דערמאן זיך אז איך האב א מאל געזעהן אז איינער איז מציע צו מאכן בשר מלאכותי פון "פיש". איז אויב מען קען ניצן סערום פון פיש איז דאס א געוואלדיגער זאך.
אפילו אויב מען זאלצט די צעלן פארן פראדוצירן די פלייש, וועט אבער לכאורה דאס שטיקל פלייש וואס ווערט ערצייגט פון די געזאלצענע צעלן, ווואקסן מיט פרישע בלוט [און חלב] צוליב די ד.נ.א. וואס ליגט אין די צעלן, וואס דאס ברענגט א פרישע הלכה'דיגע פראבלעם, ווייל די פראדוצירטע שטיקל פלייש קען מען נישט זאלצן על פי הלכה מכמה טעמים המבוארים לעיל בהמאמר, ויעו"ש בקונטרס בשר מלאכותי הערה י"ב.
נאכאמאל, א גרויסן דאנק
אויב די סטעם סעלס דארף גענומען ווערן מחיים איז דאס נישט אבר מן החי?
יישר כח פאר אייער שאלה. און ביטע אנטשולדיגט פארן פארשפעטיגן צו ענטפערן צוליב די הכנות פון די ימים נוראים וחג הסוכות.
יא איר זענט גערעכט. אויב מען נעמט די סטעם סעללס פון א לעבעדיגע בעל חי, דאן איז פארהאן די איסור פון פורש מן החי.
[מיר האבן דייקא אנגעכאפט דאס לשון "פורש", ווייל די איסור "אבר" מן החי גייט ווי פארשטענדליך אהן נאר ביי אן אבר, משא"כ דער איסור פורש גייט אהן אפילו עס איז נישט קיין אבר, נאר אפילו א "צעל" וואס מען האט אפגעשיידט מן החי].
א גמח"ט און א גוט קוויטל
אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אייוועלט

Re: איז סינטעטיק פלייש פראדוצירט דורך א לאבאראטאריע כשר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

ס'הייסט אבער נישט קיין פורש מן ה"חי", ווען סך הכל קומט עס נאר פון אן איי וואס איז מותר באכילה. (און דאס וואס דו זאגסט וועגן ביצה מופרית איז אפשר אמת, אבער למעשה איז עס נאך מותר באכילה. און אין וועלכן שלב ווערט עס אסור לויט דיר?).
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
אוועטאר
האסט געמאכט מיין טאג
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 9:03 pm

Re: איז סינטעטיק פלייש פראדוצירט דורך א לאבאראטאריע כשר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט געמאכט מיין טאג »

גרייט צו העלפן האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 6:07 pm
ס'הייסט אבער נישט קיין פורש מן ה"חי", ווען סך הכל קומט עס נאר פון אן איי וואס איז מותר באכילה. (און דאס וואס דו זאגסט וועגן ביצה מופרית איז אפשר אמת, אבער למעשה איז עס נאך מותר באכילה. און אין וועלכן שלב ווערט עס אסור לויט דיר?).
דאס איז ביי דעם אופן וואס עס קומט פון א איי אבער איך האב געפרעגט באופן סקומט פון א בעל חי
איגור
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 20, 2023 8:00 pm

Re: איז סינטעטיק פלייש פראדוצירט דורך א לאבאראטאריע כשר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגור »

האסט געמאכט מיין טאג האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 5:29 pm
גרייט צו העלפן האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 06, 2023 6:07 pm
ס'הייסט אבער נישט קיין פורש מן ה"חי", ווען סך הכל קומט עס נאר פון אן איי וואס איז מותר באכילה. (און דאס וואס דו זאגסט וועגן ביצה מופרית איז אפשר אמת, אבער למעשה איז עס נאך מותר באכילה. און אין וועלכן שלב ווערט עס אסור לויט דיר?).
דאס איז ביי דעם אופן וואס עס קומט פון א איי אבער איך האב געפרעגט באופן סקומט פון א בעל חי
אמע"כ הי"ו
דאס וואס "האסט געמאכט מיין טאג" האט געענטפערט, איז ריכטיג.
בנוגע וואס איר פרעגט "אין וועלכן שלב דאס ווערט אסור? איז די תירוץ, אין די שלב וואס עס ווערן באשאפן צעלן פון "פלייש" [נישט פון "אייער"]. דאס הייסט עס ווערט "געטוישט" פון "אייער" צו "פלייש".
אויב האט די איי אבער געהאט א 'בלוטס טראפ', איז דאס שוין אסור פון פריער. [און עס איז מסתבר צו אסר'ן מחמת נאך טעמים] אזויווי מיר האבן צוגעצייכנט די הלכה'דיגע מראה מקומות אין דעם פריערדיגע מאמר, אבער אין דעם אויבנדערמאנטן מאמר האבן מיר נאר גערעדט פון דעם חיוב "שחיטה".
דאס וואס איר שרייבט "אז עס איז נאך אלס מותר באכילה", האבן מיר נישט פארשטאנען, צוליב דעם וואס איר האט נישט אפגעוואנדן אונזערע הלכה'דיגע ארגומענטן.
א דאנק פארן ברענגן אויפמערקזאמקייט צו די וויכטיגע נושא
אוועטאר
גרייט צו העלפן
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 11, 2023 10:59 pm
לאקאציע:אייוועלט

