לבקשת הרבים און לתועלת הענין ברענגט איך צאם דא די עצות און מעטאדן וואס@קינדערגארטןהאט פאר יאר ארויף געשטעלט נאך וואס כהאב דא געזוכט פאר הילף כקען זאגן מיט א פילן מויל אז סהאט ב"ה געהאלפן אין מיין זוהן האט געלערנט יעדן טאג [גלייב אז מען דארף נישט אויסשמועסן די וויכטיקייט דערפון דא אבער אזויפיל לאמיך ענק זאגן אז נעמט עס נישט ערענסט אין די ריכטיגע צייט(פין כתה א ביז מען זיכער אז ער קען גוט)קענען זיי זיך מיטשענען נעבעך א גאנץ לעבן נכלל בזה חדר, ישיבה, שידוך, חברים, אידישקייט וכוי'] אלזא מאכט זיכער אז דיין קינד חזרט איעדן טאג עברי מיט די עצות אין פארשטאנד וואס הרב קינדערגארטן האט צאם גענומען פון זיין עקספירענס. הצלחה
קינדערגארטןהאט געשריבן:↑מיטוואך יולי 05, 2023 5:54 pm
איך קים נישט קיין סאך ארויף,נאר אזוי ווי איך טוה אביסל אין דיע ליין, און א חבר האט מיך צוגעצייכענט דיע אשכול, און געבעטן איך זאל ענטפערן, וועל איך פראבירן צו שרייבן אביסל מיינע עקספעריענס, און אדרבה אויב איר ווייסט פון איינעם וואס האט יעצט א כתה א' קינד, קענט איר איהם איבער געבן דיע עצות, ויהי' זה שכרי. איך וועל שרייבן באופן כללי, ס'איז אייביג דא אויסנאם פעלער, אדער גאר א שוואכע קינד, אויב איר האט סיי וועלכע קשיות וואס איר טראכט איך קען אייך בייהילפיג זיין אין א ספעציפישע פאל קענט איר פראבירן צו קומען אין אישי אויב איר ווילט, און אז איך וועל קענען וועל איך פראבירן ארויסצוהעלפן. איך וועל שרייבן יעדע נקודה אין א באזונדערע תגובה איר זאלט קענען לייקן אדער מחולק זיין מיט יעדע נקודה באזונדער. און ביטע אויב איר האט גענוצט סיי וועלכע געדאנק און געזעהן א שינוי לטובה, ביטע קומט ארויף איבערגעבן אדער לכה"פ אין אישי, משום אל תמנע טוב. און נאך אידן זאלן זעהן אז עס איז ווירקזאם און עס אויספראבירן.
קינדערגארטןהאט געשריבן:↑מיטוואך יולי 05, 2023 5:55 pm
קודם לגבי די באלוינונגדארף עס נישט זיין קיין גרויסע זאכן נאר אויפן פלאץ און אפילו ענדערשער קלענערע זאכן ווי גרעסערע, פון ספוילן א קינד וועט עס נאר מאכן שווערער, ווייל אויב אין כתה א' באקומט ער א דאללער פאר יעדע קאפיטל, וועט ער אין כתה ד' דארפן פינעף דאללער פאר א משנה, און שפעטער א סעגוועי פאר די חזרה פון גמרא אין חדר וכו' ואין לדבר סוף, און עס וועט נישט העלפן קיין סאך ווייל ער גייט נאר אויסנוצן זיינע שוואכקייטן. מ'קען איהם געבן א קלייניגקייט יעדע קינד לויט זיינע השגות, א זאך וואס איז גענוג קליין אז ער זאל באקומען עטליכע דערפון, און איהם זאגן אז פאר יעדע שורה באקומט ער איינס, און נישט ס'זאל זיין אז א טאג וואס ער זאגט יא באקומט ער יא און ווען נישט נישט, ווייל דעס וועט העלפן אז אפילו א טאג וואס ער האט נישט צופיל חשק זאל זיך איהם לוינען זיך אנצושטרענגען כאטש אביסל. למשל א טשאקאלאד טשיפ, קאלירפול טשאקאלעד טשיפ, M&M, גאר קליינע קענדיס וואס מ'קען איהם געבן עטליכע אין איין טאג, croutons, אדער אויב מ'וויל איהם געבן עפעס אביסל גרעסער נאך עטליכע טעג זאל עס זיין עפעס וואס ער וועט זעהן די תוצאות אויפן פלאץ למשל געבן א טיקעט אדער א סטיקער און איהם זאגן אז ווען ער קומט אן צו 10 גייט ער באקומען עפעס. אבער עס דארף/זאל נישט זיין צו א גרויסע זאך די עיקר איז די ארנעקענונג, למשל אז ער וועט קענען קומען אין גראסערי זיך קלויבן א נאש פאר ריסעס אדער פאר שבת.
