אבזערווירער'ס נייעס בימה

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שקר גמור
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

חצי נזק האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 10:50 am
אבזערווירער האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 7:48 pm
די אנטוועפענע שטראסע'ס רודערן און א כאפטע ביציקלעך פארמירן א געשמאקע קרעמל.

אבער דאס מאל שמועסט מען נישט איבער די ש'ס תורה פונעם פשעווארסקער רבי אזויווי א געוויסע מאמענט מאגאזין שרייבער האט אמאל אראפגעלייגט א טיפישע שמועס אויף די אנטווערפענע גאסן, נאר דער אלץ ווייסער וועלכע קען פלעמיש ווייסט צו דערציילן אז די פרעמיער מיניסטער האט זיך אפגעזאגט - לויטערט אין די קעפלעך פון די ארטיגע צייטונגען דעקלעך.

ער מסבירט אז אלעקסאנדער דע-קראא האט זיך אפגעזאגט וויבאלד זיין פארטיי האט היינט געליטן געשוואלענע בישות אין די איין מאל אין פינעף יאר אייראפעישער פארלימענט וואלן, וועלכע איז די גרעסטע וויילונגס פראצעדור חוץ פון די וואלן אין אינדיע.


אין כינע איז דאך נישטא קיין וואלן...
אויב אזוי איז און אינדיע אויך נישטא...

דער מאדי איז א סעמי דיקטאטור
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

די 'לעדשענדס' טורעם אין אקלעהאמע סיטי האט נארוואס באקומען די פערמיט צו בויען ביז 19 הונדערט פיס, און וועט קענען זיין די העכסטע געביידע אין אמעריקע און נישט די צווייטע נאך די פרידאם טאוער.

די געביידע וועט האבן 126 שטאק, און עטליכע 'קליינע' געביידעס ארום, האבן אין זיך א גרויסע האטעל מיט איבער 400 צימערן 1,000 אפארטמענטס און 48 אפארדעבל האוזינג.

די דעוועלאפערס 'מעטסאן קאפיטאל ' האבן שוין פארזיכערט די 1.5 ביליאן דאלאר וואס די פראיעקט פארלאנגט.

קאנסטרוקציע אויף די קלענערע געביידעס זענען ערווארטעט זיך אנצוהייבן די זומער, און אויף די גרויסע איינמאל פיפציג פראצענט פון די ערשטע פראיעקט איז פארטיג.

אטעטשמענטס
IMG_20240610_134944_155.jpg
IMG_20240610_134944_155.jpg (153.12 KiB) געזען 3540 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

עפפל האט היינט געמאלדן די דעטאלן פון זייערע נייע os18 אפדעיט.


סירי וועט ווערן מער סאפיסטיקירט אזויווי טיפישער AI באטס מיט עקסעס צום אינטערנעט.

אבער װעט אויך האבן עקסעס און קענען טרעפן א אימעיל צו פיקטשער צו לינק, למשל, טרעף מיר די פיקטשער פון מיין חבר יאנקל ביים האקן א 'קאלבאסא', טרעף מיר די לינק וואס איך האב אוועקגעלייגט אין מיין נאטס פון די אינטערעסאנטע שטודיע וואס טעגליכע נייעס + האט געשריבן צוויי וואכן צוריק.

עס וועט קענען מאכן אייגענע אימאודשיס, בעסער עדיטן פיקטשערס, מיט רוקן די סקרין מיט די אויגן ווען מ'איז אויפ'ן וועג צו נישט ווערן 'נאטשעס'.

מאכן א תמצית פון נאוטס אימעילס און געוועב-פעידשעס .

מ'ווערט קענען שיקן סקעדזשועלד מעסידשעס אויף א באשטימטע צייט, ריפלייען מיט מער ווי צוויי אימאודשיס און נאך.

עס וועט האָבן RCS צו קענען בעסער מעסידשן מיט ענדרויד באנוצער ווי קלארע בילדער, טייפינג סיגנאלן און וועט ארבעטן אויף וויי-פיי אויך.

