אבזערווירער'ס נייעס בימה

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט הויפט פראקוראר זאגט אז ער האט ארויסגעגעבן א ארעסט ווארנט קעגן מד'י פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו און זיין דיפענס מיניסטער יואב גאלאנט איבער זייערע אקטיוויטעטן אין עזה.

ער האט אריינגעשמאלצן אז מ'האט אויך אריינגעגעבן קעגן סינוואר, ס'אל זיין..

צו די זעלבע צייט זאגט די מד'י מיליטער אז מערסטנס (נאנט צו א מיליאן ) מענטשן פון רפיח האבן שוין אוטעקואירט און בלויז עטליכע הונדערט טויזענט זענען פארבליבן.

אטעטשמענטס
IMG_20240520_105659_283.jpg
IMG_20240520_105659_283.jpg (100.52 KiB) געזען 3687 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס !
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

די גאנצע יו ען סעקיוריטי קאונסיל וועלכע האלט אן די זיכערקייט פון די וועלט האט היינט אפגעהאלטן א מינוט פון שטילקייט אפצוגעבן עהרע פאר די בוטשער פון טעהראן.

בתוכם איז געווען ראבערט וואד דעפיוטי אמבאסאדאר פון אמעריקע.

אטעטשמענטס
IMG_20240520_123909_039.jpg
IMG_20240520_123909_039.jpg (169.84 KiB) געזען 3580 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס !
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

די פראפעגאנדע איז אויף די העכסטע שטאפל.

א ריזיגע שילד אין איראן ווי ראיסי און סוליימאני רוהען אין לעכטיגן גן עדן.

אין אנדערע נייעס דרוקט די סטעיט דעפארטמענט אויס זייער טרייסט ווינטשן, און זאגן אז זיי זענען געבעטן געווארן פאר הילף נעכטן אבער האבן געמוזט אפזאגן פאר לאגיסטישע סיבות.

אטעטשמענטס
20240520_162632.jpg
20240520_162632.jpg (199.58 KiB) געזען 3423 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס !
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

ענדליך גרייט זיך איינער צו שניידן פרייזן אנשטאט העכערן.

לויט באריכטן גרייט זיך טארגעט אויף פרייז שניטן אויף פינף טויזנט אייטעמס פון קומענדיגע וואך מאנטאג ביים מעמאריעל דעי חגא, און דורכאויס די זומער.

טארגעט זוכט מיט דעם צו פארכאפן קאסטומערס פון וואל-מארט, אין א צייט וואס די קאנסומער זוכן צו שפארן געלט און טארגעטס פינאנצן שטייען גענוג גוט פאר שניטן.


ח'ו נישט פארגעסן די סטאן קאמפיין גייט נאך אן מיטן פילן קראפט, מיר וועלן אויך שניידן אייערע עקספענסעס.. !
אטעטשמענטס
IMG_20240520_214732_450.jpg
IMG_20240520_214732_450.jpg (48.17 KiB) געזען 3236 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס !
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

אלע טראמפ שטיצער וואס דרייען זיך דא אויף טעגליכע נייעס + זאלן זיך אנגרייטן מיט גרויס ערעפארכט צום קומענדיגע דאנערשטאג.

טראמפ אליינס בכבודו בעצמו וועט אפהאלטן א ראלי ביי אונז אין ניו יארק.

דער עולם זאל זעהן צו קויפן די לויזע אייער גענוג פרי כדי נישט צו אפעקטירן ווערן פון די מאנגל וואס גייט זיך שאפן אין די ברוקלינע געשעפטן אין צוגרייטונג צום ראלי ווי דער פילקעפיגע ציבור וועט רייטן אויף די שטומ-בענדער ''לייק נאו טומארו''.

די גאסן אין דרומית צפונית פון די בראנקס וועלן זיין שווארץ באדעקט מיט טויזענטער אידן וועלכע וועלן ארויסקומען שרייען די מי לה'אלי, טאקע אין דעם ליבעראלע וויגעלע ניו יארק ווי די כופרים ווילן אויסרייסן אלץ וואס איז ביינונז הייליג.

אנגעהויבן ביי חינוך און גענדיקט ביי גשמיות, אונזערע קינדער מוזן נישט אויפוואקסן אין א דשאנגל פון קריים און אויסגעלאסנקייט און די שפאר ביסל געלט וואס זיי מאכן שוין יא נאך גרויס מיה און פלאג מוז נישט גיין צו אפצאלן די חובות פון די פרא פאליסטינער סטודענטן דעמאקראטן וויילער וועלכע לערנען זיך סייווי גארנישט.

