Re: אבזערווירער'ס בימה
אבזערווירער האט געשריבן: ↑ מיטוואך מאי 15, 2024 5:12 pmאן אריינלייגן אייגענע בייעס, און מ'לייגט ארויף אויפן בעטינג מארקעט ''ביידן vs טראמפ דיבעיט'' ווייסט יעדער אז טראמפ וואלט געווען די געווינער לויט די בעסטע שאצונגן.
און דאס איז די סיבה פארוואס ביידן האט זיך נישט געוואלט ארגינעל פארפליכטן דערפאר, נאר ענדערש גענומען די ליניע אז 'מקען נישט עכט אפהאלטן קיין דעבאטעס מיט קיין אינסארעקשאניסט'.
מערסטנס פאליטישע עקספערטן האבן זיך נישט געראכטן אז מ'וועט שטיין עטליכע מאנאטן פאר די אילעקשן און נאך די פריימעריס און דער פארשמירטע, אנגעקלאגטע , סקאנדאליעזע דאנלד וואס אמעריקע איז שוין זאט פון זיין אויסמיטשענדע רעטאריק וועט שטיין שיין פאראויס אין די סווינג שטאטן.
די אינסערעקשאן טיקעט האט פיין געארבעט אין די ערשטע צוויי יאר פון די אדמיניסטראציע יעדעס מאל מ'האט דערמאנט פאר די טיפישע אומפארטייאישע דשאן די כאאטישע בילדער פון די קאפיטאל אומרוען.
דערנאך האט געארבעט די איין סאציאלע אישאו וואס איז גענויגט צו דעמאקראטן ווען די סופרים קארט האט ארויסגעגעבן א היסטארישע אורטייל לטובת רעכטע, און נאטירליך האט די פאליטישע רעדל צוריקגעשלאגן.
יעצט אז די אלע טראמפ סקאנדאלן זענען שוין אלטע נייעס, דער עולם ווייסט שוין פאר צען יאר ווער ער איז און ס'הערשט שוין נישט די מכלומר'שטע שאק וואס די מידיא פראבירט אריינצוברענגען אין די הערצער ביי יעדע טוויט וואס קומט ארויס פון זיין בית כיסה'לע וואס מערסטנס איז העכסטס נארמאלע זאכן און פאליסיס, וואס איז די ליניע יעצט ? , אקעי סייד נאוט ער וואלט געמעגט בארוהיגט מיט די 'באולד' און 'קעפס', ווען מ'לייגט עס אייביג הערט זיך עס שוין נישט דראסטיש.. אבער וויאזוי ס'זאל נאר זיין זעהן עס בלויז די הייסע חסידים.
אלזא איז די עצה געווען די אינסייטמענטס , א טיפישע אינדעפענדענט וועט נישט וויילן פאר א סקאנדאליעזע אנגעקלאגטער קאנדידאט, אבער ווען עס איז געקומען צו דעם האט זיך ארויסגעשטעלט אז טראמפ האט מייסטערהאפטיג ארומגעדרייט די רעדל , און יעדעס מאל ביים ערשיינען צו געריכט האט מען באקומען דער הונדרעט פראצענטיגע פאליטישע מייסטער טראמפ ביי זיינע סטעיטמענטס צו די מידיא.
ס'איז אים געלונגען קעגן די ערווארטונגן ארויסצודרייען די סקאנדאל און מאכן דערפון אז ס'זאל אויסקוקן ווי א באנאנא רעפאבליק, טייל קרעדיט קומט זיך אויך פאר דעמאקראטן פארן זיין שיכור אויף די מאכט וואס זיי האבן געווענליך און זיך נישט אכטונג געבן און זיין פארזיכטיג, זיי האבן אריינגעגעבן 4 קעיסעס וואס עטליכע זענען גאר וואנזיניג א שטייגער ווי די יעצטיגע אין ניו יארק איבער קאמפיין און ביזנעס פינאנץ וואס מ'וואלט קיינמאל נישט געברענגט אין א ערנסטע דיסטריקט אטוירני'ס אפיס.
צוגעגעבן האט אויך אז אז עס איז ארויסגעקומען אז די בילדער פון די קלאסיפיצירטע דאקומענטן איז געווען אויסגעשטעלט ווי א שפיל( ס'שטייט נישט אויף די פאלדערס 'קלאסיפייד', קוק אויסדריקליך נישט דא...) און די פאקט אז ביידן און פענס האבן זיך געטראפן אין די זעלבע פעקל אן ווערן אנגעקלאגט, און דאס אז ברעג איז א אנטי געזעץ און ארדענונג אויף א עקסטרעם.