מ'וועט קענען ארומשפילן מיט די דיספלעי סעטינגס מער.

אטעטשמענטס
ios-18-concept.jpg
ios-18-concept.jpg (39.04 KiB) געזען 3304 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
כרוספדין
שר האלפיים
תגובות: 2101
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע:רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

אבזערווירער האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 1:52 pm
די 'לעדשענדס' טורעם אין אקלעהאמע סיטי האט נארוואס באקומען די פערמיט צו בויען ביז 19 הונדערט פיס, און וועט קענען זיין די העכסטע געביידע אין אמעריקע און נישט די צווייטע נאך די פרידאם טאוער.

די געביידע וועט האבן 126 שטאק, און עטליכע 'קליינע' געביידעס ארום, האבן אין זיך א גרויסע האטעל מיט איבער 400 צימערן 1,000 אפארטמענטס און 48 אפארדעבל האוזינג.

די דעוועלאפערס 'מעטסאן קאפיטאל ' האבן שוין פארזיכערט די 1.5 ביליאן דאלאר וואס די פראיעקט פארלאנגט.

קאנסטרוקציע אויף די קלענערע געביידעס זענען ערווארטעט זיך אנצוהייבן די זומער, און אויף די גרויסע איינמאל פיפציג פראצענט פון די ערשטע פראיעקט איז פארטיג.

וואו קען מען קויפן דארט אן אפארטמענט?
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א (הגרח"צ מייזליש)
viewtopic.php?p=5053598#p5053598
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

אבזערווירער האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 7:18 pm
עפפל האט היינט געמאלדן די דעטאלן פון זייערע נייע os18 אפדעיט.


סירי וועט ווערן מער סאפיסטיקירט אזויווי טיפישער AI באטס מיט עקסעס צום אינטערנעט.

אבער װעט אויך האבן עקסעס און קענען טרעפן א אימעיל צו פיקטשער צו לינק, למשל, טרעף מיר די פיקטשער פון מיין חבר יאנקל ביים האקן א 'קאלבאסא', טרעף מיר די לינק וואס איך האב אוועקגעלייגט אין מיין נאטס פון די אינטערעסאנטע שטודיע וואס טעגליכע נייעס + האט געשריבן צוויי וואכן צוריק.

עס וועט קענען מאכן אייגענע אימאודשיס, בעסער עדיטן פיקטשערס, מיט רוקן די סקרין מיט די אויגן ווען מ'איז אויפ'ן וועג צו נישט ווערן 'נאטשעס'.

מאכן א תמצית פון נאוטס אימעילס און געוועב-פעידשעס .

מ'ווערט קענען שיקן סקעדזשועלד מעסידשעס אויף א באשטימטע צייט, ריפלייען מיט מער ווי צוויי אימאודשיס און נאך.

עס וועט האָבן RCS צו קענען בעסער מעסידשן מיט ענדרויד באנוצער ווי קלארע בילדער, טייפינג סיגנאלן און וועט ארבעטן אויף וויי-פיי אויך.

מ'וועט קענען ארומשפילן מיט די דיספלעי סעטינגס מער.

א פארטיגע בילד און ארטיקל פאר השמעני/הבדלה איבער די שפיאנירנדע טעכנעלאגיע, זיי זאלן נאר זיכערמאכן צו לייגן קרעדיט..
אטעטשמענטס
IMG_20240610_232958_463.jpg
IMG_20240610_232958_463.jpg (44.62 KiB) געזען 3067 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

כאמאס גיבט ארויס א נייע באפעל צו אירע קעמפער.

