אבזערווירער'ס נייעס בימה

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

די גרעסטע מיליטערישע עקספא האט זיך היינט אנגעהויבן אין פראנקרייך און וועט זיך ציען עטליכע טעג.

אבער דאס יאר זענען אלע 71 איזרעיליס פירמעס וועלכע האבן זיך אנגעגעבן פארבאטן געווארן פון אנטיילנעמען און וועלן נישט קענען זיין א טייל פון די 2 טויזנט סוחרים.


אויך האבן אלע פירמעס געדארפט אונטערשרייבן אז זיי זענען נישט קיין איזרעילי פירמע.


אטעטשמענטס
IMG_20240617_165814_284.jpg
IMG_20240617_165814_284.jpg (104.32 KiB) געזען 4770 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

מיר זענען געוואוינט צו זעהן די מעכטיגע בילדער פון די סיקרעט סערוויס, די 'אומזעהבארע' לאקשעלעך , די ברייטע געבוי, די שטרענגע געזיכטער און שרעקעדיגע זון גלעזער.

זיי זענען טרענירט מיט כל מיני וואפן פאר אלע סיצעוואציעס, טרענירונג מיט ביקסן גראנאטן האנט צו האנט און אפילו דייווערסעטי..

אבער פאריגע וואך שבת האט זיך אפגעשפילט א אנדערע צענע , עטליכע יונגען אין טוסטאן קאליפארניע האבן בארויבט א אגענט וועלכער האט זיך געפונען אלס טייל פון די פריזיטענטס דעטאל און אפגעפיצט מיט טייל פון זיין האב און גוט'ס.

קוילן זענען געשאסן געווארן טייל פון די חפצים זענען געפונען געווארן אין געגענט, און דאס איז וואס מען ווייסט.

נאך א מזל זיי האבן נישט צו גערויבט די פרעזידענט זעלבסט..

אטעטשמענטס
IMG_20240617_194756_496.jpg
IMG_20240617_194756_496.jpg (71.17 KiB) געזען 4524 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

עטליכע צוואנציג צפון קארעא סאלדאטן זענען עטוואס אריבער די גרעניץ, דרום סאלדאטן האבן געשאסן ווארענונגס קוילן און לויט באריכטן זענען עטליכע פון די צפון סאלדאטן פארוואנדעט געווארן פון א לאנד מינע אויפרייס.

טייל גלייבן אז די שפאציר איז געווען א טעות און זיי האבן נישט געכאפט אז זיי זענען אריבער די גרעניץ.
אטעטשמענטס
IMG_20240617_233323_079.jpg
IMG_20240617_233323_079.jpg (34.17 KiB) געזען 4372 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

ענגלאַנד איז ערווארטעט צו פארלירן א רעקארד 9 טויזנט מיליאנערן מיט א מיליאן דאלאר אין ליקוויד אין די קומענדיגע יאר.

ענגלאַנד גייט שוין בארג אראפ אין די הינזיכט פאר א לענגערע צייט אבער יעצט מיט די ערווארטונגן פון העכערע טעקסעס זענען זיי ערווארטעט אריינצוקומען נומער צוויי נאך כינע'ס 16 טויזנט.


אטעטשמענטס
IMG_20240618_111501_412.jpg
IMG_20240618_111501_412.jpg (66.45 KiB) געזען 4084 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

א גרויסע שמחה הערשט אין צפון קארעא.

וואס איז די שמחה ? אז די פירער איז פרייליך, און מער דארף מען נישט ! אבער פארוואס איז קים אזוי העפי שטעלט זיך ווײטער די זעלבע קוועסטשן מארק .

די גאסן זענען באהאנגען מיט פלאקאטן צדיק בא לעיר, די לעמפלעך ברענען שוין אפילו ווען ס'איז ליכטיג, און פענער באצירן די ליידיגע פיאנגיאנג שטאלץ שטעטל.

דער גרויסער אורח הכבוד איז מר פוטין דער ערשטער אליינס, וועלכע האט צום ערשטן מאל אפגעשטאט א באזוך אין לאנד אין צוואנציג יאר זינט ער האט זיך געטראפן מיט טשעירמאן קימ'ס טאטע.