דאס אז ריכטער 'מורטשענט' לאזט נישט טראמפ רעדן פון זיין קעיס און טראמפ ברענגט ספיקער דשאנסאן צו רעדן פון וואס ער קען נישט... ווען די איינציגסטע צוויי עדות זענען א לאויער וואס איז אנגעקלאגט געווארן אויף ליגנט זאגן און א אנדערע אומווערדיגע פארשוין.
אלזא איז געווען די האפענונג אז ווען ער גייט ענדליך אנגעקלאגט ווערן גייט דער עולם אים אפלאזן, אבער יעצט ווען מ'האלט שוין פיל נענטער קראצן זיך פילע פון די פאול'סטערס אין אויסגעקרכענע קאפ, אז די מצב קוקט נישט אויס צו זיך פארווירקליכן אזוי, נאר אזויווי טעגליכע נייעס + האט שוין דאמאלץ געשריבן אז אזויווי די דראסטישע שריט וואס ביידן נעמט אין פאלעסי קילט זיך די שאק גאר שנעל אויס איז די זעלבע מיט די קלאגעס.
ווען זאכן זענען שמעלער נעמט מען מער דראסטישע שריט: אלזא האט ביידן אפגעמאכט אז ער וועט צייגן א מעכטיגע דעבאטע פריפארמענס !
ווי באקאנט פראבירט ביידן ארויסצוקומען צו דער פאבליק, ער אליינס איז א גרויסע גלייבער איז זיין מעגליכקייט פון קאנעקטן צו מענטשן, און דאס איז טאקע געווען זיין טאלאנט אין די יונגע יארן, נישט געווען די מערסט געלונגענע מענטש, נאר גאר א ראפונירטע קאנעקטער, אבער די מיילידש יאגט נאך און זיינע רייטגעבער זעהן עס איין, אבער דער לעצטער ווארט האט ביידן און דאס איז געווען זיין החלטה.
וואס זענען זיינע שאנסן, ער האפט ווארשיינליך אויף א דעבאטע ווי די ערשטע פאריגעס מאל ווען טראמפ איז ארויסגעקומען אגרעסיוו און ביידן האט זיך אראפגעשטעלט אלס דער סימפאטישע מאנאטשקע וואס וועט היילן דעם ציבור פון קאוויד מיט דשילס באבע רפואות.. און טראמפ האט אבער נישט אנערקענט די פראבלעמען מיט די לאנד.
נישט אייביג געלונגט עס אבער פאר ביידן, טראץ וואס מערסטנס מאל ארבעטן די ברייטע פארציעס קעפין, ניקאטין, און אלערי מעקסי-העלט ענערגיע און מוח בוסטערס, ארבעט עס זיך נישט אייביג אויס אזוי די פאריגע סטעיט אוו די יוניאיאן ווען ער האט געהאט צופיל קאנפידענץ און זיך גענומען אמפערן אראפ פון די טעלע-פראמטער סקריפט און אנגעזעצט מיט לעיגען/לינקען ריילי בנוגע זיינע אומעגראציע פאליסי.
און טראמפ וועט ווארשיינליך מער נישט אונטערשאצן זיין אפאנענט, און מאכן די זעלבע טעות, און טראץ וואס ער האט נישט פארלוירן האט עס געגעבן א שלעכטע אימעדש פאר די וועלכע האבן באמת געמיינט אז ביידן קען נישט ארויסזאגן קיין צוויי זאצן פון מויל.
איין וויכטיגע סיעף האט די ביידן טיעם יא אריינגעלייגט, אז עס זאלן נישט זיין קיין אנוועזענדע ביים דעבאטע, אוועקנעמעדיג א קאנווענציאנאלע וואפן וואס טראמפ וואלט געהאט אין זיין ארסאנעל, און פארשטייציך די טיפישע CNN , טראמפ וועט ווארשיינליך מסכים זיין וויבאלד ער וויל עס שטערקער, בשעת ביידן נעמט עס בלית ברירה.
איבעריג צו זאגן אז פאר אמעריקאנער גייט נישט אן ווער די קאנדידאט איז ציווישן צוויי שוואכע אפציעס, עס ווענט זיך בלויז אין די גיסטע פון לאנד און פאריגעס מאל איז די פיטער געווען אויף ארענדשע האר און דאס מאל אויף ווייסע האר .
איך קען נישט כאפן פארוואס דער משוגע'נער גייט איין אויף א דעבאטע אנגעפירט ביי CNN אן קיין אודיענץ, זיי גייען עס ארויף לייגן געשניטן און צענזורירט פון אלע זייטן.
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו