אט זענען די לאקאציעס אין ווילאמסבורג. 80 Clymer, 70 Tomkins
אין מאנסי און קרית יואל איז נאך וויכטיגער זייענדיג איינער פון די 10 וויכטיגסטע דיסטריקטן אויף וואס די גאנצע באלאנס פון קאנגרעס און אמעריקע שטייט.
אין מאנסי דער 17'סטע דיסטריקט לויפט די איבערגעגעבענע און עסקנים אינדארסירטע מייק לאולער וועלכע האט פאריגע מאל געווינען מיט אונטער א פראצענט די ביידן דיסטריקט מיט די הילף פון די היימישע שטיצע, קעגן די ראדיקאל פראגרעסיווע מאנדעיר דשונס.
אין קרית יואל אין די 18'טע דיסטריקט לויפט דער דעמאקראט פעט רייען וועלכע האט באוויזן צו באקומען אינדארסירונגען מיטן אלטן דעמאקראטישע טאקטיק פון משחד זיין וויילער אין איטערעסן גרופעס.
אין קרית יואל אין די 18'טע דיסטריקט לויפט דער דעמאקראט פעט רייען וועלכע האט באוויזן צו באקומען אינדארסירונגען מיטן אלטן דעמאקראטישע טאקטיק פון משחד זיין וויילער אין איטערעסן גרופעס.
נעכטן ביי טראמפ'ס ראלי אין מאנהעטן האט עפעס א קאמידיען מיטן נאמען טאני הינטשקליף געמאכט עפעס א וויץ אז פארטא-ריקא איז א מיסט אונזל, און די מידיא זייעט אן א שטורעם אז היתכן טראמפ האלט אזוינס פון פארטא ריקא.
פילע סעלעבס זענען שוין ארויפגעטאנצן אויפן באן און אינדארסירט העריס אין ליכט פון די באהאלטענע געמיינקייט וואס מ'איז נארוואס געוואיר געווארן איבער טראמפ.
וואס דאס מיינט, אז די העריס קאמפיין איז אין א שווערע קלעם אז מ'האלט ביי א מצב אז ס'איז גאר שווער צו אינדארסירן אזש מענטשן וואס דארפן בלויז תירוצים דאס צו טון קענען עס נישט טון אנדעם.
זייטיגע נאטיץ, מ'מעג אמאל מאכן א וויץ, בכלל ביי די ראלי האט מען ערנסטערהייט נישט גערעדט איבער ניו יארק צופיל בעסערס, סא כ'בין געהעריג באליידיגט.
נייע סאטילייט בילדער צייגן שאדן צו א חלק פון א איראנע אויל ריפיינערי אין אבדאן איראן וועלכע געפונט זיך נעבן די גרעניץ מיט איראק.
לויט פריערדיגע באריכטן האט מד'י נייטראלאזירט די דעפענס סיסטעם אין די געגנט, אבער דאס איז די ערשטע צייכן אז די אויל פראדוקציע זעלבסט איז געצילט געווארן.
נאכן קלאר ווערן און הערן פון ביידע זייטן אז מ'האט נישט געצילט די אויל זענען פרייזן אויף די גלאבאלע מארקעט צוריקגעפאלן צום אלטן, אבער דאס איז מעגליך געווען א פריצייטיגע פרייד.
אין אנדערע נייעס זאגט כומעיני אז מ'דארף זיין געמאסטן אין א רעאקציע, דאס צייגט אז זיי ווילן שוין אראפקריכן פון בוים.
אנדערע וואס קלעטערן אראפ די שטיגן, זענען חיזבאלא, לויט די לעבענזע פארלימענט ספיקער האבן זיי מסכים געווען צו אפטיילן זייער קאנפליקט פונעם כאמאס קאנפליקט און זענען גרייט צו פארהאנדלען א פייער אפשטעל אן די דאזיגע באדינג.
עקסטער זענען באריכטן געגאנגען אזוי ווייט צו זאגן אז זיי זענען אפילו מסכים צו פארהאנדלען איבער זיך צוריקציען ביז די ליטאני אזויווי די UN רעזאלוציע לויטערט.