פוטין דארף אמוניציע און מיסלס און קים דארף טרעיד , נו גוטע שידוך.

אטעטשמענטס
IMG_20240618_170215_201.jpg
IMG_20240618_170215_201.jpg (129.78 KiB) געזען 3868 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

די איזרעלי מיליטער האט היינט אפגעהאלטן א מיטינג מיט עטליכע מיליטערישע קאנטראקטארס אויך פון אויסלאנד אז זיי זאלן אויפקומען מיט א טעכנעלאגיע זיך צו ספראווען מיט דראונס.

די אייראן דאום וואס איז שוין אזוי אויך א סיסטעם פאר גאר קליינע אביעקטן איז נישט אפעקטיוו פאר די דראונס מיט א קלענער פון 50 פראצענט סוקסעס ראטע און מערסטנס מאל דארף מען שנעל ארויסשיקן פליגער, וואס איז שטארק נישט פראקטיש.
אטעטשמענטס
IMG_20240618_184328_320.jpg
IMG_20240618_184328_320.jpg (65.95 KiB) געזען 3711 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

ביבי איז ערווארטעט צו קומען געבן א רעדע פאר קאנגרעס.

אבער עס וועט זיין נאך א חידוש, מ'גייט באנייען די איזרעלי ווערסיע פון איר פארס וואן.

אקעי נישט ממש באנייען ס'איז געווען דרייצען יאר אין באנוץ דורך די אויסטראלישע קוואנטוס אירליינס און אין יארע 2014 האט עס מד'י אפגעקויפט פאר איר גראנדיעזע פלאן.

געווענליך פלעגן מד'י פרעמיער מיניסטארן און פרעזידענטן פארן מיט די אירפארס אדער א אל-על טשארטער.

יעצט וועט מד'י שוין זיין א טאטע ציווישן אלע טאטע'ס, די פראיעקט איז געווען היפש קאנטראווערסיאל דערנאך וואס ס'האט זיך פארטריפלט פון איר ארגינעלער 115 מיליאן דאלאר קאסט פלאן.

דאס איז א באויאינג 767 (300) מיט די ארגינעלע פלאץ פאר 290 זיצן, אוי באויאינג ס'גייט דאך זיכער קראכן, נישט געזארגט אויב ס'גייט קראכן איז עס נישט דורך קיין כוטי מיסל, עלביט סיסטעמס האט אויפגעשטעלט א אנטי מיסל סיסטעם דערויף, העכסטנס וועט זיין א ראיסי מעשה.

אטעטשמענטס
IMG_20240618_231950_507.jpg
IMG_20240618_231950_507.jpg (34.99 KiB) געזען 3542 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

איבער 500 מוסלומענער זענען געשטארבן אין סאודי אראביע פון היץ.

די האדש חגא איז איינער פון די פינף גרויסע ימי רחמים והסליחות ביי די מוסלומענער און איבער 1.8 מיליאן זענען געקומען פראווען ביים שטיין אין מעקא סאודיע אראביע ווי מוחאמאד אליינס איז געשטאנען און דאונלאודעד די גאנצע רעליגיע א קנאפע 14 הונדערט יאר צוריק.

די היץ האט דערגרייכט ביז 48-118 דעגרי און פילע טויטע האבן זיך געוואַלגערט אויף די גאסן.



פשיהא, ס'איז צוועלעווע ביינאכט און זיבעציג אידן שטייען/זיצן און קלאמערן זיך צו ליינען @אבזערווירער 'ס גליונות וואס מ'לייגט אויס אויפן בימה נאכן דאווענען
.
אטעטשמענטס
IMG_20240619_000518_199.jpg
IMG_20240619_000518_199.jpg (144.31 KiB) געזען 3471 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

כיזבאלא פירער נאסאראלא האט געגעבן א וויכטיגע.

די ערשטע זאך האט מען געסטראשעט פארשטייטזיך, אבער אפאר אינטערסאנטע אנעקדאטן האט ער יא געזאגט.

