די לעיבער פארטיי אונטער פירערשאפט פון קיר שטורמער האט געוואונען אין א מאסיווע לענדסלייד מיט איבער 400 זיצן אין די נאציאנאלע פארלעמענט קעגן די פירענדע קאנסערוואטיוון אונטער פרעמיער מיניסטער רישי סונאק וועלכע האט באקומען 150 זיצן לויט די עקזיט פאולס.
די קאנסערוואטיוון זענען אריינגעקומען די שוואכסטע זינט 1906, דאס איז נאך צוועלף יאר פון פירערשאפט אונטער 5 פרימיער מיניסטארן.
די פארטיי האט געליטן פון נידעריגע קאנפידענץ און זייערע פירער האבן ווי טראס און סונאק האבן זיך וועלענדיג אפגעזאגט פאר פוילקייט, אויך האבן זיי נישט געפילט פאר וויכטיג צו ווארפן רויטע פלייש צו די באזע און געלאזט די רעפארם פארטיי אונטער פאראדש גנב'ען און זיך טיילן מיט די רעכטע שטימען.
אויך האט סונאק נישט געקענט אפעקטיוו קאמיוניקירן מיט די אינדעפענדענטס און איבערצייגן אז ער קען אימפלימעטירן אפעקטיווע פאליסיס.
די וואך שבת בין איך ארויפגעגאנגען אויף די בערג כאפן פרישע לופט אויף די בערג אינאיינעם מיט'ן אשת חיל.
די פלאן איז געווען צו אריינלייגן אין זעקל עטליכע קיוביק מעטער פון די קאנטרי לופט און מיטנעמען צו די סיטי אויפן רעשט פונעם וואך, למעשה זאגט די וועלט ''א מענטש טראכט און גאט לאכט '' און די יומידעטי איז געווען לעכעריג ווי א זופ און פון די מייסטער פלאן האט זיך אויסגעלאזט א זייפן בלאז.
געגאנגען איז מען צום שוואגער, דער שוואגער טענה'ט אז ער קויפט ''די צייטונג'' טראץ וואס ס'איז גאר לינק וויבאלד ס'איז אנגעבליך גאר פראפעסיאנאל און די קעפלעך זענען גאר גוט ארויסגעברענגט אזש מ'האט שוין ארויס די גאנצע נושא פונעם קעפל אליינס.
קודם האב איך זיך טאקע ג'ישבט צו כזאל טאקע א בליק טון אויף די פראוודא פאפיר, נאכדערצו ווען ליינען א צייטונג בכלל אין שבת איז עפעס וואס חסידישע אידן האבן נישט געוויסט צו זאגן דערפון, שבת דארף מען דאך זיין פארנומען על התורה ועל העבודה.
למעשה האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן און עומד בנסיון זיין און געוועזן נייגעריג וואס דער אלבערט וועט שרייבן אויף א היסטארישע נידערלאגע פאר זיין ידיד נפשו ר' דשאו ראבינהוט ביידן.
איך ווייס נישט פארוואס מען דארף גיין ביז קיין סירעקיוס ניו יארק צו טרעפן א געוויסע גוי מיט א באשיידענע ביר בויך מיט'ן נאמען אלבערט צו שרייבן אין א היימישע צייטונג, מ'וואלט ווען פונקט געקענט גיין צו א היימישע אברהמ'ל פון קרית יואל, און ס'וואלט נאך געווען גרינגער ביים שפארן צייט די איבערטייטשונג פון ענגליש.
איי די אלע נייעסער וואס ער ברענגט דאך נאך פון די גויאישע מקומות, נו כ'בין זיכער אז מ'קען טרעפן א היימישע איד וואס קען א גוטע ענגליש.
די הויפט קעפל אין די צייטונג אליינס איז עפעס בבחינת ''דעמאקראטן זענען פארצווייפעלט נאך די דעבאטע '' איך נישט מיטהאלטנדיג די דעבאטע האב זיך פארגעשטעלט אז זייער אייערשפייז איז זיי צוגעברענט געווארן.
די עדיטאריעל איז מיטן קעפל ''ביידן איז אלט און טראמפ איז... טראמפ '' מסתם האט דער עולם געזעהן אז דער פרעזידענט האט גרויע האר, גארנישט קיין שרייעדיגע העדליין ווי ווען ס'וואלט געווען פארקערט ''טראמפ קאלעכט די CNN הויפטקווארטירן אין אטלאנטא מיט א פרישע שיכט קאלעך ! " .