אויב זענען זיי אין געפאר פון א איזרעלי אפעראציע זאלן זיי באלד שיסן די משכונות.
אטעטשמענטס
IMG_20240611_101846_042.jpg
IMG_20240611_101846_042.jpg (212.06 KiB) געזען 2809 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

סעקרעטאר אוו סטעיט בלינקען מעלדט 400 מיליאן אין הילף פאר עזה און זאגט אז מד'י איז שוין מסכים צו אמעריקע'ס א שלום אפמאך.

צו די צייט מעלדט אונרא אז זיי שטעלן אפ די אפעראציעס פון די אמעריקאנער פארט וויבאלד זייערס א קאמפלעקס דערנעבן איז אטאקירט געווארן דורך זייערע חברים.

אטעטשמענטס
IMG_20240611_113602_802.jpg
IMG_20240611_113602_802.jpg (54.28 KiB) געזען 2672 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

האנטער ביידן איז געפונען געווארן שולדיג אין זיין גאן קעיס אויף דריי קלאגעס.

צוויי פאר'ן שרייבן ליגענט אין די פארעם זעקס יאר צוריק, און איינס פארן האבן א ביקס זייענדיג א דראג באנוצער.

די קלאגעס האבן א מאקסימום פון 25 יאר, און די טיפישע סענטינסינג איז צוויי יאר.

די פרעזידענט האט פאריגע וואך געזאגט אז ער וועט נישט פארדאנען זיין זון, בלייבט נאר איבער צו זען וואס די סענטינסינג וועט זיין.


אטעטשמענטס
IMG_20240611_114313_804.jpg
IMG_20240611_114313_804.jpg (96.67 KiB) געזען 2655 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

לויט געליקטע מעסידשעס פון סינוואר צו האניא, זענען פאלעסטינע לעבנס א וויכטיגע קרבן פאר די ציל.
אטעטשמענטס
IMG_20240611_142758_504.jpg
IMG_20240611_142758_504.jpg (99.11 KiB) געזען 2518 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

ערנסט גערעדט.

א גוט יום טוב, יעדער זאל זיך אויסבעטן אלעס גוט, און מ'זאל טאקע נענטער ווערן צו די אויבערשטער און זיין תורה.
אטעטשמענטס
IMG_20240611_142908_716.jpg
IMG_20240611_142908_716.jpg (252.87 KiB) געזען 2519 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
בקע לגלגולת
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

אבזערווירער האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 2:28 pm
לויט געליקטע מעסידשעס פון סינוואר צו האניא, זענען פאלעסטינע לעבנס א וויכטיגע קרבן פאר די ציל.
?
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

היות טייל האבן נישט גוט פארשטאנען, וויל איך ארויסברענגען אז די מעסידש וואס איז פריער געווען איז איבער די ליצנות וואס מ'מאכט פון א יום טוב.

ווילסט עסן טשיז קעיק, פיין, מיין בויך דרייט זיך שוין אויך פאר עקסייטמענט, אבער נישט דאס איז די יום טוב.

ס'האט נישט גארנישט מיט פרום, איך בין נישט דער גרעסטער פרומער, אבער יעדע מענטש וואס האלט פון זיין רעליגיע, ווערט באליידיגט ווען מ'מאכט פון זיין יום טוב זיין רעליגיע און גלויבן עפעס וואס ער נעמט ערענסט און פארענעמט א גרויס חלק צו די גאנצע פון זיין לעבן, א טשיז קעיק.
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
מהודר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 12, 2023 1:49 am

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהודר »

אבזערווירער האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 11:43 am
האנטער ביידן איז געפונען געווארן שולדיג אין זיין גאן קעיס אויף דריי קלאגעס.

צוויי פאר'ן שרייבן ליגענט אין די פארעם זעקס יאר צוריק, און איינס פארן האבן א ביקס זייענדיג א דראג באנוצער.

די קלאגעס האבן א מאקסימום פון 25 יאר, און די טיפישע סענטינסינג איז צוויי יאר.

די פרעזידענט האט פאריגע וואך געזאגט אז ער וועט נישט פארדאנען זיין זון, בלייבט נאר איבער צו זען וואס די סענטינסינג וועט זיין.