מיר זענען דער וואס מאכן אפ ווען די 80 טויזנט מד'י בירגער אין צפון קענען צוריקקומען, און זיי האבן נאך א לאנגע צייט.

מיר האבן באוויזן צו פארקריפלען די אגריקאלטור און עקאנאמיע פון די צפון מיט די נאכאנאנדע אטאקעס וועלכע לאזן נישט די ארבייטער זיין אין די געגנט.

אויך האט ער זיך אויפגעריסן אויף סייפרוס פארן לאזן מד'י פליגער אין זייער לאנד און רוימען, זאגענדיג אז אויב דאס גייט אנגיין וועלן זיי ברענגען די מלחמה קיין סייפרוס.

די אויסערן מיניסטער פון סייפרוס זאגט אז זיי וועלן אליינס באשלוסן צו עס לוינט זיי צו זיין אלייאירט מיט מד'י און אויב עס פעלט זיך אויס וועלן זיי אפילו באמבאדירין לבנון אינאיינעם מיט מד'י.
אטעטשמענטס
IMG_20240619_161905_670.jpg
IMG_20240619_161905_670.jpg (76.47 KiB) געזען 3077 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

פיליפ מאריס שטעלט אפ די פראדוקציע פון zyn ניקעטין גאם איבער א סובפונע פון די DC אטוירני דזשענעראל.

אין די סובפונע פארלאנגט ער א ערקלערונג וויאזוי די פראדוקט פארלעצט נישט א געזעץ פון דריי יאר צוריק קעגן פלעיווארד טאבאקא פראדוקטן.
אטעטשמענטס
IMG_20240619_181932_597.jpg
IMG_20240619_181932_597.jpg (137.33 KiB) געזען 2915 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

לויט באריכטן האט עמוס האכשטיין א ביידן רייטגעבער געזאגט פאר די ליבענעזע פרעמיער מיניסטער נאדשיב מיקאטי, אז אויב די כיזבאלא פראבלעם פאר מד'י'ס צפון וועט נישט אוועקגיין אויף א דיפלאמאטישע וועג איז מד'י גרייט פאר א שטיקל אפענסיווע.

די ציל פון די מיסיע וועט זיין צוריקצושיסן כיזבאלא קרעפטן ביז נאך די 'לייטיני' טייך( לייב טייך אין גריכיש ) צו דינען אלס באפער זאנע און זאלן נישט קענען אזוי גרינג אטאקירן מד'י מיליטערישע און ציווילע צילן מיט קליינע וואפנס.

מד'י האט נעכטן באשטעטיגט מלחמה פלענער פאר לבנון.
אטעטשמענטס
IMG_20240619_231531_221.jpg
IMG_20240619_231531_221.jpg (18.41 KiB) געזען 2736 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

ווייטער אין די סעריע '6 מאנאטן פון קאנספיראציע טעאריע צו פאקט'

פאר יארן לאנג זענען די עקספערטן געווען זיכער אז SSRI אנטי-דעפרעסיע מעדיצין העלפט וועגן עס באלאנצירט די סעראטאנען, וואס דאס איז געווען באזירט אויף זייערס א כעמישע באלאנס טעאריע, און ווער ס'האט זיך געוואגט צו זאגן אז די טעאריע הערט זיך פונקט ווי די אמאליגע באנקעס און פרישע בלוט טעאריע איז געווען א כופר בסייענס און בפאוטשי'ס עבדו.

אבער לעצטענס האט די גאנצע געדאנק אנגהויבן צו צוזאמפאלן און א נייע שטודיע צייגט אז עס ארבייט מיטן פארבעסערן די קאמיוניקאציע ציווישן די מוח צעלן.

אטעטשמענטס
IMG_20240619_234956_481.jpg
IMG_20240619_234956_481.jpg (47.27 KiB) געזען 2674 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

די צוויי בחורים שמייסן ארום אין א לוקסריעזע לימאנזין.

קים קוקט אויס צו האבן גאר הויכע פאן שטאפלען, נאך אלעם שיינע פייערוואורקס פארשטעלונגן אין פארעם פון מיסלס גייט שוין ארויס פון די נאז נאך א שטיק צייט.