דער עולם מאכט שוין די האנט געמאכטע שילדן ווי '' דשוס פאר טראמפ'' , ''מאגא'' און אנדערע סלאגאנען.

היינט ביים וואקן אויף זיבן און פיפציגסטע עוו' זעה איך א אונגל און זיין שוועסטער מאכן ארטס און קרעפטס פאר זייער רויט שרייענדע ''סטאפ די סטיעל '' שילד.

און בראשם איז ערווארטעט צו שטיין און געבן אנווארעמונג'ס רעדעס איידערן הויפט אויפטריט פון די צוויי טאלאנטפולער טראמפ שטיצער וועלכע האלטן די ציבור אינפארמירט דעם ציבור הרה'ג ר' יוסי געשטעטנער ארענע און דער מגיד משרים ר' יצחק קלאר, ווי זיי וועלן ארויסברענגען וואס האט זיי אזוי געצויגן צום מאגא מאוומענט שוין אין 2014 נאך איידער דער עולם האט אפילו געוויסט ווער טראמפ איז.

@צלעובר וועט אויך אויפטרעטן אלץ סופרייז גאסט און געבן זיין אפיציעלע אינדארסירונג פאר טראמפ און אראפלייגן א מאנאלאגישע מייסטער רעדע פארוואס ער און פילע אנדערע ליבעראלן זענען דאס מאל יא פאר טראמפ און ארויסברענגען די געפאר פון נאך א ביידן פרעזידענטשאפט.

אקעי איך געב שוין ארויס צופיל סודות און דעטאלן פונעם איווענט.🤭



אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס !
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

קלאוס שוואב גרינדער און פירער פון די וועלט עקאנאמישע פארום וועט אפטרעטן פון זיין פירערשאפט ראלע פון די ארגענעזאציע קומענדיגע יאר.

שוואב האט געגרינדעט די פאראם אין 1971 , שוואב א דייטשע איקאנאמיסט האט באוויזן צו געווינען די צוטרוי פון פילע וועלט פירער פאליטישע און ביזנעסלייט, און זיי איבערגערעדט אז זיין וויזיע איז די וועג פאראויס.

ס'איז נישט קלאר די אורזאך פון זיין אפטרעטן.

אטעטשמענטס
IMG_20240521_093659_416.jpg
IMG_20240521_093659_416.jpg (131.23 KiB) געזען 2912 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס !
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

דער ציוניסטישער קעז עסער.

א געזעץ סטודענט אין ניו יארק עפנט איר הארץ פאר די פאוסט איבער איר לאנגיעריגע קעז אדיקשאן.

אנגעהויבן האט זיך עס נאך איידער קאוויד אבער אין די קאוויד עפאכע ווען זי האט זיך געפילט אליינס, און פלעגט זיצן אין איר היים אויף דער ערד און עסן פארמאדשאן טשיז און שרעדעד טשיז איז די מאס גאר שטארק ארויף ביז 5 בלאקס א וואך.

די סטודענט 26 איז גראדע א אנפירער פון א ציוניסטישע יוגנט גרופע אין איר שולע.

זי האט עס אנגעהויבן צו ראציאנאליזרן אז זי שפארט זיך געלט דערמיט, למעשה זאגן דאקטוירים אז דאס איז א שטארקע זאך ביי מענטשן וואס פאלן אריין אין אדיקציע צב''ש דראגס און גיבן זיך סיבות פארוואס, ווי עס מאכט מער פראדאקטיוו.

שפעטער איז זי ב''ה זיך סעקסעספול געגאנגען היילן אין א טייערע ריהעב אין דרום קאראליינע, און פארלוירן אלע איבעריגע פונטן.


@tagliche_news
אטעטשמענטס
IMG_20240521_112110_466.jpg
IMG_20240521_112110_466.jpg (79.9 KiB) געזען 2762 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס !
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

נעכטן ביים דריטער טאג וואס די דעפענס האט געקענט אויספארשן די וויטניס פון די פראקורארן, האבן זיי אויפגעדעקט אז מייקל קאהן האט גע'גנב'עט 30 טויזנט דאלער פון די געלטער וואס ער האט אויסגעגעבן אויף די קאמפיין.

דאס ברענגט ארויף פראגן פארוואס די פראקורארן האבן עס נישט געוויסט אדער אנגעקלאגט, אין די ווייטערדיגע באגלייבטקייט פון קאהן און די קעיס, און צו מ'קען באשולדיגן טראמפ אויף פינאנצן וואס מ'האט נישט מיטגעטיילט מיט אים און אויסגעפאפט.