וועלעכע פארעם? אייוועלט?
אוועטאר
שמן ששון
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 14, 2023 9:16 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן ששון »

מהודר האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 3:04 pm


וועלעכע פארעם? אייוועלט?
איוועלט איז [אמאל געווען] א פארום...
נעה, כ'נעם נישט אייוועלט אזוי סיריעס, דאונט ווארי!
כ'בין סך הכל דא זיך צו אויסליפטערן, באטטאם ליין האב איך ליב יעדעם איינעם דא אפי' זיי האלטן פונקט פארקערט פון מיר יעדעס איינציגסטע מאל, איט'ס אאל אקעי!!!
קרעדיט: @פוןאמעריקע
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

מד'י האט אפגעווישט גאר א הויכראנקיגע כיזבאלא גאנעראל, האט זיך כיזבאלא צולאזט מיט 250 ראקעטן און דראונס, אבער די מערסטע שאדנס קומט פון די פייערן וואס די זאכן ברענגען אין די טרוקענע הייסע וועטער.

האט מד'י אנגעהויבן צוריקצושיסן ברענענדיגע אביעקטן מיט 'סלינג-שאטן' צו די לעבאנעזע פעלדער.

ברענגט ארויף קאשמארן פון די כאאס וואס די סאפיסטיקירטע רומישע מיליטער האט אנגעווארפן אויף ירושלים אין יענע יארן מיט די מעכטיגע וואפן.


באלד וועלן נאך הונדערטער סאלדאטן שטופן א שטאנג מיט א אייזן אין די פארעם פון א איל צו אויפברעכן די מויערן..

פאר ווער ס'ווייסט נישט, דערפאר הייסט די זאך וואס פאליציי נוצן צו אויפרייסן טירן א battering ram.

אטעטשמענטס
IMG_20240613_233711_520.jpg
IMG_20240613_233711_520.jpg (70.37 KiB) געזען 2201 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

נעכטן ביים דשי זיבן מיטינג אין איטאליע האט ביידן צום ערשטן מאל ענדליך אויסגעדרוקט פעסעמיזאם איבער א מד'י כאמאס פייער-אפשטעל.

ער זאגט אז כאמאס דארף זיך רוקן, זיין אינטערסירט.

ביים ווערן אנגעפרעגט האט ער געזאגט אז ער איז נישט קאנפידענט אז עס וועט געשען.

אטעטשמענטס
IMG_20240614_011345_529.jpg
IMG_20240614_011345_529.jpg (35.9 KiB) געזען 1939 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

א היץ כוואליע איז ערווארטעט איבער גרויס חלקים פון די צפון מזרח מיט טעמפרוארן גרייכנדיג ביז איבער 100 מיט די יומידעטי.

פון מארגן וועט זיך די אויבן זיך שוין אנהייבן דערווארעמען, און פון דינסטאג ביז פרייטאג וועט די דיגראד שוועבן אין די ניינציגער אינמיטן די טאג.


אטעטשמענטס
IMG_20240616_224351_583.jpg
IMG_20240616_224351_583.jpg (33.21 KiB) געזען 1174 מאל
לעצט פארראכטן דורך אבזערווירער אום זונטאג יוני 16, 2024 11:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

לויט באריכטן גלייבט די מד'י מיליטער אז זיי האבן שוין האלבוועג'ס פארניכטעט די כאמאס באטאליאנען אין רפיח.

די מיליטער פארעכנט א באטאליאן צו זיין נייטראלעזירט ווען אירע מיליטערישע אינפעסטראקטור איז גענצליך פארניכטעט אינאיינעם מיט 70% פון אירע מענטשלעכע קרעפטן.