Re: איז סינטעטיק פלייש פראדוצירט דורך א לאבאראטאריע כשר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרייט צו העלפן »

פארוואס טראכסטו, אז ווען עס ווערט "געטוישט" לאבאראטאריש פון אייער צו פלייש, אז דאס איז אויך די הלכה'דיגע גדר דערפון? צי דארף עס נישט געבוירן ווערן וכדומה, כדי אז ס'זאל חל זיין דערויף א חיוב שחיטה? (איך האב נישט קיין צייט דורכצוקוקן קיין לאנגע מאמר, אבער אפשר וועסטו מסכים זיין מיר צו ענטפערן אדער צו צוצייכענען פינקטליכער).
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
איגור
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 20, 2023 8:00 pm

Re: איז סינטעטיק פלייש פראדוצירט דורך א לאבאראטאריע כשר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגור »

.

גרייט צו העלפן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 12:30 pm

ייש"כ פאר אייער וויכטיגע שאלה.

עס שטייט אין פסוק (דברים י"ב, כ"א) כי ירחיב ה' אלקיך את גבולך כאשר דיבר לך ואמרת אוכלה בשר וגו' כי ירחק ממך המקום וגו' וזבחת מבקרך ומצאנך אשר נתן ה' לך כאשר צויתיך וגו'. [בקיצור ווערט די "מצות עשה" אנגערופן "וזבחת כאשר צוויתיך". אדער סתם "וזבחת"].

כאטשיג אין פסוק שטייט "בקר וצאן", איז אבער רבי אין מס' חולין (כ"ח ע"ב) מפרש די פסוק אויף "עוף" אויך.

עכ"פ זאגט די תורה הקדושה אז ווען איינער זאגט "אוכלה בשר" – איך וויל עסן "פלייש", דאן "וזבחת", דארפסטו שעכטן בקר וצאן אדער אן עוף. עס איז נישט דא קיין אנדערע שאורט-קאט צו עסן "פלייש".

דעריבער איז "בשר מתורבת" אסור.

[אויב עס וואלט געשטאנען אין פסוק ואמרת אוכלה בקר וצאן [ועוף] וזבחת, וואלט געווועהן א מקום דן צו זיין אז בשר מתורבת וויבאלד עס איז נישט קייין "געבוירענער" עוף, דעריבער גייט עס אפשר נישט אריין אין דעם כלל, און עס האט נישט דעם נאמען "עוף", [הגם מען קען זיך דינגען אז סוף כל סוף איז דאס "טשיקען פלייש" (וויבאלד עס ווערט פראדוצירט פון אן "איי" אויף דעם זעלבן מהלך ווי א געהעריגער עוף ווערט געבוירן) דעריבער גייט דאס אויך אריין אין כלל פון "עוף]". אבער וויבאלד עס שטייט נישט "אוכלה בקר וצאן [ועוף]", נאר "אוכלה בשר", דעריבער איז נישט דא קיין אויסוועג פון עסן "פלייש" נאר דורך שחט'ן בקר וצאן ועוף, אזויווי מיר האבן אויבן געברענגט "מה שאתה זובח אתה אוכל, ומה שאי אתה זובח אי אתה אוכל".

צוליב דעם, אין די סעקונדע וואס עס ווערן באשאפן צעלן פון פלייש ווערט דאס אסור באכילה, וויבאלד עס איז נישט שייך ביי דעם קיין קיין שחיטה. נישט קיין חילוק אויב עס איז געוועהן א לידה אדער נישט.