קינדערגארטןהאט געשריבן:↑מיטוואך יולי 05, 2023 5:56 pm
לגבי טעותים,א קינד טאר נישט הערן די ווארט אז ער האט נישט גוט געזאגט, אדער אז ער/זי האט געמאכט א טעות. ער מעג יא באקומען די מעסעדזש אז ער האט נישט גוט געזאגט אבער ער טאר עס נישט הערן דירעקט, ווייל אפילו יעצט וועט ער זיך אנשטרענגען און עס זאגן גוט, וועט ער אבער פארלירן די חשק מארגן צו וועלן זאגן, ווייל ער וויל נישט אז די טאטע זאל זעהן ווי ער קען נישט און ער וויל נישט הערן די ווערטער דו האסט געמאכט א טעות, פונקט ווי מ'זעהט ביי עלטערע קינדער אז ווען זיי קענען נישט ווילן זיי נישט לערנען ביי אבות ובנים. און ביי עברי איז עס אסאך וויכטיגער ווייל די לימוד פון קריאה קומט פון רגילות וואס אויב ער וועט נישט וועלן זאגן וועט ער נאך מער צוריק פאלן.
איז וואס יא ?, מ'דארף איהם עס זאגן מיט אנדערע ווערטער, למשל קוק נאכאמאל, אדער זאג עס נאכאמאל איך האב נישט גוט געהערט, אזוי אז ער באקומט די מעסעדזש אז ער האט נישט גוט געזאגט, אבער ער פילט נישט אז די טאטע זעהט אז ער קען נישט.
און ווען ער זאגט עס איבער קען מען איהם געבן פאזיטיב עטענטשין וואס וועט איהם געבן חשק אז מארגן זאל ער וועלן זאגן נאך, למשל, אה, יעצט האסטו אזוי גוט געזאגט, אדער איך האב געוויסט אז דו קענסט, און אויב ער זאגט א שורה אדער פעידזש אן א טעות -יעדע קינד לפי מדרגתו- זאל מען איהם זאגן אה, איך זעה אז דו קענסט זאגן א גאנצע שורה/פעידזש/שטיקל אן א טעות לאז מיך זעהן אויב די נעקסטע שורה/פעידזש/שטיקל גייסטו אויך אזוי גוט קענען.
פאר דער וואס האט געפרעגט אין אישי ווי וויכטיג ס'איז פאר א אינגל וואס קען גוט די עברי צו חזר'ן במשך די וואכן אין קאנטרי, איך וועל עס אויך ארויסשטעלן דא ברבים, זאלן נאך אידן הנאה האבן קודם דאנק די באשעפער אז דיין זון קען גוט עברי, וייל די הארץ קען אויסגיין מיטצוהאלטן ווי א טאטע פראבירט וואס ער קען אז זיין זון זאל מצליח זיין, און ער מאכט קליינע פארשריט.
און יעצט צום ענין, כמעט יעדע אינגל וואס איז אין קאנטרי און איז נישט אין זיין געווענליכע מוסד מיט זיין מלמד וכדומה פאלט צוריק במשך די זוממער אפילו ווען ער זאגט יעדן טאג עברי, ווייל די מציאות איז אז ווען ער קומט אן אין א חדר אין קאנטרי נעמט לכה"פ צוויי דריי וואכן די מלמד זאל איהם ארויסהאבן און אז די קינד זאל מיטארבעטן מיט די מהלך פון דיע מלמד פון די זוממער, און דעס איז שוין אויב די מלמד איז איינער וואס טוט אין עברי און עס איז נישט דא מער פון 25 קינדער אין די קלאס און עס איז נישט צאמגעשטעלט קינדערגארטן אדער כתה ב' צוזאמען מיט כתה א' אין איין קלאס, ווייל אויב עס דא איינע פון די א.ד. איז ממש נישט מעגליך די מלמד זאל קענען גענוג פאוקעסן אויף די עברי, און אפילו מיט דיע אלע תנאים איז נישט אייביג די פאוקעס אויף עברי, וד"ל.
יעדע אינגל אין געווענליכע אומשטענדן דארף זיין ספיד/פליסיגקייט ווי שנעל ער זאגט ווערן שנעלער און שנעלער יעדע פאר וואכן פון זאגן תהלים, כמעט קיין איין אינגל 99.99% קומט נישט צוריק פון קאנטרי זאגנ'דיג שנעלער, די חזרה וואס די מוסד שיקט אהיים איז געמאכט פאר יעדעם, אז די חלש און די בינוני זאלן נישט פארגעסן די כללים פון עברי און נישט ווערן סטאק ביים זאגן, און אז די גוטע אינגל זאל נישט זאגן עכ"פ שטאטער ווי ער זאגט פאר די זוממער.
נישט אייביג קומט עס אן גרינג צו שלעפן א קינד וואס איז אין קאנטרי צו קומען זאגן תהלים יעדן טאג, אבער עס איז זייער וויכטיג פאר די הצלחה פון דיין קינד!