טייערע אידן אין אמעריקע - וויאזוי איז די מצב הישיבות ביי ענק???

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

טייערע אידן אין אמעריקע - וויאזוי איז די מצב הישיבות ביי ענק???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

לאור די אשכול
ישיבה ליסטע
האב איך געוואלט אנפרעגן מיינע טייערע ברודער אין אמעריקע, צו ביי ענק איז אויך דא א מאנגל אין ישיבות אדער גוטע מנהלים\משגיחים וואס נעמען יא אן בחורים (אפי' זיי זענען נישט די בעסטע וכו')? און גאר אסאך בחורים (סיי ישיב"ק סיי ישיב"ג) טרעפן זיך זייער פארלוירן אן א ישיבה, אדער ווייסן נישט ווי צי גיין וכו'? צו ביי ענק איז אלעס מסודר?

ווייל דא אין לאנדאן איז די מצב גאר ביטער.

אויב ס'פעלט אויס העל איך בעז"ה מער קלארער מאכן מיינע ווערטער
ארטיקל 'שלפים' - ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו!!

מפתח:
viewtopic.php?p=5433669#p5433669
אוועטאר
זויער טייג
שר האלף
תגובות: 1437
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 5:48 pm
לאקאציע:אין בעקעריי

Re: טייערע אידן אין אמעריקע - וויאזוי איז די מצב הישיבות ביי ענק???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זויער טייג »

יש משהו האט געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 5:59 pm

אויב ס'פעלט אויס העל איך בעז"ה מער קלארער מאכן מיינע ווערטער
נו ס'פעלט אויס...
רוב מאל איז די תירוץ "ניין"
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3565
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: טייערע אידן אין אמעריקע - וויאזוי איז די מצב הישיבות ביי ענק???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

אין לאנדאן פארט דאך רוב עולם סייווי ישיבה גדולה אין א״י.
אוועטאר
פארצייטישער חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 3:24 pm

Re: טייערע אידן אין אמעריקע - וויאזוי איז די מצב הישיבות ביי ענק???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישער חכם »

די מצב איז געפערליך
באקומט סטאקס בחינם!
Robinhood
באקומט $100 ביים עפענן א קרעדיט קארד דורך די לינק
discover credit card
באקומט געלט פאר די געז וואס איר צאלט
Upside
רענט א קאר און באקומט $30
kyte
באקומט $30 ווען איר קויפט מיט
rakuten
ביטע ניצט די לינק'ס זה וזה נהנה

מ'דארף נאך אן אייוועלט מהפכה
באקומט סטאקס בחינם!
Robinhood
באקומט $100 ביים עפענן א קרעדיט קארד דורך די לינק
discover credit card
באקומט געלט פאר די געז וואס איר צאלט
Upside
רענט א קאר און באקומט $30
kyte
באקומט $30 ווען איר קויפט מיט
rakuten
ביטע ניצט די לינק'ס זה וזה נהנה
אוועטאר
שמעי בירזאהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 16, 2023 10:07 pm

Re: טייערע אידן אין אמעריקע - וויאזוי איז די מצב הישיבות ביי ענק???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעי בירזאהן »

אפשר דארף מען שרייבן אויף די ישיבה ליסטע נאך צוויי זאכן, 1 וואס קוקן זיי אויף ווען מען שיקט אריין א אפליקעישן 2 פון איינס ביז 10 ווי שווער זיי מאכן אריינצוקומען
רייכערן/וועיפן איז א גרויסע סכנה.

א משהו ציונות איז סאך א גרעסערע סכנה.
askan1
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 2:31 pm

Re: טייערע אידן אין אמעריקע - וויאזוי איז די מצב הישיבות ביי ענק???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך askan1 »

שמעי בירזאהן האט געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 7:26 pm
אפשר דארף מען שרייבן אויף די ישיבה ליסטע נאך צוויי זאכן, 1 וואס קוקן זיי אויף ווען מען שיקט אריין א אפליקעישן 2 פון איינס ביז 10 ווי שווער זיי מאכן אריינצוקומען

נומער 2 ווענדט זיך אין איין זאך "געלט"
זאמדיגער
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 09, 2022 10:23 am

Re: טייערע אידן אין אמעריקע - וויאזוי איז די מצב הישיבות ביי ענק???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמדיגער »

ווען איך האב א ישיבה (קטנה), און איך דארף פארהערן א בחור איידער אים אננעמען, וואלט מיין פארהער באשטאנען פון פונקט צוויי שאלות, נעמליך:

1) זאג מיר טייערע בחור’ל, (טעארעטיש) ווען דו וואוינסט ווען אין א פלאץ/אינווייראמענט וואו בחורים וואס לערנען א גאנצן טאג, און בחורים וואס לערנען נאר א האלבע שעה צופרי און ביינאכט - און די איבריגע צייט שפילן זיי/פארברענגען - ווערן אנגעקוקט ”גענוי” די זעלבע. וואלסטו געגאנגען פאר די ערשטע, אדער די צווייטע אפציע?
2) אויב די תשובה צו שאלה 1, איז די ערשטע אפציע (וואס מיינט אז דו ”ווילסט” לערנען מרצונך הטוב), דאן קומט די צווייטע שאלה, א ברענענדיגע; (בטעם עליון) "פארוואס”???!!!
פארוואס ווילסטו לערנען? וואס ברענגט עס דיר?