ועי' בקו' בשר מלאכותי לגבי בשר מתורבת מ"בקר וצאן" שיש לדמותו לבן פקועה, יעו"ש. אמנם זה לא שייך רק בבקר וצאן. אבל ב"עוף", מאחר שעוף ממש שנולד מביצה לא נכללה בהשחיטה של אם הביצה [ולא אמרינן שמאחר ש"אם" הביצה נשחטה, כבר לא נצרך שחיטה לעוף הנולד מהביצה], כן בשר מתורבת שנוצר מביצה, לא נכללה בשחיטת אם הביצה, ופשוט].

א דאנק
אוועטאר
Yes 1
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 13, 2019 12:35 pm

Re: איז סינטעטיק פלייש פראדוצירט דורך א לאבאראטאריע כשר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yes 1 »

איגור האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 9:37 pm

אויב מען וועט עס מאכן פון פלייש וואס איז געשחטן. אויב מען קען. אדער פון האר פון א געשחטענע בהמה. דעמאָלט וועט עס יא זיין כשר?

ס'איז א שיינע און גרויסע חידוש וואס דו זאגסט, אבער איך בין נשיט זיכער אז אלע פוסקים וועלן מסכים זיין, אז פלייש וואס איז געקינצלטערהייט געמאכט פון אן איי, האט א הלכה פון פלייש.
"גרייט צו העלפן" איז נישט קיין ניק, נאר א (זעלבסט-דערקלערטע) מציאות.
איגור
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 20, 2023 8:00 pm

Re: איז סינטעטיק פלייש פראדוצירט דורך א לאבאראטאריע כשר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגור »

Yes 1 האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:04 pm

בנוגע די צעלן פון א געשחטנ'ע ביטע קוק און די ערשטע מאמרים וואס אונז האבן געשריבן און די אשכול viewtopic.php?p=4402179#p4402179
און בנוגע אויב עס קומט פון האר פארלאנגט זיך אן עקסטערע אריכות עס איז א שאלה פון אבר מן החי עס איז א שאלה אויב מען קען עס אפשר צוגלייכן צו לנולין עי' שו''ת ישועות משה סימן פא, חשב האפוד ח''א סי' י, שבט הלוי ח''ז סימן קיז, שלחן הלוי [בירורי הלכה] סי' יז, קובץ זרע יעקוב גליון ז ,מעדני אשר סי' כב אות ד ווי דערמאנט פארלאנגט עס אן אריכות עס איז נישט אזוי פשוט
לעצט פארראכטן דורך איגור אום מיטוואך אקטאבער 25, 2023 3:57 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
איגור
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 20, 2023 8:00 pm

Re: איז סינטעטיק פלייש פראדוצירט דורך א לאבאראטאריע כשר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגור »

גרייט צו העלפן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:52 am
איגור האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 9:37 pm
גרייט צו העלפן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 12:30 pm
פארוואס טראכסטו, אז ווען עס ווערט "געטוישט" לאבאראטאריש פון אייער צו פלייש, אז דאס איז אויך די הלכה'דיגע גדר דערפון? צי דארף עס נישט געבוירן ווערן וכדומה, כדי אז ס'זאל חל זיין דערויף א חיוב שחיטה? (איך האב נישט קיין צייט דורכצוקוקן קיין לאנגע מאמר, אבער אפשר וועסטו מסכים זיין מיר צו ענטפערן אדער צו צוצייכענען פינקטליכער).
ייש"כ פאר אייער וויכטיגע שאלה.

עס שטייט אין פסוק (דברים י"ב, כ"א) כי ירחיב ה' אלקיך את גבולך כאשר דיבר לך ואמרת אוכלה בשר וגו' כי ירחק ממך המקום וגו' וזבחת מבקרך ומצאנך אשר נתן ה' לך כאשר צויתיך וגו'. [בקיצור ווערט די "מצות עשה" אנגערופן "וזבחת כאשר צוויתיך". אדער סתם "וזבחת"].

כאטשיג אין פסוק שטייט "בקר וצאן", איז אבער רבי אין מס' חולין (כ"ח ע"ב) מפרש די פסוק אויף "עוף" אויך.

עכ"פ זאגט די תורה הקדושה אז ווען איינער זאגט "אוכלה בשר" – איך וויל עסן "פלייש", דאן "וזבחת", דארפסטו שעכטן בקר וצאן אדער אן עוף. עס איז נישט דא קיין אנדערע שאורט-קאט צו עסן "פלייש".

דעריבער איז "בשר מתורבת" אסור.