פוטין'ס פנים איז אויך באשיינט מיט א אונטערשמייכל , איינס ס'האט זיך אים נישט געחלומט אז ער וועט אזוי גרונג צופרידן שטעלן דעם פעשן טשעירמאן, און צוויי גיין האבן אביסל פאן מיט די 'דודס' איז אייביג געשמאַק און נאך דערצו ווען מ'איז אביסל איזאלירט אינטערנאציאנאל און פאראנויד אפילו אין די אייגענע פאלאץ.

דאס איז די נייע רוסישע 'אריאוס' לימאו וואס פוטין האט באשאנקן.
אטעטשמענטס
IMG_20240620_112537_368.jpg
IMG_20240620_112537_368.jpg (75 KiB) געזען 2446 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

מארק ראטטע די ארויסגייענדע פרעמיער מיניסטער פון די נעדערלענדס האט געוואונען די נאטא וויילונגס פראצעדור פון סעקרעטאר גענעראל.

דאס קומט נאך צען יאר פון דשען סטאלטנבערג.

אין די לעצטע צוויי יאר טראגט דאס טיטל יא א מיטל אין די צייט וואס נאטא איז גאר העפטיג פארמישט אין א פראקסי מלחמה מיט רוסלאַנד.

סטאלטנבערג פלעגט אויך זיין א פרעמיער מיניסטער פון א קליין לענדל גערופן נארוועגיע.

ראטטע איז א טראפ ווייניגער פרא מלחמה ווי סטאלטנבערג אבער ס'איז נישט ערווארטעט צו אויסקלאפן אין קיין גרעסערע פאלעסי טויש.

ראטטע דארף שטימען פון אלע עטליכע דרייסיג לענדער אין די אליאנץ און האט עס באקומען מיט די הילף פון א אפמאך וואס סטאלטנבערג האט ערלעדיקט מיט אונגארן אז זייער געלט און סאלדאטן וועלן קיינמאל נישט דארפן גיין קיין קיעוו.

אין אקטאבער וועט די רעדל איבערגענומען ווערן.
אטעטשמענטס
IMG_20240620_120036_385.jpg
IMG_20240620_120036_385.jpg (57.73 KiB) געזען 2369 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
Google Voice
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 05, 2024 4:24 pm
לאקאציע:איך וויל א רעפאבליקאנע סטעיט

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Google Voice »

אבזערווירער האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 11:26 am
די צוויי בחורים שמייסן ארום אין א לוקסריעזע לימאנזין.

קים קוקט אויס צו האבן גאר הויכע פאן שטאפלען, נאך אלעם שיינע פייערוואורקס פארשטעלונגן אין פארעם פון מיסלס גייט שוין ארויס פון די נאז נאך א שטיק צייט.

פוטין'ס פנים איז אויך באשיינט מיט א אונטערשמייכל , איינס ס'האט זיך אים נישט געחלומט אז ער וועט אזוי גרונג צופרידן שטעלן דעם פעשן טשעירמאן, און צוויי גיין האבן אביסל פאן מיט די 'דודס' איז אייביג געשמאַק און נאך דערצו ווען מ'איז אביסל איזאלירט אינטערנאציאנאל און פאראנויד אפילו אין די אייגענע פאלאץ.

דאס איז די נייע רוסישע 'אריאוס' לימאו וואס פוטין האט באשאנקן.
נא סיעטבעלטס????????????
וואס קען איך שרייבען וועגן google voice?
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

א נייע שטודיע דורך פיו ריסערטש צייגט אז א גרויסע טייל שווארצע אין אמעריקע גלייבן אז פילע אינטצטעטוציעס זוכן זיי צו אונטערברענגן.

מ'מאכט נאך מעדיצינישע עקספערימענטן אויף זיי, די טורמעס סיסטעם איז געמאכט קעגן זיי, לוקסריעזע קאמפאניס מאכן טייערער פראדוקטן זיי צו באנקראטירן, און די פירמעס דיסקרימינירן קעגן זיי ביי הייערינג פאליציי לאזט דווקא דראגס אין גאנס אין זייערע געגענטער זיי צו אונטערברענגן, שווארצע פאליטיקאנטן ווערן מער אפט אראפגעריסן און נאך.


