אייוועלט פרעזענטירט: 'מונה׳דיג' מניגוני ר' משה מרדכי [מונה] ראזענבלום
א דינטשיגע פייפערל ווי פון אונטערן וואסער ברומט זיך אונטער א תנועה, דער טשעלאו גריבלט א איידעלע לאך אין די קישקעס, און דאן, א זעץ! דער מלך איז אין זאל! דער טראפמייטער גיבט א געשריי! די פידלען וויברירן אין שרעק! די צימבלען צוווילעדווען זיך ווי די ציג!
די אויערן ווערן געכאפט אין שאק, די חושים פארטעמט. די ניגינה פארבן גיסן זיך אויס אויפן קאנווע ווי נאך א שטויס פון א דריי יעריגס און צוגיסן זיך אין די גלידער.
אהה. מעין עולם הנגינה!
פשוט; מונה׳דיג!
פון פיטסבורג ביז גור, פונעם הייליגן ישועות משה ביז רבי יענקל תלמוד. פון שטיל ביז הועך פון איידל ביז רעש. השתוקקות, רגש, דראמאטיע און מלכות. פון היכל הנגינה ביז היכל התשובה.
פשוט; מונה׳דיג!
וואו מען לייגט נאר א אויג אדער נייגט צו אן אויער צו היימישע חסידישע מיוזיק, וועט מען הערן, זעהן און פיהלן דעם שטעמפל פון דעם איינעם בריעדיגן שטורעמישן הארץ וואס באהאלט זיך אונטערן נאמען; משה מרדכי - מונה ראזנבלוים. א נאמען וואס גייט סינאנים מיט די העכסטע שטאפלען פון נגינה, די פראפעסיאנעלסטע שטאפלען פון רייכע אויטענטישע גאונות, די זיסטע טעמים פון קלאסישע מוזיק.
צוגיין פון מתיקות, צושפרינגען ווערן פון חידוש, צובלאזן ווערן פון א קארד. איז עס דאס:
פשוט; מונה׳דיג!
און ווען דער פארטי פלענער איז אויך דער קעכער, קענט איר זיין זיכער אז סקומט א מעניו וואס מאכט זאט, און אויך איבערגעפולט!
אלזא. יא. שא! דער קעניג גייט!
אייוועלט פרעזענטירט אייך מיט כבוד א אלבום וואס האט נישט זיין גלייכן. א סעלעקציע פון הערליכע ניגונים וואס זענען סיי קאמפאזירט און סיי אראנזשירט געווארן מיט די פאכמאנישע הארץ שטריכן פון ר׳ משה מרדכי - מונה ראזנבלוים הי״ו.
מאכט אייך א קאווע. צי א טיי. צי ביידע. צי קיין איינס. אבער נייגט צו אן אויער. ווייל דאס. איז:
פשוט; מונה׳דיג!