ברעט בעיר און מארטא מק'קאלום וועלן אנפירן די ערשטע רעפאבליקאנע דעבאטע אויף אויגוסט 23 לױט א סטעיטמענטס פון די נעטוואורק.
די דעבאטע וועט ארענדזשירט ווערן מיט די הילף פון די קאנסערוואטיווע יוגנט ארגענעזאציע yaf צו די זעלבע צייט וואס די רעפאבליקאנע נאציאנאלע קאמיטע וועט אפהאלטן זייער זומער מיטינג אין מילוואקי וויסקאנסין.
מיינסטנס קאנדידאטן זענען ערווארטעט צו אנטייל נעמען, אבער עס איז נישט קלאר וואס די הויפט קאנדידאט טראמפ וועט טהון.
אבזערווירער ✍
Being smart will get you the move, being wise will hand you the game. קאמענטארן אשכול
די פענטאגאן זאגט אז זיי האבן בטעות איבערגעשאצט די ווערט פון די וואפן וואס זיי שענקן פאר אוקריינא מיט 6.2 ביליאן דאלאר און וועט זיכער מאכן אז זיי באקומען דאס געלט וואס קומט זיך זיי.
די כינעזער מארקעט האט געקויפט א רעקארד 2.2 מיליאן פעסלעך אויל פער טאג , די איינקויפונגען פון רוסלאנד פון די וועלט'ס גרעסטע אויל אימפארטירער איז געוואקסן מיט 15% פון לעצטע יאר אזא צייט.
רוסלאנד'ס גרעסטע קאנקורענץ אין די כינעזע מארקעט סאודי אראביע האט פארקויפט 1.7 מיליאן פעסלעך אין מאי 16% אראפ פון פאריגע יאר.
דאטא צייגט אז רוסלאנד האט בכלל נישט געדארפט שניידן איר פרודוקציע, צייגענדיג אז די וויכטיגסטע סעקטאר פון די מערב וועלט סאנקציעס האט איר גאר ווייניג אפעקטירט צוליב וואס גרויסע חלקים פון די מארקעט זענען נאך אפען פאר איר, צו די צייט וואס די מערב וועלט ספעציעל אייראפע ליידט פון איר אייגענע סאנקציעס מיט הויכע ענערגיע קאסטן.
'פעסלעך' ארויף פעסלעך אראפ.. די עיקר איז אז ס'גיסט זיך 'פעקלעך' סאנקציעס...
די סי אי אוי פון אושען געיט מר סטאקטאן ראש וועלכע איז פארלוירן געגאנגען אין זיין סובמארין אינאיינעם מיט פיר פאסאנדשירן בײ די ברעגעס פון ניו פינדלאנד קאנאדע אויף א רייזע צו די טיטאניק האט זיך אמאל אויסגעדרוקט ביי א אינטערוויו אז ער זיכט נישט צו אויפנעמען 50 יעריגע ווייסע וויבאלד זיי זענען נישט אינספירירנד.
" ווען איך האב אנגעהויבן מיין ביזנעס , וועסט באמערקן אז מערסטנס סאב-אפערעיטערס אין די פעלד זענען פיפציג יעריגע עקס-מיליטערישע מענער , איך האב געוואלט עפעס מער, איך קען נישט אינספירירן א אינגע אנטוזיאיסט מיט דעם " זאגט ראש.
זיין סאב'עלע איז פארשווינדן געווארן זינטאג יוני 18 , אויף דינסטאג נאכמיטאג יוני 20 ביי א פרעסע קאנפערענץ האט די קאוסט גארד געזאגט אז די סאבמארין האט נאך אקסיזשען פאר 40 שעה, און זיי האבן צוגעלייגט אז זיי האבן אויפגעכאפט עפעס גערודער.
דאס וועט ברעכן די רעקארד פון די טיפסטע רעטונגס מיסיע, די רעקארד ביפאר איז געווען 1,500 פיס טיף אין 1975 ווען צוויי פארשער זענען שטעקן געבליבן מיט די 'פיסקעס 3' סאבמארין 76 שעה נאכ'ן געשטראנדעט ווערן , די טיטאניק איז אבער א אסטראנאמישע 13,000 פיס טיף.