אנדערע באריכטן ווייסן אויך צו דערציילן אז היות די ביידן אדמיניסטראציע איז פראסטורירט פון כאמאס אז זיי האבן נישט אנגענומען זייערס א פייער-אפשטעל פארשלאג וועלן זיי שוין נישט לייגן קיין גרויס דרוק אויף מד'י ביז זיי פארענדיגן מיט רפיח.
אטעטשמענטס
IMG_20240616_225042_220.jpg
IMG_20240616_225042_220.jpg (83.67 KiB) געזען 1144 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

מיר האָבן שוין באריכטעט אז די קאנסערוועטיווע פארטיי אין ענגלאנד איז ערווארטעט צו ליידן א היסטארישע נידערלאגע אין די וואלן אין עטליכע וואכן ארום.

אבער נאך א מערקווערדיגע זאך איז אז א קליין נייע רעכטע פארטיי איז ערווארטעט אריינצוקומען שטערקער פון די לאנגיעריגע אויבן אן צענטריסטנשע קאנסערוואטיווע פארטיי וועלכע האט זיך אנטוויקלט ארגינעל פון די טארי פארטיי וועלכע האט פארפיגט אויף ענגלישע פאליטיק נאך פון די זיבעצענטע יאר הונדערט ביז 1834 ווען עס האט טראנסירט צו איר יעצטיגע נאמען.

דאס וועט מעגליך זיין דאס ערשטע מאל וואס א דריטע פארטיי חוץ לעיבאר קומט אריין שטערקער פון די עלטסטע פארטיי אין ענגלאנד.

די ברעקזיט פארטיי געגרינדעט פינעף יאר צוריק דורך ניידשעל פאראדש אויף די אנטי אייראפעישע פאראיין און אנטי אימיגראנטן, און פאררופט זיך היינט ריפארם יו-קעי איז די נייע פאליטישע שפילער אויפן אונזלישע ברעטל.

אטעטשמענטס
IMG_20240616_230502_082.jpg
IMG_20240616_230502_082.jpg (68.88 KiB) געזען 1099 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

נאך דעטאל איבער די יוני 27 פרעזידענטליכע דעבאטע רולס.


די מייקס וועלן פארלאשן ווערן נאך די באשטימטע צייט וואס די קאנדידאט האט באקומען.

די זייטן אויף וואס די קאנדידאטן וועלן שטיין וועט ווערן באשלאסן דורך די פארצייטישע מעטאד וואס איז שוין פארבאטן געווארן דורך די תורה, א מטבע פליפ.

די קאנדידאטן וועלן נישט קענען פארשטעלן זייערע פונקטן מיט לעבעדיגע פארבן דורך פראפס, ביידן וועט נישט קענען ברענגען קיין מיניטשער פון די קעפל מיט גרויסע שרייעדיגע גוי'אישע אויפשריפטן ''J6" און טראמפ א גרויסע דשעלי-בין צו פארשטעלן ביידנס מוח, וכדומה..

די מידיא פיגורן וועלן זיין מר טעפער און מרת באש.

עס וועט זיין צוויי קאמערציאלע ברעיקס צו לופטערן עדס, אנדערש ווי געווענליך, אין מיין מיינונג איז עס נישט קיין גוטע אימעדש אויף ביידנס עקאנאמישע רעקארד אדער אויף סי ען ען.

די קאנדידאטן וועלן באקומען א פענע א פאפיר און א גלעזל וואסער, און די אשר משרתיו וועלן נישט קענען קאמיוניקירן מיט זייערע קאנדידאטן דורכאויס די ברעיק.

אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

אופס...


די מאלדאוויס איז א מוסלומענער אינזלען לענדל ביים אונטן שפיץ פון אינדיע און סירי לאנקא.

פאריגע וואך איז זיי געלונגען צו זיין אין די פרעסע ביים פארבאטן איזרעלי'ס פון קומען אהין.

אבער יעצט זאגט א רעגירונג רייטגעבער אז זיי האבן זיך עטוואס פארעכנט מיט זייער לעגיסלאציע אין פארגעסן אויסצושליסן איזרעלי מוסלומענער אין קריסטן, נאר די אידן מעגן נישט.

