די קערפער פון דריי משכונות זענען אפגעפונען געווארן אין רפיח.
אײנע פון די פרויען איז געווען די פנים פון די טעראר אטאקע, זייענדיג די פרוי אין איינער פון די מערסט באקאנטע צענעס אין די בארבאריזאם , ביים ווערן געשלעפט אויף די בעטל פון א פיקאפ טרעקל געבינדענערהייט פון פארקריפעלט, ווארשיינליך שוין נישט ביים לעבן.
אבער היינט האט זאלענסקי אפציעל אונטערגעשריבן א געזעץ וואס וועט לאזן קרימינאלן זיין אין די מיליטער אין אויסטויש פארן פארקורצן זייער טערמינען.
אבער נישט געזארגט די גאר געפארפולע וועלן נישט באקומען א 'געט טוט אף דשעיל פרי קארד' נאך אלעם רעדט מען דא פון די וויכטיגסטע און מערסט אנערקענטע דעמאקראטיע אין אייראפע.
די וועלכע האבן געהארגעט צוויי מענטשן אדער מער אדער געטון שמוציגע מעשים וועלן נישט באקומען די אויסוואל.
זיי זאגן אז זיי האפן פאר צוואנציג טויזנט קאנסקריפטן.
(מוצאי שבת פאנגט מען אן א קאמפיין פון טיילן געלט בחינם, דעטאלן וועלן נאכפאלגן.)
אין אפריל אליינס האבן איבער 500 פאליציי אפיצירן אין די ניו יארק סיטי דעפארטמענט זיך אפגעלאזט פון די דשאב און מערסטנס זענען געגאנגען צו די בעסער באצאלטער נאסאו קאונטי.
אויב זענט איר פון די בחורי עם וואס האבן נישט די זאכן, קענט איר נאכאלץ טון געוויסע זאכן צב''ש..
אבזערווירער ✍
Being smart will get you the move, being wise will hand you the game. קאמענטארן אשכול
די וועד משמרת פון מוזורי וועלכע פארופט זיך די סטעיט געזעצן הויז האט אדורכגעפירט לעגיסלאציע צו פארלאנגן אז יעדער שולע וואס וויל באקומען פאנדינג מוז האבן א שילד פון די עשרת הדיברות.
מיזורי אדער ווי די פרומערע איינוואוינער רופן עס 'מיזארע' ווערט דערמיט די ערשטע שטאט דאס צו איינפירן.
אוקלענד קאליפארניע האט אוועקגענומען טראפיק לייטס פון א געוויסע אינטערסעקשאן אין צענטער פון שטאט און אוועקגעשטעלט סטאפ סיינס, וויבאלד די היימלאזע האט גענוצט די אילעקטריסעטעט צו געבן קראפט פאר זייער דשענערעיטערס און שמאנצעס און די לעמפלעך האבן נישט געארבעט.
און איך האב מיך אייביג געווינדערט צו ס'קען באמת זיין א גאנצע שטאט וואס האט נישט קיין שכל.
דו זיי נישט קיין כעלעמער און עפן סטאן ביים קאמפיוטער, אדער סאבסקרייב, פארפאס נישט די מציאות.
פארלאז דיך אויף די EU צו זיכערמאכן אז זיי ברענגען זיך אליינס אונטער.
מיט גרויס פרייד נעמט דער וועלט אויף די מעלדונג פון די אי יו קריזיס מענידשמענט, אז זיי האבן אקטיוויזירט זייער ספעציעלע מאפע מעסידשענג סערוויס, צו בעסער קענען טרעפן דעם בוטשער פון טעהראן.
ס'איז נישט קלאר די מארטירער סטאטוס פון שטארבן אין א העליקאפטער קראך לויט די מארטירער פארשריפטן, און צו זיי וועלן זיך טאקע טרעפן מיט די זיבעציג מכשיפות אויבן אין הימל.....