[אויב עס וואלט געשטאנען אין פסוק ואמרת אוכלה בקר וצאן [ועוף] וזבחת, וואלט געווועהן א מקום דן צו זיין אז בשר מתורבת וויבאלד עס איז נישט קייין "געבוירענער" עוף, דעריבער גייט עס אפשר נישט אריין אין דעם כלל, און עס האט נישט דעם נאמען "עוף", [הגם מען קען זיך דינגען אז סוף כל סוף איז דאס "טשיקען פלייש" (וויבאלד עס ווערט פראדוצירט פון אן "איי" אויף דעם זעלבן מהלך ווי א געהעריגער עוף ווערט געבוירן) דעריבער גייט דאס אויך אריין אין כלל פון "עוף]". אבער וויבאלד עס שטייט נישט "אוכלה בקר וצאן [ועוף]", נאר "אוכלה בשר", דעריבער איז נישט דא קיין אויסוועג פון עסן "פלייש" נאר דורך שחט'ן בקר וצאן ועוף, אזויווי מיר האבן אויבן געברענגט "מה שאתה זובח אתה אוכל, ומה שאי אתה זובח אי אתה אוכל".

צוליב דעם, אין די סעקונדע וואס עס ווערן באשאפן צעלן פון פלייש ווערט דאס אסור באכילה, וויבאלד עס איז נישט שייך ביי דעם קיין קיין שחיטה. נישט קיין חילוק אויב עס איז געוועהן א לידה אדער נישט.

ועי' בקו' בשר מלאכותי לגבי בשר מתורבת מ"בקר וצאן" שיש לדמותו לבן פקועה, יעו"ש. אמנם זה לא שייך רק בבקר וצאן. אבל ב"עוף", מאחר שעוף ממש שנולד מביצה לא נכללה בהשחיטה של אם הביצה [ולא אמרינן שמאחר ש"אם" הביצה נשחטה, כבר לא נצרך שחיטה לעוף הנולד מהביצה], כן בשר מתורבת שנוצר מביצה, לא נכללה בשחיטת אם הביצה, ופשוט].

א דאנק
ס'איז א שיינע און גרויסע חידוש וואס דו זאגסט, אבער איך בין נשיט זיכער אז אלע פוסקים וועלן מסכים זיין, אז פלייש וואס איז געקינצלטערהייט געמאכט פון אן איי, האט א הלכה פון פלייש.
איגור
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 20, 2023 8:00 pm

Re: איז סינטעטיק פלייש פראדוצירט דורך א לאבאראטאריע כשר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגור »

גרייט צו העלפן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:52 am
איגור האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 9:37 pm
גרייט צו העלפן האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 12:30 pm
פארוואס טראכסטו, אז ווען עס ווערט "געטוישט" לאבאראטאריש פון אייער צו פלייש, אז דאס איז אויך די הלכה'דיגע גדר דערפון? צי דארף עס נישט געבוירן ווערן וכדומה, כדי אז ס'זאל חל זיין דערויף א חיוב שחיטה? (איך האב נישט קיין צייט דורכצוקוקן קיין לאנגע מאמר, אבער אפשר וועסטו מסכים זיין מיר צו ענטפערן אדער צו צוצייכענען פינקטליכער).
ייש"כ פאר אייער וויכטיגע שאלה.

עס שטייט אין פסוק (דברים י"ב, כ"א) כי ירחיב ה' אלקיך את גבולך כאשר דיבר לך ואמרת אוכלה בשר וגו' כי ירחק ממך המקום וגו' וזבחת מבקרך ומצאנך אשר נתן ה' לך כאשר צויתיך וגו'. [בקיצור ווערט די "מצות עשה" אנגערופן "וזבחת כאשר צוויתיך". אדער סתם "וזבחת"].

כאטשיג אין פסוק שטייט "בקר וצאן", איז אבער רבי אין מס' חולין (כ"ח ע"ב) מפרש די פסוק אויף "עוף" אויך.

עכ"פ זאגט די תורה הקדושה אז ווען איינער זאגט "אוכלה בשר" – איך וויל עסן "פלייש", דאן "וזבחת", דארפסטו שעכטן בקר וצאן אדער אן עוף. עס איז נישט דא קיין אנדערע שאורט-קאט צו עסן "פלייש".

דעריבער איז "בשר מתורבת" אסור.