דאס איז אלס 60-70 פראצענט.


דאס איז בשעת וואס די פאקטן צייגן אויף פארקערט און אויב עפעס באקומען זיי מער פריוועליגיעס פון די אינטצטעטוציעס.

דאס ברענגט אן א שטארקע יאוש פראבלעם.

פארשטייטזיך אז פיו האט באלד צוריקגעצויגן פון די פאליטישע אומקארעקטע שטודיע און פאראכטן.

גראדע פון אייגענע עקספיריענס האב איך לעצטנס גערעדט צו א בני חם און ער האט מיר מסביר געווען ווי באקריוודעט זײ זענען דורך די סיסטעם, כ'האב נישט געהעריג געהאט קיין צייט פאר א אויפקלערונג אן ער זאל ווערן געטשעפעט האט מען עס געלאזט ביי דעם.


אטעטשמענטס
IMG_20240620_161028_227.jpg
IMG_20240620_161028_227.jpg (62.13 KiB) געזען 1896 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

בוגאטי האט היינט ארויסגעשטעלט זייער ערשטער נייע קאר זינט אכט יאר צוריק ווען זיי האבן ארויסגעגעבן דער בוגאטי שיראן.

די איצטיגע הייסט 'טורבילאן' און וועט קאסט 4.6 מיליאן דאלאר א שטיקל.

עס וועט זיין זייער ערשטער הייבריד קאר און וועט האבן דריי אילעקטראנישע מאטארן.

1,800 פערדן קראפט.

0-60 אין 1.9 סקונדעס.

טאפ ספיד פון 276 מייל פער שעה.

זיי וועלן בויען 250 קאר'ן און דעליווערי וועט זיך אנהייבן אין צוויי יאר ארום.

די צענטער קאנטראל קלאסטערס וועלן האבן רוביס און סעפייערס, כ'מיין אין אידיש זאגט מען דיימאנטן און בריליאנטן און טייערע אדל-שטיינער...


אטעטשמענטס
IMG_20240620_215351_001.jpg
IMG_20240620_215351_001.jpg (177.6 KiB) געזען 1687 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

🎼די סבא קדישא די רבי... איך וויל זיין ערליך, אלעס שוין פארעכטן, יעצט מיין איך עס אמת'דיגע...🎶

דאס זינגט זיך טראמפ איצטע אונטער ביים זיך אנעמען א קבלה טובה פארן נייע טערמין.

ביים ארויסקומען אין שטיצע פון לואיזיאנא וועלכע האט איינגעשטעלט א פארלאנגט פאר אלע שולעס וואס באקומען פאבליק פאנדינג מוזן אויפהענגן א שילד מיט די עשרת הדברות.

בלייבט נאר איבער צו זעהן צו ער איז בלויז 'אין שטיצע ' אדער וואלט געשטיצט אזא געדאנק נאציאנאל.
אטעטשמענטס
IMG_20240621_104736_571.jpg
IMG_20240621_104736_571.jpg (180.49 KiB) געזען 1352 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

אויב איר האט זיך געווינדערט וויאזוי קענען כינעזע קאמפאניס ווי BYD אזויווי גרינג איבערנעמען די אילעקטראנישע קאר מארקעט אין אייראפע מיט אזאלכע ביליגער פרייזן פאר אזא גוטע פרייז טראץ די הויכע שיפינג קאסטן.

האט א בלומבערג באריכט די מיסטעריע ענפער, די תירוץ איז אז די ארטיגע רעגירונג האט שוין אויסגעגעבן 230 ביליאן דאלאר אויף סאבסעדיס פאר די פירמעס, יא א פערטל טריליאן.