אטעטשמענטס
IMG_20240616_234939_478.jpg
IMG_20240616_234939_478.jpg (151.72 KiB) געזען 975 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

סענאט פירער פארשטייט נישט צו אכילה.

טשארלס שומער האט פארמעקט זיינס א 'פאטערס טאג' ווינטש ווי ער האט געדארפט צו צייגן אז ער איז א מענטש פון די עמך און ער שטייט אויך און גרילט.

אבער דערנאך וואס קאמאנטירירער האבן אים געצימבלט אז ער ווייסט נישט אז די בורגער דארף שוין זיין געבראטן איידער מ'לייגט ארויף די קעיז האט ער עס פארמעקט.

זייטיגע נאטיץ, ווען ער איז נאר ארום עפעס אידיש איז ער פארנימען זאגן אז ער הייסט שומער וויבאלד ער איז א 'שומר' תומ'צ אדער עפעס אזוי, ניטאמאל א שומר קשיאון.

אטעטשמענטס
IMG_20240617_185431_623.jpg
IMG_20240617_185431_623.jpg (141.72 KiB) געזען 217 מאל
לעצט פארראכטן דורך אבזערווירער אום מאנטאג יוני 17, 2024 6:55 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4913
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

אבזערווירער האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 10:06 am
סענאט פירער פארשטייט נישט צו אכילה.

טשארלס שומער האט פארמעקט זיינס א 'פאטערס טאג' ווינטש ווי ער האט געדארפט צו צייגן אז ער איז א מענטש פון די עמך און ער שטייט אויך און גרילט.

אבער דערנאך וואס קאמאנטירירער האבן אים געצימבלט אז ער ווייסט נישט אז די בורגער דארף שוין זיין געבראטן איידער מ'לייגט ארויף די קעיז האט ער עס פארמעקט.

זייטיגע נאטיץ, ווען ער נאר ארום עפעס אידיש איז ער פארנימען זאגן אז ער הייסט שומער וויבאלד ער איז א 'שומר' תומ'צ אדער עפעס אזוי, ניטאמאל א שומר קשיאון.

שוין געמיינט אז ער האציך געשעמט מיט די תוכן ...
-
וכן - מערק די טונעל אויפן פנים פאר די ברילן הענטל
אטעטשמענטס
IMG.jpg
IMG.jpg (9.12 KiB) געזען 659 מאל
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

נתניהו פארמאכט שאפ !

ביבי האט פארמאכט די מלחמה קאבינעט בשעת איר הויפט ציל פאר פאראייניקייט איז צופאלן ווען גאנז איז ארויס.

אויך האט דאס געברענגט א נייע פלאנטער אז בן גביר האט געוואלט אריין, אבער מיט די קעגנערשאפט פון אמעריקע.
אטעטשמענטס
IMG_20240617_114004_965.jpg
IMG_20240617_114004_965.jpg (40.01 KiB) געזען 506 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
אוועטאר
אבזערווירער
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 11:47 pm

Re: אבזערווירער'ס נייעס בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבזערווירער »

לויט א שטודיע דורך די פראמינענטסטע מעדיצינישע דשורנאל 'דשאמא' האט טשעט דשי פי טי שוין אפיציעל איבערגעשטיגן מענטשליכע ספעציאליסטן וואס אניליזירן מעדיצינישע דאטא און דיייעגנאסיס.

אין שנעלקייט זיכער אבער מ'רעדט פון ריכטיג דייעגנאזירן.


אטעטשמענטס
IMG_20240617_165136_218.jpg
IMG_20240617_165136_218.jpg (62.13 KiB) געזען 273 מאל
אבזערווירער ✍


Being smart will get you the move, being wise will hand you the game
.
קאמענטארן אשכול


'נייעס' מיינט נישט 'די ערגסטע זאך וואס איז היינט געשעהן'.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”