איך ליינענדיג דארטן איז איינער פון די הויפט פאקטארן געוועזן אז די מעכטיגע CNN הויפטקווארטירן זענען אין אטלאנטא דזשארדזיע, כאילו דאס נייגערט יעצט פאר טויזענטער מענטשן.
ווײטער מער אין די עדיטאריעל ווער איך געוואויר אז די הויפט אנדייטונג און פראבלעם פון ביידנס אלטקייט איז אז ''ער האט נישט גוט צוריקגעפענט פארן ליגענער טראמפ אזויווי ער וואלט אין די אינגע יארן, צום ביישפיל ווען טראמפ האט געזאגט אז נאר אונטער דעמאקראטן האט פוטין אינוואדירט( גראדע האט ער דערמאנט בוש אויך, אפשר איז אלבערט אויף איין פעידזש מיט טראמפ אז בוש איז א דעמאקראט?! .. און ס'איז דאך טאקע א פינטל.) וואלט ביידן געדארפט צוריק שיסן אז דו ביסטאך גוט מיט פוטין רעד מיט אים אז ער זאל צוריקגעבן אוקריינא'' פיפיג און געריבן, ניין , אזוי ארבעט טאקע די וועלט סטעדש לי יהי אז טראמפ איז טאקע גוט מיט פוטין, גיבט מען צוריק לענדער פשוט פון א גוטע הארץ ר' וואלף פוטין איז דאך א ווארימע איד א צדיק.
ווער נעמט נאך נייעס פון די מעין סטרים מידיע און צייטונגען? די גויים נעמען עס פון סאושעל מידיא, און להבדיל די אידן פון קול מבשר/אייוועלט/ חפץ חיים וועבזייטל.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
א רעפארמיסטישע קאנדידאט מיטן נאמען מאזהאד פאזשיקאן האט געוואונען די פרעזידענטליכע ראנאף וואלן אין איראן.
דער פאליטיקאנט און געוועזענע הארץ כיטרוג איז געלאפן אין א פארמעסט קעגן די שטרענגערע סיד דשאלילי וועלכע איז נאך געקומען צו פליען קיין איראן אינאיינעם מיט'ן אייטאלא צו מאכן די רעוועלוציע.
דשאלילי איז געווען פון די נוקלעארע פארהאנדלער, ליין: פארשלעפער, פאר יארן לאנג.
מאזהאד וויל פארגרינגערן די הידשאב געזעצן און האבן בעסערע באציאונגען מיט די מערב כדי צו אראפנעמען די סאנקציעס.
עס איז נישט קלאר וויפיל ער וועט קענען צושטעלן אין א צייט וואס די אייאטאלע אין די ענדגילטיגע מאכט, אבער מעגליך וועט זיך די אייאטאלע דארפן בייגן עטוואס צום פאלק און צו די נייע ווינטן וואס די היינטיגע יוגנט ברענגט.
מד'י האט זיך ווידער א לאז געטון אויף עזה סיטי מיט א העפטיגע אפענסיווע.
לויט באריכטן האבן די עגיפטישע פארשפראכן פאר מד'י צו אוועקשטעלן א אונטערערדישע בלאקאדע צו אפהאלטן וואפן שמוגלערייען קיין עזה אויב נעמען זיי אן די פייער אפשטעל.
''אידן גייטס ארויס פון פראנקרייך, פראנקרייך איז נישט ענקער ''.
-שרייען מארשירירער אויף די גאסן -
די ארכי לינקע און די אראבער האבן נעכטן אפגעהאלטן גרויסע זיגן טראץ וואס די רעכטע זענען אריינגעקומען מיט 9 מיליאן שטומען און זיי מיט 5 האבן זיי באקומען דאפלט זיצן.
האט עטס געמיינט אז זיי וועלן זיין פרייליך און גיין מאכן א גריל אין די בעק יארד, נע די חברה מוזן רייאטירן און בונטעווען אין די גאסן סיי ווען ס'גייט זיי גוט און סיי ווען ס'גייט זיי שלעכט.
די הויפט פון די לאקאלע אנטיפא באנדע וואס איז טרויעריג באקאנט אינטערנאציאנאל האט אויך געוואונען א זיץ , און די אראבער וואס זענען קוים אנגעקומען צען יאר צוריק זענען אויך געווען הויפט מחותנים ביים פייער-רונגען.
אויך זאגן די פארטיי פארזיצער מאלטשען אז ער גייט אנערקענען פאלעסטינע אלס לאנד און מאכן אראביש אלץ צווייטע אפיציעלע שפראך.