אין אמעריקע גיבט מען אויך געלט אבער מערסטנס גייט פאר אינפעסטראקטור וואו אין די אינפעסטראקטור ביל וועלכע האט געהאט זיבן ביליאן פאר טשארדשעס ( למעשה האט מען נאך נישט געבויט קיין איינס) לאמיר זאגן נאך דריי ביליאן א יאר דורך די טעקס קרעדיט , די אינפלאציע רעדוקציע אקט וועט אבער יא צושטעלן 300 ביליאן אין די נעקסטע צען יאר, אבער אויך גייט אסאך פאר אדער גרינע ענערגיע פראיעקטן, אבער למעשה איז עס נאכנישט אריין אין די אינדוסטריע( וואס איז אמאל זיכער אז אינפלאציע האט עס שוין אראפגעברענגט..) .


אטעטשמענטס
IMG_20240621_154817_578.jpg
IMG_20240621_154817_578.jpg (222.01 KiB) געזען 1129 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

ספיקער מייק דשאנסאן ווערט אויפגענומען אין סקווירא שטעטל און ביים רבי'ן אין שטוב.
אטעטשמענטס
20240623_120557.jpg
20240623_120557.jpg (301.37 KiB) געזען 868 מאל
20240623_120538.jpg
20240623_120538.jpg (215.87 KiB) געזען 868 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

עטליכע טעראריסטן אין דאגיסטאן רוסלאנד האבן אונטערגעצינדן א שול און אפגעהאקט די קאפ פון א גלח אין א דאפעלטע טעראר אטאקע אין שטאט.

פינעף פאליציי אפיצירן זענען אומגעקומען פון די גאן שלאכטן.

דעטאלן וועלן נאכפאלגן
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

אין ווייטערדיגע באריכטן איבער די טעראר אטעקעס אין רוסלאנד.

פינעף טעראריסטן זענען שוין אילימענירט געווארן, אייינס איז אין געפענגעניש, אבער די פייער שלאכטן גייען נאך ווייטער אן אין די נאכט.

ציווישן די אומגעקומענע פאליציי לייט איז די לאקאלע פאליציי שעף וועלכע איז אנגעקומען פאר בעק-אפ.

די רוסישע מיליטער האט געשטעלט א בלאקאדע ארום די שטאט און לאזן קיינעם נישט אריין און ארויס.

לויט ערשטע באריכטן זענען אידן נישט געשעדיגט געווארן, אבער עטליכע ס'ת וואס זענען געווען אין שול איז נישט קלאר די מצב, וויבאלד פייערלעשער האבן נישט געקענט צוקומען פארלעשן צוליב די אנגייענדע געפאר.

צוויי פון די טעראריסטן זענען געווען די קינדער פון די לאקאלע 'סעגערקלאניצקי' שטעטל הער וועלכע האט נארוואס רעזיגנירט.
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

צוויי אסטערנאטן בלייבן שטעקן אין ספעיס פאר נאך צען טעג צוליב מעכאנישע פראבלעמען.

צוויי אסטערנאטן זענען געגאנגען צו א ספעיס מיסיע צום אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע פאר א צען טאגיגע מיסיע אבער די סטארליינער האט פראבלעמען און זיי קענען דערווייל נישט 'אראפקומען פון בוים'.

אטעטשמענטס
IMG_20240623_204420_264.jpg
IMG_20240623_204420_264.jpg (87.17 KiB) געזען 468 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

אין א אינטערעסע שריט האט קאנאדע פארלענגערט די ארבייט'ס וויזע אפליקאציע פראגראם פאר איזראעלי'ס.

אנהייב פון די מלחמה האט קאנאדע געעפנט די פראגראם פאר מד'י בירגער אז מענטשן זאלן קענען אנטלויפן קיין קאנאדע, יעצט נאך שתדלנות פון די אידישע געמיינדע האט די רעגירונג געמאלדן אז זיי וועלן עס פארלענגערן פאר נאך א מאנאט אין ליכט פון די אנגעצויגנקייט אין צפון.

אטעטשמענטס
IMG_20240624_002319_288.jpg
IMG_20240624_002319_288.jpg (32.78 KiB) געזען 488 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2700
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

און אז נישט ..!

אטעטשמענטס
IMG_20240624_105140_573.jpg
IMG_20240624_105140_573.jpg (129.59 KiB) געזען 4628 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”