אטעטשמענטס
IMG_20240521_150829_320.jpg
IMG_20240521_150829_320.jpg (303.11 KiB) געזען 2571 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס !
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2471
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע:אויפן ווערעזאנא ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

אבזערווירער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 12:39 pm
די גאנצע יו ען סעקיוריטי קאונסיל וועלכע האלט אן די זיכערקייט פון די וועלט האט היינט אפגעהאלטן א מינוט פון שטילקייט אפצוגעבן עהרע פאר די בוטשער פון טעהראן.

בתוכם איז געווען ראבערט וואד דעפיוטי אמבאסאדאר פון אמעריקע.

פאר וועמען פאר דער רוצח וואס האט מיליאנע גאלאנען פון בלוט אויף זיינע הענט?! משוגע איז נישט דאס ווארט!!😡😡😡🤮🤮🤮
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

לויט פרישע דאקומענטן באקומען פון די יוסטיץ דעפארטמענט, זענען פעדעראלע אגענטן וועלכע זענען אנגעפאלן מאר-א-לאגא אין די דשעק סמיט קעיס פון קלאסיפיצירטע דאקומענטן, אנגעזאגט געווארן צו נוצן 'טויטליכע מאכט' אויב פעלט זיך אויס.

אטעטשמענטס
IMG_20240521_161916_146.jpg
IMG_20240521_161916_146.jpg (225.67 KiB) געזען 2249 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס !
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

נארוועגיע זאגט אז אויב וועט זיין א ענדגילטיגע ארעסט פארלאנג פאר ביבי אדער גלנט , וועלן זיי עס מוזן אויספירן אויף זייער טעריטאריע.

ווער ס'קען זאגן די נעמען פון א שטאט אין נארוועגיע אן גוגל'ען זאל לייגן אין די קאמענטס..


אטעטשמענטס
IMG_20240521_162957_760.jpg
IMG_20240521_162957_760.jpg (46.45 KiB) געזען 2202 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס !
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

נעכטן איז געווען א ברד אין יומא קאונטי קאלעראדא.
אטעטשמענטס
IMG_20240521_163635_225.jpg
IMG_20240521_163635_225.jpg (143.5 KiB) געזען 2172 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס !
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

די BBC זאגט אז ראיסי'ס לעגעסי און היסטאריע איז געווען געמישט, א בינוני..

דער עולם פאריכט.
אטעטשמענטס
IMG_20240521_171005_610.jpg
IMG_20240521_171005_610.jpg (85.79 KiB) געזען 2042 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס !
אוועטאר
תרי בדחנא
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 9:32 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרי בדחנא »

אבזערווירער האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 5:10 pm
די BBC זאגט אז ראיסי'ס לעגעסי און היסטאריע איז געווען געמישט, א בינוני..

דער עולם פאריכט.
מקען משוגע ווערן ווען מען זעט ווי ווייט די ליבעראלע זעלבס דוסטראקאציע (self-destruction) קולטור גייט
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

שמירה האט באוויזן כאפן צוויי קרעדיט קארד גנבים ביים צוריק אראפנעמען די 'סקימינג' מאשין פון די קרעדיט קארד מאשין ביי משה'ס אויף m.

אטעטשמענטס
IMG_20240521_233426_433.jpg
IMG_20240521_233426_433.jpg (276.41 KiB) געזען 734 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס !
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2630
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

א נייע הארווארד העריס פאול איבער אמעריקאנער מיינונג איבער מד'י עזה כאמאס.

זאל כאמאס ווערן געלאזט ביים רעדל ?
78 ניין
22 יא.

ווער זאל פירן עזה צום סוף ?

39 , מד'י , 32 אנדערע אטאריטעט ווי יו ען צו ארביש'ע לענדער, 29 פ.א..

פאראויסגיין מיט רפיח אפענסיווע ?
74 יא
26 ניין.

מד'י אדער כאמאס ?
79 איזראעל
21 כאמאס.

מד'י וואטשט אויף ציווילע ?
69 יא
31 ניין.

פערמענאנטע פייער-אפשטעל אן אלע משכונות צוריקגעקערט און כאמאס פארניכטעט ?
66 ניין
34 יא.


אוועקנעמען די מאכט פון כאמאס ?
78 יא
22 ניין.

ביידנס סטעיטמענט איבער צוריקהאלטן וואפן.
56 גיבט ענערגיע פאר כאמאס.
44 האלט איזריעל אין די ראמען.

58 שטערט משכונות פארהאנדלונגען.
42 העלפט.

אז מד'י גייט פאראויס אין רפיח ?
57 ווײטער געבן וואפן.
43 צוריקהאלטן.