[אויב עס וואלט געשטאנען אין פסוק ואמרת אוכלה בקר וצאן [ועוף] וזבחת, וואלט געווועהן א מקום דן צו זיין אז בשר מתורבת וויבאלד עס איז נישט קייין "געבוירענער" עוף, דעריבער גייט עס אפשר נישט אריין אין דעם כלל, און עס האט נישט דעם נאמען "עוף", [הגם מען קען זיך דינגען אז סוף כל סוף איז דאס "טשיקען פלייש" (וויבאלד עס ווערט פראדוצירט פון אן "איי" אויף דעם זעלבן מהלך ווי א געהעריגער עוף ווערט געבוירן) דעריבער גייט דאס אויך אריין אין כלל פון "עוף]". אבער וויבאלד עס שטייט נישט "אוכלה בקר וצאן [ועוף]", נאר "אוכלה בשר", דעריבער איז נישט דא קיין אויסוועג פון עסן "פלייש" נאר דורך שחט'ן בקר וצאן ועוף, אזויווי מיר האבן אויבן געברענגט "מה שאתה זובח אתה אוכל, ומה שאי אתה זובח אי אתה אוכל".

צוליב דעם, אין די סעקונדע וואס עס ווערן באשאפן צעלן פון פלייש ווערט דאס אסור באכילה, וויבאלד עס איז נישט שייך ביי דעם קיין קיין שחיטה. נישט קיין חילוק אויב עס איז געוועהן א לידה אדער נישט.

ועי' בקו' בשר מלאכותי לגבי בשר מתורבת מ"בקר וצאן" שיש לדמותו לבן פקועה, יעו"ש. אמנם זה לא שייך רק בבקר וצאן. אבל ב"עוף", מאחר שעוף ממש שנולד מביצה לא נכללה בהשחיטה של אם הביצה [ולא אמרינן שמאחר ש"אם" הביצה נשחטה, כבר לא נצרך שחיטה לעוף הנולד מהביצה], כן בשר מתורבת שנוצר מביצה, לא נכללה בשחיטת אם הביצה, ופשוט].

א דאנק
ס'איז א שיינע און גרויסע חידוש וואס דו זאגסט, אבער איך בין נשיט זיכער אז אלע פוסקים וועלן מסכים זיין, אז פלייש וואס איז געקינצלטערהייט געמאכט פון אן איי, האט א הלכה פון פלייש.
צו מתיר זיין פלייש אן שחיטה איז א גרעסערע חידוש
איגור
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 20, 2023 8:00 pm

Re: איז סינטעטיק פלייש פראדוצירט דורך א לאבאראטאריע כשר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגור »

אינטערוויו: אין געשעפטן איבער אר"י וועט מען די קומענדיגע צייט קענען קויפן לעב-גראון פלייש. וואס איז דאס און וויאזוי ווערט עס ערצייגט?
א' יתרו פ״ד
ר' משה שפיצער

https://www.yiddish24.com/cat/12
אוועטאר
yoy
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: איז סינטעטיק פלייש פראדוצירט דורך א לאבאראטאריע כשר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

אבימלך האט געשריבן:
מוצ"ש מאי 18, 2024 10:35 pm
אַלאַבאַמאַ גאווערנאר קעי אייווי (ר) האט אונטערגעשריבן א געזעץ וואס פארבאט די פאבריקאציע, פארקויפן אדער פארשפרייטונג פון אלע לאבאראטיע-געוואקסענע פלייש אין די סטעיט פון אלאבאמע בילד
אוועטאר
yoy
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: איז סינטעטיק פלייש פראדוצירט דורך א לאבאראטאריע כשר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

א געשעפט האב איך האט געשריבן:
אבימלך האט געשריבן:
אמעריקע האט געגעבן אירע ערשטע באשטעטיגונגען פאר צוויי פירמעס צו פארקויפן פלייש וואס איז געוואקסען פון בהמות צעלן (lab grown meat), און אויסגעברייטערט דעם וועג פאר לאבאטאריע-געוואקסענע פלייש צו ווערן פארקויפט פארן קאנסומער.
איך בין זייער נייגעריג וואס דאס מיינט פארן כשרות פעלד. IMG_3579.jpeg
בילד
דא איז דא א לענגערע אנאליז איבער די גאנצע זאך בכללות און איבער די הלכה'דיגע שאלות.
https://drive.google.com/file/d/1GInvfe ... sp=sharing
https://www.yiddish24.com/analysis/41/85361
אטעטשמענטס
MT.gif
MT.gif (915 Bytes) געזען 278 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”