און דא וואלט איך אריין אין א קורצע - אבער פאוערפול - מעסעדזש צום טייערן בחור...

קינד מיינס, געדענקסטו ווי מ’זינגט מיט א קאך שמחת תורה ביי די הקפות ”אין קדושה כתורה, אין רוממיה כישראל”... אט דאס איז וואס מ’געדענקט אין אונזער ישיבה... יעדעס איינציג מאמר פון חז”ל, יעדעס מחלוקת ר’ מאיר מיט ר’ יודא, יעדעס פסוק חומש, יעדעס שטיקל מחבר אדער רמ”א וואס דו גייסט לערנען, איז ”דיינער” ס’גרעסטע געווינס... ס’איז אבסאלוט נישטא קיין גרעסער חשיבות ווי דעם... דאס איז די אמת לאמיתו. און דאס איז וואס מיר, די הנהלת הישיבה, זענען מחשיב. אויף דעם קוקן מיר ארויס, אויף נאך א משנה וואס דו לערנסט, נאך א מנא הני מילי פון די גמרא, מיט די תשובה אויף דעם א.א.וו.

און דאס איז די תשובה אויף די שאלה, פארוואס??!! ווייל דאס איז אונזער גליק, ס’איז ממש מיט די הענט אנצוטאפן, נישט ווייט בכלל, יעדער לפי מדריגתו האט עס שוין... קענסט עברי, בחור’ל? ביסטו שוין פון די מצויינים אין די ישיבה... מיר זוכן נישט אנצונעמען בחורים ’תלמידי חכמים’ אין אונזער ישיבה, אויב איז ער א ת”ח, זאל ער אליינס עפענען א ישיבה... מיר דארפן בחורים וואס ”ווילן” לערנען, און פארשטיין ”פארוואס זיי ווילן”...

צום שלוס: אזא ישיבה האב איך נאכנישט געטראפן... און איך פרעג נאר 1 שאלה: ”פארוואס”???!!!
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: טייערע אידן אין אמעריקע - וויאזוי איז די מצב הישיבות ביי ענק???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

askan1 האט געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 8:04 pm
שמעי בירזאהן האט געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 7:26 pm
אפשר דארף מען שרייבן אויף די ישיבה ליסטע נאך צוויי זאכן, 1 וואס קוקן זיי אויף ווען מען שיקט אריין א אפליקעישן 2 פון איינס ביז 10 ווי שווער זיי מאכן אריינצוקומען

נומער 2 ווענדט זיך אין איין זאך "געלט"
דאס געשריבן אין אנדערע אשכול:

שווער צו דן זיין אפילו טיף אין הארץ האלט איך אביסל אזוי.
למעשה יעדע ישיבה האט א לימיט פון 30-40 בחורים פער קלאס און באקומט פשטות 200 אפליקעישאנס אדער מער, 20 בחורים מוז ער ממילא ארייננעמען פון ברידערס פון תלמידים/מגי"ש קינדער/אייגענע נעפיוס פון די גאנצע סטעף וכו, בלייבט איבער 10-20 פרעמדע אריינצונעמען (5-10%), פארשטייט זיך ער וועלט אויס די בעסטע בחורים פון די בעסטע שטובער, וואס וואלטסטו געטוהן??
KMW
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:05 am

Re: טייערע אידן אין אמעריקע - וויאזוי איז די מצב הישיבות ביי ענק???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KMW »

מדריך וויאזוי צו איינשרייבן דאס בחור'ל צו ישיבה קטנה

viewtopic.php?t=51157
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2410
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: טייערע אידן אין אמעריקע - וויאזוי איז די מצב הישיבות ביי ענק???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

ס'פארלאנגט אביסעלע א לענגערע הסבר, היות איך טו מיט בחורים משכ'ן טאג, (בעיקר מיט שיעור ג' ישיב"ק) און איך האלט מיט פונדערנאנט, רבותי, ס'איז א בראך גדול ונורא.
היות צייט האב איך נישט יעצט, העל איך עס מוזן לאזן לאזן פאר נאך שבת אי"ה
ארטיקל 'שלפים' - ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו!!

מפתח:
viewtopic.php?p=5433669#p5433669
אוועטאר
דער עסקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:44 pm

Re: טייערע אידן אין אמעריקע - וויאזוי איז די מצב הישיבות ביי ענק???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער עסקן »

יש משהו האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 5:23 pm
ס'פארלאנגט אביסעלע א לענגערע הסבר, היות איך טו מיט בחורים משכ'ן טאג, (בעיקר מיט שיעור ג' ישיב"ק) און איך האלט מיט פונדערנאנט, רבותי, ס'איז א בראך גדול ונורא.
היות צייט האב איך נישט יעצט, העל איך עס מוזן לאזן לאזן פאר נאך שבת אי"ה
עס איז שוין נאך שבת... מיר ווארטן צו הערן
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”