ווער איז שולדיג אין די קריזיס ?
69 כאמאס.
31 מד'י

30 טויזנט פיטאליטעט ?
51 אויפגעבלאזן.
49 אקוראט.

ביידנס אקציעס אין די קאנפליקט.
53 געמישט מיט אינערליכע פאליטיק.
47 לויט אמעריקע'ס אינטערסן.


טייל פרא כאמאס פאזיציעס זענען שאקירט, געדענק אז זיי האבן נישט געהאט קיין אנטי מד'י אפציע.
אטעטשמענטס
IMG_20240521_235652_176.jpg
IMG_20240521_235652_176.jpg (34.94 KiB) געזען 673 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


טשעקט'ס אויס סטאן דיעלס און סאבסקרייבט צום סטאטוס !
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2285
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

וויאזוי שטומט
אבזערווירער האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 11:57 pm


פאראויסגיין מיט רפיח אפענסיווע ?
74 יא
26 ניין.
מיט
אבזערווירער האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 11:57 pm

אז מד'י גייט פאראויס אין רפיח ?
57 ווײטער געבן וואפן.
43 צוריקהאלטן.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18031
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

זייט ווען דארפן זאכן אין אמעריקע שטימען?
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2783
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

תנא-קמא האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:02 am
וויאזוי שטומט
אבזערווירער האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 11:57 pm


פאראויסגיין מיט רפיח אפענסיווע ?
74 יא
26 ניין.
מיט
אבזערווירער האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 11:57 pm

אז מד'י גייט פאראויס אין רפיח ?
57 ווײטער געבן וואפן.
43 צוריקהאלטן.
מיין פאליטישע מיינונג זאגט אז זיי זאלן פאראויס גיין אבער זיך עס אליין צאלן
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5472
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:05 am
זייט ווען דארפן זאכן אין אמעריקע שטימען?
דו ביסט ערנסט אדער א ווערטל?
ווייל איך די קושיא אויך אסאך פאולס, עס איז זיך סותר מניה וביה.
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18031
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

איך בין ערנסט. אמעריקאנער שטיצן אפיציעל נידריגע שטייער מיט הויכע פראגראמען. פארפאלן, ווילאנג דו פרעגסט יעדע פראגע עקסטער זאגן מענטשן די אמת...
נידריגע שטייערן אדער הויכע? נידריג! אסאך פראגראמען אדער ווינציג? אסאך!
אז העסט פרעגן נידריגע שטייער מיט ווינציג פראגראמען אדער הויכע שטייער מיט אסאך פראגראמען, דעמאלט קענסטו ערווארטן די תירוצים זאלן שטימען. אבער די רגע דו לייגסט צי די אפציע העכערן שטייער נאר פאר רייכע און טיילן אסאך פראגראמען וועט דאס בפשטות זיגן...

בקיצור, זאכן דארפן נישט שטימען אין אמעריקע
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18031
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

דשאסט אין קעיס איינער איז אינטערעסירט צו וויסן פארוואס טאקע ארבעטן די אנקעטעס אזוי מאדנע, זאלן זיי פרעגן פראגן צום זאך, אט איז די אנטווארט.

לאמיר זאגן די אנקעטע פירמע וויל אן אנקעטע איבער די מיינונגען פון רוב אמעריקאנער איבער שטייער ווס. פראגראמען, וואס זאלן זיי פרעגן?

אויסשטעלן די פראגן 'הויכע שטייער מיט אסאך פראגראמען' אדער 'נידריגע שטייער מיט ווינציג פראגראמען' וועלן די לינקע פארפירן אז דאס איז נישט ריכטיג, זיי אדוואקאטירן נישט פאר הויכע שטייער, נאר בלויז די רייכע וועלן דארפן באצאלן הויכע שטייער.

דערויף וועלן די רעכטע אנטווארטן אז עס איז במציאות נישט מעגליך, ווייל דאס מאכט עס זאל זיך לוינען נישט צו פארדינען אסאך ווייל מען פארדינט מער דורך די פראגראמען, וואס דאס וועט שטערן די עקענאמיע, ווי אויך קומט אויס אז דו באשטראפסט סוקסעס, וואס וועט פארשטייטערן די עקענאמיע, קומט אויס אז סך הכל דערלייגסטו מער ווי די פארדינסט.

שטייצעך די לינקע העלן קומען מיט די חשבונות פארוואס ס'שטימט יא, און די אנקעטע וועט סיי זיין זייער קאמפליצירט, צ.ב.ש. אסאך שטייער אויף רייכע אויף אן אופן וואס באשטראפט נישט הויכע פארדינערס און איז צוגענגליך פאר די עשירים און פארשטייטערט נישט די עקאנאמיע און און און און און און אסאך פראגראמען, אדער פארקערט... און הערשט העלן ביידע זייטן נאכאלץ זיין אומצופרידן איבער די אופן השאלה...

טא פרעגט מען אלסדינג באזונדער, און די פארטייען מאכן זיך זעלבסט די חשבון וואס ווילן מער מענטשן און פראבירן צו שלאגן קאפיטאל איבער דעם.

שטייצעך אז דיזע אויבנדערמאנטער אנקעטע מאכט קנאפ אויס פאר סיי וועלכע פארטיי, ווייל זינט ווען גייט עימיצן אן וואס רוב אמעריקע האלט? מען קוקט נאר וואס ארום זעקס פראצענט פון די באפעלקערונג פון ארום זעקס סטעיטס האבן צו זאגן, זאלן אלע איבריגע בירגער גיין בארן קלאפן....
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5472
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:39 am
דשאסט אין קעיס איינער איז אינטערעסירט צו וויסן פארוואס טאקע ארבעטן די אנקעטעס אזוי מאדנע, זאלן זיי פרעגן פראגן צום זאך, אט איז די אנטווארט.

לאמיר זאגן די אנקעטע פירמע וויל אן אנקעטע איבער די מיינונגען פון רוב אמעריקאנער איבער שטייער ווס. פראגראמען, וואס זאלן זיי פרעגן?

אויסשטעלן די פראגן 'הויכע שטייער מיט אסאך פראגראמען' אדער 'נידריגע שטייער מיט ווינציג פראגראמען' וועלן די לינקע פארפירן אז דאס איז נישט ריכטיג, זיי אדוואקאטירן נישט פאר הויכע שטייער, נאר בלויז די רייכע וועלן דארפן באצאלן הויכע שטייער.

דערויף וועלן די רעכטע אנטווארטן אז עס איז במציאות נישט מעגליך, ווייל דאס מאכט עס זאל זיך לוינען נישט צו פארדינען אסאך ווייל מען פארדינט מער דורך די פראגראמען, וואס דאס וועט שטערן די עקענאמיע, ווי אויך קומט אויס אז דו באשטראפסט סוקסעס, וואס וועט פארשטייטערן די עקענאמיע, קומט אויס אז סך הכל דערלייגסטו מער ווי די פארדינסט.

שטייצעך די לינקע העלן קומען מיט די חשבונות פארוואס ס'שטימט יא, און די אנקעטע וועט סיי זיין זייער קאמפליצירט, צ.ב.ש. אסאך שטייער אויף רייכע אויף אן אופן וואס באשטראפט נישט הויכע פארדינערס און איז צוגענגליך פאר די עשירים און פארשטייטערט נישט די עקאנאמיע און און און און און און אסאך פראגראמען, אדער פארקערט... און הערשט העלן ביידע זייטן נאכאלץ זייןאומצופרידן איבער די אופן השאלה...

טא פרעגט מען אלסדינג באזונדער, און די פארטייען מאכן זיך זעלבסט די חשבון וואס ווילן מער מענטשן און פראבירן צו שלאגן קאפיטאל איבער דעם.

שטייצעך אז דיזע אויבנדערמאנטער אנקעטע מאכט קנאפ אויס פאר סיי וועלכע פארטיי, ווייל זינט ווען גייט עימיצן אן וואס רוב אמעריקע האלט? מען קוקט נאר וואס ארום זעקס פראצענט פון די באפעלקערונג פון ארום זעקס סטעיטס האבן צו זאגן, זאלן אלע איבריגע בירגער גיין בארן קלאפן....

ארויסגעברענגט די גרעסטע חורבן אין אמעריקע צום פינטל!

עס הייבט נישט אן צו מאכן קיין סענס אז 90% אמעריקאנער האבן נישט דאס מינדנסטע מיינונג ווער עס זאל זיין פרעזידענט.

איך ווייס נישט וואס האט עס גורם געווען, אבער ס'איז א מעסס..
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18031
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

דו ווייסט נישט די גורם? די גורם איז עולם גולם וועלט לויטן פארטיי בלינדערהייט, דערמיט מאכן זיי זייערע אייגענע שטימען אומרעלעואנט...
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1096
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: אבזערווירער'ס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 9:28 am
דו ווייסט נישט די גורם? די גורם איז עולם גולם וועלט לויטן פארטיי בלינדערהייט, דערמיט מאכן זיי זייערע אייגענע שטימען אומרעלעואנט...
אמאל האבן מענטשן געשטימט פאר געדאנקען
היינט שטימט מען פאר מענטשן....
ועל דא קא בכינא.
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”